| נשלח ב-9/11/2009 01:50 |
|
| |
הפרדס זאלן: אמור מעט ועשה הרבה!!!
לדעתי איז דאס איינע פון די שטערקסטע סעמפעלס אין קאנטראסט פון רבי אהרן און זיין קלוגערן ברודער
רבי אהרן רודערט שוין אפאר יאר מיט תקנות אהער אהין, למעשה ער אליין האט נישט ''גארנישט'' אוועקגעגיבן פאר זיין עולם, קיין פעני.
ער האט טאקע נאר איין זאל וואס דאס איז בית רחל פאראדייז, אבער די איינע האט ער נישט אראפגעלאזט מיט קיין סענט דעם פרייז, די איינציגסטע לאנטש רום מיט וואס זיי פראבירן צו פארנער'ן דעם עולם וואס וואינט נישט אין ק''י, איז 'אולם עקשטיין', וואס ווער ס'איז איין מאל דארט געווען ווייסט די ליצנות דערפון, מ'האט גענומען א זאלל וואס האט קיינמאל נישט מצליח געווען פשוט, ס'איז קליין, האט לאנטש רום טיילס אויף די פלאר, שמעקט ווי א לאנטש רום, איז געגאנגען דוד עקשטיין וואס איך האב נאכנישט געהערט ער זאל אמאל האבן געגיבן צדקה, און האט געלייגט 'נייע' לאנטש רום טיילס זה הוא!,
ראוז קעסטל האט 2 מאל גארנישט מיט רבי אהרן'ן, יצחק האט דארט געהאט זייער שוואכע ביזנעס ביי יודן, איז ער געגאנגען מיט די נידעריגע גוי'שע באלן, און געטרייט זיין גליק, למעשה האט ער פארלוירן זיין אלקאהאל לייסענס, און א גוישע חתונה אן א אלקאהאל באר איז קיין מציאות, געשטינקען האט ער איבעראל ווייל די שכינים האבן פארפירט, האט ער געמאכט אז זיין זאל גיבט ער אוועק פאר ביליג. מיט רבי אהרנ'ן האט עס אזוי ווי מיט נאססא.
יעצט כאפט א בליק אויפ'ן קליגערן ברודער, אדער אפי' נאר רבי חיים יושע פון מאנסי, - גערעדט האבן זיי גאר ווייניג דערפון -, אוודאי, מיט נדבנים און מיט די עסקנים האבן זיי שוין איין מאל גערעדט, און נאך ווי, טעג נעכט און וואכן ליגט דערין, אבער 'דער יוד' - וואס האט דאכט זיך נישט קיין שארטידזש אין טינט -, האט נישט געבאמבעלט דערמיט מער ווי עניטינג עלס, און קיין מיליאנסטל וואס דער בלאט האט גערעדט פון א זאך, וואס זייער רבי האט נישט אוועקגעגיבן, מער ווי דאס ביסל שפייעכץ ביי זיינע תקנות דרשות.
אבער ס'קומט למעשה, ווער ס'האט שוין געזעהן רבי חיים יושע'ס זאל, עס איז שוין דא דארט חתונות פון אלול ווערט נבהל ונשתומם, זיינע מוסדות האבן בכלל נישט קיין סורפלוס, און ער איז גרייט אוועק צו גיבן אלע הכנסות פאר יודן וואס זענען גרייט חתונה צו מאכן אויף א וועג אז יעדער זאל קענען זיין אייניג, און זיין זאל איז א פראכט: ריזיג גרויס, הערליך שיין, ער שטעלט צו אינקלאדינג פיקטשערס מוזיק, בלומען, אלעס פאר פיר טויזנט דאללאר א זייט!!
ווייטער כאפט א בליק אויף די נייע הפרדס זאלן, די מוסדות וואלטן זיך מחיה געווען צו האבן די הכנסה פון אזעלכע צוויי מעכטיגע זאלן פאר זיך און זיך מוטשענען א ביסל ווייניגער אויפ'ן בודזשעט- נאכדערצו ווען אין די זעלבע צייטהאבן זיי שאדן ווייל בית רחל און ויואל משה וועלן עס לכאו' א ביסל שפירן, זאגט די רבי ר' זלמן לייב ניין!, אפי' מיין ברודער האלט נישט ביים (אויפ)טוהן אביסל, וועל איך יא אוועקגיבן פון די מוסדות, און איך וועל שווערער ארבעטן אויפצוקומען נדבנים הן פאר'ן זאל, און הן פאר די מוסדות!.
גיבן קרעדיט פאר'ן אנהייבן רעדן פון תקנות, וואלט איך ענדערש געגיבן פאר די עלטערע יוד וואס קלעבט שוין יארן אן די ווענט מיט אזעלכע קאלירטע צאמגעפעיסטע ווערטער ''הרג'עט נישט קיין יונגע טאטעס וכו'...'' ער האט שוין גערעדט דערפון סך, סך פאר ספלעשי רעבבע!
נישט אזוי?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 01:53 |
|
| |
נכתב בצדו,
לפי השמועה, די סיבה פארוואס דוד האט דאס מאל דיסיידאט צו עפענען זיין פארשלאסענעם טייסטער, איז ווייל ער האט זיך פארלאזט אויף די אלפים וואס האבן געדארפט קומען פון בני יואל'ן ריכטונג, ביי די פארקינג לאט אישו, אבער איז אנולירט געווארן שפעטער דורכ'ן ריכטער.
נא, אויף אים איז נישט קיין רחמנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 04:57 |
|
| |
איינער פרעגט מיר אין אישי
פארוואס איך גיב דעם טיטל 'קלוגערע ברודער'.
איך גלייך צו רופן מיט א טיטל וואס אפי' די ארונים, - אונזערע נאנטע חבירים - אויפ'ן פארק זענען אויך מודה...
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 09/11/2009 5:00:05
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 06:52 |
|
| |
עטליכע וואכן צוריק בין איך געווען ביי א חתונה אין עטרת חי' שרה (סאטמאר) אין מאנסי.
איך בין נתפעל געווארן ווי הערליך דער זאל קוקט אויס, ממש פון די שענסטע זאלן וואס איך האב נאר אמאל געזעהן, ווי נאר מען קומט אריין איז דא א הערליכע לאבי, מיט א גאלערי ווי עס געפונט זיך דער יחוד שטיבל, די זאל איז ממש אויג-פארכאפנד רייך און שיין צוגעשטעלט.
די עסן איז געווען א מחי'.
ועל כולם די DJ סיסטעם איז "מורא'דיג" שיין, לעבעדיג, היימיש, נאך אסאך שענער ווי געוויסע שפילערס וואס נעמען געלט און די וועלט אריין.
ווער עס קען זאל ברענגן בילדער פונעם זאל.
אזוי אויך וואלט כדי געווען ווער עס קען זאל ארויפלייגן א פריוויו פונעם DJ סיסטעם.
וזכות הרבים תלוי בו
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 18:47 |
|
| |
זעליג
כ'ווייס דיך טאקע נישט וויאזוי צו טרייסטען
די ווייסט זייער גיט ווי ענקער זאלען וואלטען געהאלטן ווען נישט די חתונה תקנות פין די סאטמערע קהילה
אינטערסאנט אלע קהילות טוען פינקט ווי די סאטמערע אין גייען אויף די זעלבע סדר { אין נאך ווייניגער} - ווייל צו בויען א נייע זאל נעמט לענגער ווי צו נעמען א פארלאזטע זאל אין אויפלעבן.
יעדער פארשטייט אבער אליין אז ווען די בנינים אין וומ''ס זענען נישט בידי הגזלנים ומסרבים וואלט דארט שוין לאנג געווען ביליגע זאלען אין מ'וואלט נישט געדארפט ווארטן אויף קיין ''למה נגרע''
יעצט לאמיך דיר אביסל איבערראשען
בית רחל פאראדייס: גיבט יא א דיסקאונט ווען איינער שטעלט זיך צו צי די חתונה תקנות, גלייך ווען מ'האט פארמאכט די זאל אינטער ביהמ''ד הגדול - וועלכע האט ביז דאן געדינט פאר די חתונות פין מנוחת הנפש פעקעזש, כדי צו קענען בויען דעם פראכטפולען בארימטען ''היכל ראזענבערג'' האט בית רחל פאראדייס שטארק אראפגעלזאגט די פרייז פאר די אלע וועלכע מאכען חתונה דורך מנוחת הנפש
אולם עקשטיין: האט יא, היינט צו טאגס א הערליכע פארקעי פאדלאגע, אין די זאל איז הערליך איבערגעבויט, אין ס'קאסט דארט א חתונה בערך האלב וויפיל ס'גייט קאסטען אין די נייע ברכה סימא זאלען, אין די זאל איז הערליך אהערגעשטעלט
ראוז קעסיל: האט קיינמאל די לייסענס נישט פארלוירן, נאר ע''פ בקשה פין די שכנים האבען די בעלי האולם האחים החשובים בעלי צדקה וחסד אוועקגעגבן די ליעס פאר א צווייטען וואס געקענט באשטיין צו האנדלען מיט חסידיש'ע שמחות אין נישט די אויסגעלאסענע ''עטרות אברהם'' סטייל שמחות.
סוי האלט איך שוין ביי וויפיל זאלען????
יעצט לאמיר גיין ווייטער,
מאנסי, עטרת חי' שרה: כ'הער אז ס'איז הערליך, קנאת סופרים תרבה חכמה, (אגב, כ'ווייס נישט אויב די ווייסט וויפיל מ'האט דארט ב'גנב'ט די קעיטערינג - מחשובי חסידי סאטמאר וואס האט דארט אריינגלייגט שווערע צענדליגע טויזנטער'ס, אין מ'האט אפגעמאכט אז מ'גיבט זיי עס נישט, וכדי בזיון)
ברכה סימא: געווען די לעצטע פאר א זעלטן אויסגעשפילטע זאל, ערגערע סערוויס ווי דאס וואס מ'האט דארט געגבן איז נישט פארהאן
די חופה הויף איז קיינמאל די שניי נישט געפיצט געווארען, אין אלע טייערע קליידער פלעגן שווארץ ווערן (נאכדעם וואס די מיידלעך פלגען דארט שפילן בעפאר), די פלייש פלעגט זיין אלט פין פריזער אין קאלט, אך אין וויי איז געווען פאר איינעם וואס זיין חתונה האט געדארפט זיין אין א רעגן'דיגע טאג, מ'האט דארט געקענט גיין מיט שירעם'ס, כ'רעדט שוין נישט פין די שיפע פלאר,שווארצע קבלות פנים שטיבל וכו' ווי שוין באקאנט - אבער א חתונה האט דארט געקאסט בלויז ארום 5 טויזענט דאללער...
האבען אבער די זאלי'ס געהאט מורא'דיגע פרעשור, אז נאר ביי זיי מאכט מען נישט קיין חתונה תקנות, אין די קעשענעס האבען אנגהויבן שרייען, פארוואס ביי ''אלע'' קהילות חוץ ביי אינז טוט מען? האבען די חכמי כעלעם אנדעקט אמעריקע
זיי האבען דאך א זאל וואס פיסטעוועט, אינאיינעם מיט א לאנטש רום וואס מ'קען ניצן
נו! מ'וועט אנהייבען פין די ''צווייטע'' חתונה תקנות פאזע, אין מ'וועט שרייען אמור הרבה ועשה הרבה!
אין דאך, לויט ווי ס'הייסט יעצט וועט א חתונה דארט קאסטען ''דאפעלט'' ווי ביז היינט, אבער ס'וועט דאך אינקלאדען שפילער MP3 כו'
די עצם זאל האט מען געלאזט פינקט ווי ביז יעצט, נאר מ'האט גלייך געמאכט די פלאר, אין געמאכט פרישע אריינגענג, אין איבערגעפעינט די אלטע מאלדינגס מיט נייע טשילאר'ס אין פירהענג (פינקט ווי ביי אולם עקשטיין) ווי יעדער קען זעהן אויף די בילדער
דאס הייסט ענדערש ''קנאת סופרים תרבה חכמה''
כ'הער אז די צווייטע זאל האט מען נאכנישט אנעהויבן צו בויען, ווייל דער וואס האט מנדב געווען יענע לאנטש רום (איינער י') טענה'ט אז מ'מעג אים נישט אוועקנעמן די זכות אין שם האולם.
עס איז אויך כדי צו באמערקן, אז די יעצטיגע ברכה סימא זאל איז בשעתו געווארען אויפגעבויט דורך הרה''ח ר' א'י'ל' פין מאנסי אין ס'פלעגט טאקע הענגן דארטן א שטיינערע טעוועלע ''אולם חנה לאה'', אין די בעל ברך משה ז''ל האט זיך דעמאלטס אויסגענומען אז די נאמען פינעם זאל בלייבט ווייטער ''אולם ברכה סימא'',
אין וואס פאר א היתר האבען זיי יעצט צו טוישען די נאמען? (א קשיא אויף זאלי'ס)
עס קאסט מיר צו לאכען, ווען אין די גאנצע וועלט איז באקאנט אז סאטמערע רבי שליט''א, האט דורךגעבראכען אזא זעלטענע תקנה לטובת הציבור אין די זאלי'ס שרייען ''ס'אינזער קרעדיט''
תוקן על ידי rebyankel ב- 09/11/2009 18:53:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 18:55 |
|
| |
די ביליגסטע חתונה זאל איז אין קרית יואל, וואס מ'קען באקומען פאר 6 אלפים אלעס אריינגערעכנט (!)
די גמרא האט אונז פארציילט דעם סוד אז "גדול המעשה יותר מן העושה".
דער סאטמארער רבי שליט"א האט ערוועקט די גאנצע וועלט צו חתונה תקונות, ער האט גערודערט, און גערודערט און גערודערט, ביז עס האט זיך א שאקל געטאן.
און יעצט איז אלעס זיין קרעדיט. פינקט ווי יעדער פארשטייט אז ר' הערשל וועבער האט שכר פאר יעדן מענטש וואס הצלה ראטעוועט היינט, וויבאלד ער האט אויפגערודערט די וועלט אז אונזערע אינגעלייט דארפן זיך לערנען צו קענען העלפן מענטשן אין א פאל פון א עמוירזשענסי.
פינקט אזוי האט דער סאטמארער רבי שליט"א אויפגעפאדערט די גאנצע וועלט, צו מאכן ביליגע חתונות, און אנהייבן איינשפארן ביי תנאים'ס, רינגלעך, בלומען, מוזיק וכו' וכו'.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 19:00 |
|
| |
רעביאנקעל
זאג מיר וויפיל באלעבאטישע אידן (נישט מלמדים און שנארערס) האבן שוין חתונה געמאכט אין אולם עקשטיין?
און פארקויף מיר נישט קיין משעיות אז פאראדייז איז ביליג.
בנוגע ראוז קעסל: די "האחים החשובים בעלי צדקה וחסד" האבן נעבעך אנגעוואוירן אסאך חתונות לטובת עטרת אברהם האבן זיי באשלאסן דאס אוועקצוגעבן פאר ביליגע חתונות.
קענסטו מיר אפשר זאגן צי די תועבה–צוזאמענקונפטן וואס קומט דארט פאר שבת און מוצאי שבת זענען אויך לויט די תקנות?
בנוגע ברכה סימא: איך זע אז דו ביזט נישט דארט געווען, ווייל עס איז בכלל נישט די זעלבע ווי אמאל. אמת, מען האט אויסגעגראדט די פלאר, אבער עס איז דורך א טאטעל דעמאלישן ארבעט לויט ווי דער נדבן דער בארימטער בעל חסד האט געפאדערט.
און אז דו רעדסט פון דעם נדבן: די זאל (אוידיטאריום) איז נישט אויפגעבויעט געווארן אלס ברכה סימא זאל, דער נדבן וואס דו זאגסט האט עס געגעבן נאך אנהויב די מ' יארן (לויט וי איך געדענק איז עס געווען באריכטעט אין דער איד) בשעת דער זאל איז געווארן ערשט תשנ"א ווען מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע האט גשטארק געארבעט אז מען זאל קענען חתונה מאכן פאר ביליג. און ער האט בכלל נישט גערעדט פונעם נאמען. פונקט ווי דער זאל פון ת"ת ויואל משה האט באקומען דעם נאמען "אולם ויואל משה" ווייל מען האט נישט פארקויפט דעם נאמען פונעם זאל, איז דער זאל ברכה סימא אויך געווארן צוליב דעם נאמען פונעם בנין.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 19:04 |
|
| |
די ברכה סימא זאל שטייט שוין איבער 30 יאר.
אבער נאר נאכדעם וואס "סאטמארער רבי" האט אויפגעפאדערט די וועלט איבער ביליגע חתונות און תקנות, איז אנגעקומען דער נדבן אליעזר קעסטענבוים, צו געבן חתונות פאר ביליג.
פון תש"ל ביז תש"ע איז עס געווען א געמיינע זאל וואס מענטשן האבן זיך געשעמט דארט אריינצוגיין.
ערשט ווען די גאנצע וועלט מאכט נאך די סאטמארער חתונה תקנות, זענט עטס נאכגעקומען. ברוכים הבאים - זייער פיין, אבער קיין קרעדיט קומט אייך ניקס.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 19:11 |
|
| |
מאנדעל
די גאנצע בנין איז אריבער אונטער בית רחל ערשט אין זומער תשמ"א און מען האט אנגעהויבן לערנען סוף תשמ"א, אבער ביי דיר האט מען עס שוין זייט תש"ל...
און זאג מיר ווער איז די גאנצע וועלט וואס מאכט נאך?
גער וואס האט שוין יארן חתונה און שמחה תקנות?
באבוב וואס האט שוין יארן חתונה און שמחה תקנות?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 19:22 |
|
| |
[quote]
רעביאנקעל
זאג מיר וויפיל באלעבאטישע אידן (נישט מלמדים און שנארערס) האבן שוין חתונה געמאכט אין אולם עקשטיין?
אבי גערעדט.....
און פארקויף מיר נישט קיין משעיות אז פאראדייז איז ביליג.
ס'איז אבער א פאקט, אז ווען איינער נעמט די מנוחת הנפש פעקעזש אין שטעלט זיך צו צי די תקנות באקומט מען א מעכטיגע דיסקאונט
אין נאכמאל: אולם עקשטיין אין ברכה סימא האבען געהאט די זעלבע טאטעל דעמאלישן
פארשייט זיך אז ביי ברכה סימא האט עס געקאסט מער, ווייל ביי די מענער האט מען אויך געמיזט בויען אין די פלאר איז געווען שרעקליך שיעף, אבער אין פאקט זענען די מאלדינגס אין די גאלעריען אלעס געבליבן ביים אלטען, חוץ די טשילאר'ס אין פירהענג,
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 20:21 |
|
| |
איך האב געשריבן 30 יאר, דאס מיינט טאקע אז ברכה סימא איז שוין א זאל זינט בערך תש"מ.
יעצט, פרעגסט וועלכע וועלט עס מאכט נאך די סאטמארע חתונה תקנות.
איך פרעג ווער נישט. אפילו די זאליס מאכן שוין נאך געצווינגענערהייט.
מיין פראגע איז, לאמיר זאגן אז דו האסט זייער פיינט דעם אהרן טייטלבוים
אבער דאס נעמט נישט אוועק אז ער האט געמאכט א גוטע זאך, וואס "יעדער" מוז מודה זיין.
איך פארשטיי אז עס שמעקט דיר נישט פארוואס דיין רעבע האט גארנישט געטאן אין דעם געביט.
איך פארשטיי איז עס שמעקט דיר נישט אז רז"ל האט נאך קיין פינגער נישט געלייגט אין קאלט אדער ווארעם וואסער פאר קיין שום עסקנות בגשמיות אדער רוחניות.
האסט א ברירה, נעם צאם אפאר יונגעלייט און זעטס אז ער זאל עפעס טאן
אבער פארוואס אוועקנעמען קרעדיט פאר דעם וועמען עס קומט זיך.
עס קען קיינער נישט לייקענען אז דער גערער רבי (לב שמחה) האט נישט געלאזט העכערן די פרייז פון די ספאדיקעס.
אזוי קען אויך קיינער נישט לייקענען אז די ישיבה אין קרית יואל האט אנגעהויבן מאכן די 1200 חתנים שטריימלעך.
און זאג מיר נישט צי עס איז שיין ווי א 5000 דאלארדיגע שטריימעל צי נישט. ווייל ברכה סימא איז אויך נישט אזוי שיין ווי עטרת אברהם. און מיר רעדן היינט פון חתונה תקנות איינצושפארן הארץ אטאקעס פון עלטערן.
יעצט ביסטו געלאדענט צו ענטפערן.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 20:30 |
|
| |
מאנדעלע
ווען דו רעדסט פון תקנות, מוזטו באמת קרעדיט שמואל משכיל ווידער וועלכער האט געפאמפעט אין בלאט ביז דיין צדיקל האט אייגנעזען אז ער מוז ארויפטאנצן אויפן וואגן.
און קיינער זאגט נישט אז קנאקן פרייזן איז א שלעכטע זאך, מען רעדט נאר וויאזוי מען ענק איינרעדן דעם באבן.
עס איז געווען תקנות אין פארשידענע קהילות אסאך פאר דעם וואס דיין צדיקל האט געטראכט אז ער וועט עס מוזן אדאפטן ווייל ער איז שוין נישט דער אויטאמאטישער רשכבה"ג.
און בנוגע דעם זאל ברכה סימא: עס איז געווען בערך 10 יאר אן אודיטאריום פאר די בית רחל מיידלעך, און קיין שום שמחה איז נישט דארט געפראוועט געווארן.
ערשט תשנ"א אינמיטן ברען פון די פעולות פון מרן רבינו בכל ברך משה זי"ע צו העלפן דעים ציבור שפארן הוצאות החתונה (אלס המשך פון די תנאים'ס וואס ער האט געמאכט ביי זיך אין ביהמ"ד און כסדר מעורר געווען נישט צו ענדיגן שפעט וכו') איז דאס צושטאנד געקומען.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 20:42 |
|
| |
דוד
ביזט גערעכט די מערכה קעגן ציונת האט אויף נישט געפירט די רבי ז''ל
עס איז נאך געקומען פין הייליגען מנחת אלעזר, נישט די רבי ז''ל האט געראטעוועט דעם דור!
רעדסט דאך ווי אזא תינוק, נאר אז מ'ענטפערט דיר ביזטו גערעכט
ענק האבען נישט קיין פראבלעם צו לייקענען גארנישט, פין א בפ' סיעף אין שו''ע ביז א מציאות וואס ''יעדער'' ווייסט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 21:16 |
|
| |
ענטפער מיר:
האט שמואל משכיל ווידער פראפעגענדירט אין לבאט פאר די תקנות חדשים לאנג פאר דיין צדיק'ל האט באשלאסן דאס צו אדאפטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 21:19 |
|
| |
וואס א חילוק שמואל ווידער, משכיל, אדער אפיקורס צו כופר בעיקר. וכו' וכו' וכו'.
איך ווייס אז סאטמארער רבי האט עס איינגעפירט אין כסלו תשס"ח.
און זינט דעמאלט האט ער איינגעשפארט כלל ישראל מיליאנען דאלאר.
וועמען גייט אן די שטותים צו משכיל ווידער אדער אפיקורס דייטש, דאס איז גוט פאר די קינדער.
* דער מציאות איז אז נאר די לעצטע יאר איז אפירגעקומען אזא מין דערהער אז מ'קען חתונה מאכן אונטער 10 אלפים א נאכט אין א פראכטפולע שיינע זאל.
* דער מציאות איז אז נאר די לעצטע יאר איז אפירגעקומען אזא מין דערהער אז מ'קען קעיטערן בלויז .100 קאפל, און נישט דארפען צאלן די רויבערישע פרייזן פאר עסן וואס איז אין געגאנגען אין מוסט קאסטן.
* דער מציאות איז אז נאר די לעצטע יאר איז אפירגעקומען אזא מין דערהער אז מ'קען געבן סי זי שטיינדלעך און די כלות זענען צופרידן, און מ'שפארט איין הארץ אטאקעס.
* דער מציאות איז אז נאר די לעצטע יאר איז אפירגעקומען אזא מין דערהער אז א נארמאלער חתן קעגן גיין מיט א 1200 דאלארדיג שטריימל אין וויליאמסבורג און בארא פארק.
* דער מציאות איז אז נאר די לעצטע יאר איז אפירגעקומען אזא מין דערהער אז מ'קען מאכן דעם תנאים אין די נאכט פונעם שידוך שליסן און שפארן שווערע אלפים, צי דער רבי ליינט דעם תנאים צי נישט.
א ש ר י ך ס א ט מ א ר ע ר ר ב י !
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 21:59 |
|
| |
דער מציאות איז אז מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע האט איינגעשטעלט אזא באגריף חתונה צו מאכן פאר ביליג.
דער מציאות איז אז מרן רבינו בעל ברך משה זי"ע האט איינגעשטעלט אזא באגריף צו מאכן תנאימ'ס פאר ביליג (אפילו עס איז נישט תיכף מאכן שידוך וד"ל).
|
|
|
|
|