|
|
| נשלח ב-9/11/2009 22:05 |
|
| |
ביים בעל דברי יואל איז שוין אויך געווען תקנות.
אין די צייטן פונעם נודע ביהודה איז שוין געווען.
און נאך פריער ביי די ועד ארבע ארצות איז אויך געווען תקנות.
אבער ליידער ליידער האט עס נישט געהאלטן !
נישט ביים דברי יואל און נישט ביים ברך משה.
איצט האפט מען אז מ'וועט עס יא קענען דורכפירן און עס זאל נישט צופאלן.
פארוואס:
1) ווייל מען שטעלט בעלעבאטישע שיינע זאלן פאר גאר ביליג.
2) ווייל מען פאדערט אויף יעדן איינעם ארעם און רייך דאס צו טאן.
3) ווייל מ'שליסט אן אנדערע קהלות קדושות בישראל, נישט נאר מיין ביהמ"ד.
4) ווייל מען טראמפייטערט, און מ'טראסקעט, מען פייפט און מען בלאזט און מען שרייט, מען שרייבט און מען שרייבט און מען שרייבט און מען דערגייט די יארן פון יעדן איינעם אז מ'זאל זיך צושטעלן.
טאקע צוליב דאס שרייבן הונדערט און איין מאל, טאקע צוליב די 100 דרשות, טאקע צוליב די קולות וברקים איז דאס שאנסן אז עס זאל דאסמאל נישט איינשלאפן (!)
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 22:19 |
|
| |
יעצט רעדסטו צו דער זאך
אז שמואל משכיל האט באשלאסן אז ער גייט טראמפייטערן אינעם בלאט פאר חתונה תקנות זעענדיג אז דער פינאנציעלער מצב ווערט שווער און עס גייט "אויפפעקן", און אזוי געטאן לאנגע חדשים, און דערנאך ווען דיין צדיקל האט געזען אז עס ארבעט זיך עפעס אויס האט ער זיך ארויפגעכאפט אויפן וואגן.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 22:39 |
|
| |
איך גלייך נישט צו רעדן צו א בהמה, און אויך נישט ווי א בהמה.
וואס דער רבי טוט, איז נקראת על שמו, צי עס איז זיין "אידעע" אדער נישט.
ער איז דער וואס רבבות אידן זענען משכימים לפתחו, און סרים למשמעתו, און ער איז דער וואס קען דורכפירן זאכן, להגדיל תורה ולהאדירה.
דו מיינסט אפשר אז איינער רעדט זיך איין אז "דער רבי" טוט אלע זאכן?
דו מיינסט אפשר אז דער דברי יואל האט מייסד געווען קרן הצלה סתם אזוי א גרינעם מיטוואך?
נאכדעם וואס היימישע עסקנים זענען געקומען וויינען צו אים אז זיי האבן נישט קיין געלט פאר די מוסדות אין ארץ ישראל, און זיי ברעכן אונטער - האט דער הייליגער רבי גערופן עסקנים און האט מייסד געווען א "קרן הצלה".
דא אויך, עסקנים זענען געקומען צום רבי'ן און פארגעלייגט פלענער און ער האט זיך גענומען דערצו.
די זעלבע איז מיט די אריזאנא ווייץ:
דו מיינסט עפעס אז סאטמארער רבי האט זיך אויפגעוועקט א גריננעם מיטוואך אז מ'קען נעמען ווייץ פון אריזאנא... ניין ! קיינער רעדט זיך דאס נישט איין.
א ערליכער יונגערמאן, הרב כייעם, א פרומער און א מדקדק בקלה כבחמורה, פאר אים איז עס איינגעפאלן.
איז ער אריבער צו רז"ל און אים פארגעלייגט זיין פלאן.
רז"ל פארשטייט צו ווייץ ווי דו צו א שטיקל קצות. און האט אים געשיקט צו דוד ראזענבערג.
דוד ראזענבערג האט אים באשייגעצט, און אים ארויסגעווארפן בשתי ידים. ווייל איך קען זיין דיין טאטע, און דו וועסט מיר נישט איינטיילן וואס צי טאן.
איז דער יונגערמאן אריבער צום סאטמארער רבי קיין קרית יואל. און פאר אים פארגעלייגט זיין המצאה.
עס איז אים זייער געפאלן און האט אריבערגערופן ר' אייזיק לעווי און נאך אפאר עסקנים און האט זיך אריינגלייגט דערין, מען האט אינוועסטירט שווערע הונדערטער טויזענטער'ס דערין, און ברוך השם אז היינט האבן טויזענטער אידן מצות מהדרים אן קיין שום מצומחות די לעצטע פאר יאר - אזוי ווי מרן בעל ויואל משה האט געהאט פון תשכ"ו ביז תשכ"ט.
יעצט, די אריזאנא ווייץ איז נישט דעם רבינ'ס אויפטרעף, אבער ער האט עס ממציא געווען מכח אל הפועל, דורך מוטיגן די עסקנים, דורך רעדן, און דורך אינוועסטירן געלט. און עס איז טאקע נקראת על שמו.
וואס נאך דרוקט דיר דוד?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 22:48 |
|
| |
בעזר השם, ראש חודש כסליו, גייט פארקומען די פתיחת שערים אויף די גענצליך רענאווירטע הפרדס זאלן.בענאזאם מיט א געלט-אקציע לטובת די רבי רבי זלמן לייב'ס פריוואטע צדקה קאססע.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 22:53 |
|
| |
מאנדעל
אדער ביזטו א געמאכטער אהרוני אדער גאר א נאאיווער אהרוני
ווייסטו דען נישט אז די אלע זאכן האט דער צדיקל אליינס אנגעטראגן?
טעלער דער בעקער האט דאס אליינס געזאגט פאר די בחורים דעם מוצש"ק אין די מאנראו ישיבה.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 23:20 |
|
| |
אויב דו ווילסט רעדן צו מיר וועגן טעלער, וועל איך רעדן צו דיר וועגן געלבמאן.
ביטע, צו מיר זאלסטו רעדן איבער וואס איך שרייב.
איך בין זייער שטאלץ מיט די פעולות וואס סאטמארער רבי האט דורכגעפירט. אפגעזען צי ס'איז זיין אידעעע אדער נישט. אדרבה זאל יעדער אויפטוען פעולות נשגבות, אפגעזען וועמענס איינפאל.
לאמיר גיין א שטאפעל ווייטער:
וועמענס אידעע איז געווען צו גרינדן א מיידל שולע?
א זאך וואס איז געווען בחרם אלע יארן ביז די קריג, נישט דעם רבינ'ס נאר שרה שנירער'ס. מ'האט עס נאכגעמאכט פון איר.
וועמענס אידעע איז געווען צו מאכן א שטעטל דאהי אין אמעריקע?
נישט דעם רבינ'ס,נאר רבי מיכאל בער ווייסמאנדלס אין די י' יארן. און אין די כ' יארן האט עס סקווירא רבי זצ"ל נאכגעמאכט.
אלזא, איז עס איז די שענסטע זאך אז מ'הערט אויס פארשלאגן פון מענטשן מיט גוטע כוונות און מ'פאדערט עס איינצופירן, און עס איז נאך נקראת על שמו אויך !
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 23:25 |
|
| |
דער חילוק פון דיינע משלים איז, אז רבינו הקדוש זי"ע האט קיינמאל נישט געטאן א דבר קדוש כדי צו טראמפייטערן דערמיט און זיך בארימען, משא"כ דיין צדיקל נישט נאר ער טוט נישט, נאר ווען ער כאפט זיך ארויף אויפן וואגן מיינט ער אויך נאר "זיך".!
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 23:48 |
|
| |
למען האמת זענען די פאקטן ווי פאלגענד
ר' לייזער קעסטענבוים וואס די התחלה פון זיין עשירות באשטייט פון זיין טאטענס געלונגענע שטיק מיט די רעגירונגס אינסטאנצען און זייערע פראגראמען וד"ל, האט לכתחילה געפלאנט צו זיין דער פילאט פון סאטמאר, ועל פיו ישק כל דבר.
אמת ער האט פארשטאנען אז עס וועט זיין א רבי, אבער פאלגען וועט מען מיך.
דער פלאן פון פילאט איז נעבעך צופאלען, האט מען זיך צוגעכאפט צו זיין א מחבר פון ספרים ויקרא שמו בישראל בעל מחבר ספרי פרדס אליעזר און אזוי געהאפט צו האבן אנערקענונג אין די אידישע גאס.
פונעם גאנצען פרדס אליעזר האט זיך אויסגעלאזט אז יעדען יום טוב אינעם ביילאגע פון דער איד פילט מען אן צוויי זייטן מיט דברי תורה, און מען לייגט צו אז עס איז ארויסגענומען פון ספרי פרדס אליעזר, מיטען רשות פונעם מחבר הרב אליעזר קעסטענבוים שליט"א נשיא מכון דמשק אליעזר.
עס האט אבער גארנישט געברענגט, האט מען זיך מיישב געווען אז מען גייט גרינדען א ביהמ"ד דמשק אליעזר, א כולל דמשק אליעזר, און אין די זייט אויך עפעס א וועד הכשרות פון מוסדות התורה און אזוי ארום ארויף קומען אויף די ארענע און באקימען אנערקענונג.
אבער אן ערפאלג.
דער בראדער האט א שוהל און א כולל. דער לאשאנצער האט א שוהל. דער סאמבורער האט א שוהל און א כולל. דער זשיקיווער פון וויליאמסבורג האט א שוהל. און קעי דאבעליו האט אויך א שוהל און א כולל.
פלוצלינג האט דער מנהיג ישראל, דער סאטמארער רבי שליט"א, נאכען איבערנעמען דעם כתר הנהגה, זיך אנגעהערט פון אזויפיל צרות ישראל פין אזוי פיל שווערעקייטען ביים חתונה מאכען קינדער, און באשלאסען איינצופירען חתונה תקנות.
נו, ויבא ר' לייזער.
ר' לייזער דער גרויסער נדבן פון די פרדס זאלען, האט געזען, קיין פילאט, קיין מחבר ספרים, קיין ראש הכולל, קיין נשיא, עס איז גארנישט מיט גארנישט. און דא איז די גאנצע וועלט אויף מיט די סאטמארער חתונה תקנות, אלע קהלות זעען איין אז מען דארף דאס איינפירן, ויאמר הנני.
אויב חתונה תקנות ווערט געלויבט דורך יעדען איינעם, דאן בין איך דאך דער הויפט מחותן אויף אזא נושא.
זאל קיינער נישט מאכען קיין טעות, דער זאל פון ברכה סימא איז שוין קרוב צו דרייסיג יאר אונטער סאטמאר. שוין צענדליגער יארען וואס עס דינט אלס די ביליגסטע זאל אין וויליאמסבורג, און אנטשולדיג פאר מיין עקספרעשאן, עס איז געווען א גרויל דארט חתונה צו מאכען.
בלויז צו דערמאנען זיך, ווי אזוי דער קבלת פנים צימער פאר מענער האט אויסגעזען, קומט צו ברעכען.
במשך די אלע יארען, איז גארנישט בייגעפאלען פאר דעם גרויסען איש החסד ונדבן הגדול ר' לייזער ארויס צו נעמען א פאר דאלער פון טאש און דאס אהער שטעלען אביסעל לייטיש, כדי אז שוואכע פארמעגליכע אידען זאלען דארט קענען חתונה מאכען אויף אביסעל א נארמאלען אופן.
מיט עטליכע יאהר צוריק ווען יעדער האט געמאכט געלט, זאגט דער שכל אז דער נדבן ר' לייזער האט אויך געמאכט מער געלט ווי היינט. אם כן, וואס האט ער געווארט ביז יעצט?
דער תירוץ איז, ר' לייזער איז ארום געשווימען מיט רעיונות צווישן פילאט, ראש הקהל, ראש הכולל, נשיא מכון, ומחבר ספרים, אבער עס האט נישט צוגעשטעלט דעם סיפוק. ווען דער רבן של כל בני הגולה שליט"א האט איינגעפירט חתונה תקנות, דאן איז אפיר געקימען ר' לייזער וכסף צרורה בידו און געטוהן צו די זאך.
צום שלוס,
דאס אלעס איז בלויז למען האמת.
אבער אינטערשטע שורה, קימט זיך באמת גרויס קרעדיט פאר ר' לייזער, ער האט באמת געוויסט אז סוף כל סוף וועט מען צי שרייבען זיין זאל צום חתונה תקנות אויפשאקלונג, און פון דעסטוועגען דאך האט ער זיך צוגעשטעלט און אהער געשטעלט א פראכטפולע נאבעלע חתונה זאל, און עס קומט שוין נאך א צווייטע, און אסאך שימחות וועלען אי"ה דארט געפראוועט ווערען.
ר' לייזער, איר האט יעצט א כח, זעטס איין צו פירען בר מצוה תקנות, זעטס איין צו פירען סי זי שטיינדלעך, זעטס איין צו פירען ווארט און קריאת התנאים אין שטוב, זעטס איין צו פירען בלויז איין שטריימעל פאר 1200 דאלער, זעטס איין צו פירען אז די וואכעדיגע שבע ברכות זאלען זיין אין שטוב און די שבת שבע ברכות זאל נישט זיין אין טייערע זאלען, זעטס איין צו פירען א באגרענעצונג צו די צאהל מתנות פון חתן צו כלה און כלה צי חתן, און בעיקר זעטס צו טון אסאך מצות ומעשים טובים מיט אייער געלט וואס לויט טייל מענטשען איז דאס נכסי הציבור, געלטער וואס מען האט געשארט אין די מיליאנען פון אלע רעגירונגס פראגראמען (והמבין יבין), און אט געט מען עפעס, אפס קצהו, צוריק פאר'ען פאבליק.
יישר כח ר' לייזער
איר זאלט זוכה זיין צו זעהן אסאך יודיש נחת פון אייערע קינדער עד ביאת משיח צדקינו.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/11/2009 23:52 |
|
| |
דער רבי זי"ע בעל דברי יואל האט געמאכט אויפצוטאן וחפץ ה' בידו הצליח.
דער סאטמארער רבי שליט"א האט געמאכט אויפצוטאן פאר גאנץ כלל ישראל, וחפץ ה' בידו הצליח.
אויב עס קרענקט דיר אז די וועלט גיט אים דעם קרעדיט, מוזט עס ליידער שלונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2009 06:09 |
|
| |
רז"ל היינט ביי די לחיים אין נייע פרדס זאל. מיט אליעזר קעסטענבוים

|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2009 16:53 |
|
| |
ס'איז קלאר ווי די טאג אז ר' אליעזר קעסטענבוים האט דא געטון א נאבעלע שריט מיטן אויפפיקסען די ברכה סימא זאל און עס פארוואנדלען און א הערליכען פרדס (און נאך איינס קומט נאך)
ס'איז נישט קיין חילוק זיין מטרה פון עס בויען, וואס הגם איך זעה נישט זאל זיין עפעס שלעכט מיטען מיינען זיך אדער פאליטיק, כך הוא דרכה של עולם ווען איינער בויעט עפעס מיט זיין געלט פאר א ציבור מיינט ער געווענליך נאר כבוד.
און ס'קומט אים אסאך קרעדיט פארן עס טוען,
און אויך קומט זיך קרעדיט פאר די זאלי הנהלה פון 82 וואס אפילו ס'איז נישט געווען פארטייאיש געשטימט צו מאכען ביליג כידוע, מיט דעם אלעם האבען זיי נישט געקוקט אויף די פאליטישע ווינט און נאכגעקומען אליעזר'ס פארלאנג און אים דאס געלאזט אויפבויען.
פארפאלען אז ס'איז גוט איז עס גוט!
און פאר איך ענדיג טאר מען טאקע נישט פארגעסן פון געבן קרעדיט פאר כ"ק אדמו"ק הגה"ק מהר"א שליט"א פארן זיך אריינלייגען בעובי הקורי מיט אן אמת כדי צו שפארען געלט ביי אידישע קינדער,
און אויך פאר שמואל ווידער און די בלאט פאר אזויפיל שרייבען דערוועגן ביז די רבי שליט"א האט געטון למעשה...
יישר כוחכם!!!!
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/11/2009 20:02 |
|
| |
זעליג שרייבט
אבער ס'קומט למעשה, ווער ס'האט שוין געזעהן רבי חיים יושע'ס זאל, עס איז שוין דא דארט חתונות פון אלול ווערט נבהל ונשתומם, זיינע מוסדות האבן בכלל נישט קיין סורפלוס, און ער איז גרייט אוועק צו גיבן אלע הכנסות פאר יודן וואס זענען גרייט חתונה צו מאכן אויף א וועג אז יעדער זאל קענען זיין אייניג, און זיין זאל איז א פראכט: ריזיג גרויס, הערליך שיין, ער שטעלט צו אינקלאדינג פיקטשערס מוזיק, בלומען, אלעס פאר פיר טויזנט דאללאר א זייט!!
פאר אייער אינפארמאציע גיי פרעג דיר נאך אין מאנסי זיי געבן עס מער נישט ארויס פאר די ביליגע פרייז ווייל זיי קענען עס נישט עפארדן
|
|
|
|
| נשלח ב-11/11/2009 23:36 |
|
| |
למען האמת זענען די פאקטן ווי פאלגענד
ר' אהרן טייטלבוים וואס די התחלה פון זיין רעביסטעווע באשטייט פון זיין געלונגענע טעראר שטיק , האט לכתחילה געפלאנט צו זיין דער פילאט פון סאטמאר, ועל פיו ישק כל דבר.
לויט זיין דומיון וואס האט שוין נישט געהאלטן ווייט פון מציאות אז ער וועט זיין דער איינציגסטער סאטמארער רבי דעם קומענדיגן דור.
דער פלאן פון פילאט איז נעבעך צופאלען, רוב רובם סאטמארע חסידים האלטן זילטש פון איהם מען האט איהם געשיקט לופטערן על מי מנוחות און ער קען זיין א רבי נאר פאר ווער עס וויל, נא דארף מען דאך עפעס ווייזן פאר
די אנדערע אידן וואס אנערקענען איהם נישט וואס מען האט אלס דערלייגט פון איהם שיקן לעזאזל דארף מען דאך בסדר אויפקומען מיט פרישע אנטדעקונגען און מעכטיגע אויפטוען אז די חסידים זאלן זיך פרייען מיט זייער באטעמט'ן רבי'ן און די אנדערע טויזענטער אידן וואס זעהען נישט זיין פרצוף ווי גרויס די יאר איז זאלן כאטשיג הערן אביסל גערודער פון זיין גריצלנדע שטימע
נו, ויבא ר' אהרן.
ר' אהרן דער גרויסער ממציא פון די תקנות זאלען, האט געזען, קיין פילאט, קיין ראדני, קיין 550, קיין נשיא אין קיין שום ארגענעזאציע, עס איז גארנישט מיט גארנישט. , ויאמר הנני.
אויב חתונה תקנות ווערט געלויבט דורך יעדען איינעם, דאן בין איך דאך דער הויפט מחותן אויף אזא נושא.
זאל קיינער נישט מאכען קיין טעות, דער זאל פון תלמוד תורה איז שוין צענדליגער יארען וואס עס דינט אלס די ביליגסטע זאל אין קרית יואל, און אנטשולדיג פאר מיין עקספרעשאן, עס איז געווען א גרויל דארט חתונה צו מאכען.
בלויז צו דערמאנען זיך, ווי אזוי דער קבלת פנים צימער פאר מענער האט אויסגעזען, קומט צו ברעכען.
במשך די אלע יארען, איז גארנישט בייגעפאלען פאר דעם גרויסען מנהיג און תקנות מאכער ארויס צו נעמען א פאר דאלער פון טאש און דאס אהער שטעלען אביסעל לייטיש, כדי אז שוואכע פארמעגליכע אידען זאלען דארט קענען חתונה מאכען אויף אביסעל א נארמאלען אופן.
נאך מער ממש לעצטנס האט ער געלאזט בויען א הערליכע חתונה זאל קרן ויואל משה אין קרית יואל נישט ווייט פון זיין הויז און זייער גוט געזעהן און מיטגעהאלטן ווי פענסי דאס איז געבויעט געווארן און געהויבן דראסטיש די חתונה סטאנדארט אין קרית יואל און מען בעט נאך דארט עד היום הזה געפעפערטע פרייזן
נאר וואס דען כלל ישראל טאר דאך נישט פארגעסן פון דעם ר' אהרן זאל סאטמארע חסידים וויסן וואס זיי האבן
דערלייגט האט שמואל ווידער גענומען מאכן גרויסע גערודער מיט חתונה תקנות א זאך וואס איז שוין לאנג
געווען ביי איעדע קהלה אויפן טיש און ביי וועם נישט וואלט דער שווערער מצב יעצט עס זיכער ארויפגעברענגט
אויפן טיש
און ווען ר' אליעזר קעסטענבוים איז מנדב 2 מיליאן דוללער.און די סאטמארע ישיבה געבט אוועק 2 חתונה זאלן אן קיין פעני ריווח וועמענס קרעדיט איז עס?
נישט ר' אהרן? זעהט כאטש סאטמאר איין וואס זיי האבן דערלייגט מיטן שיקן ר' אהרן אויף קענט?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/11/2009 01:08 |
|
| |
העלד
|
|
|
|
|