בית פורומים כל העולם כולו

הפרדס זאלן: אמור מעט ועשה הרבה!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/11/2009 01:14 לינק ישיר 

אז די גאנצע וועלט מאכט אים נאך, דארף ער זיין זייער זייער העפי.

איך פארשטיי אז נישט דאס איז געווען דער בלו פרינט פון משה פרידמאן, אבער מוזט מודה זיין אז ער האט איינגעפירט א זאך וואס דורי דורות וועט מען אים דאנקבאר זיין.

נאר ער און נישט קיין צווייטער האט געראטעוועט כלל ישראל פון די שרעקליכע חתונה הוצאות.
און אראפגעברענגט די פרייזן צו ווינציגער פון העלפט פון אמאל, פאר אלעמען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 23:46 לינק ישיר 

העלד טייערע
כ'זעה ביזט אזוי שוימיג אין עפעס באדערט דיך, כ'וועל דיר פראבירן צו ענטפרן

אולם עקשטיין, איז אלס געווען א ביליגע זאל - אפי' ס'האט נישט אריינגערעגנט, אין די שניי איז געווען געשארט, אין עסן איז געווען געהעריג ציגעשטעלט, אבער אויב א ביליגע אופן, כידוע
למעשה אין גייסט פין די חתונה תקנות וואס סאטמערע רבי (וועלכע?) האט איינגעפירט האט מען עס איבערגבויט אין אריינגלייגט דארט אסאך געלט, אין מ'האט געלאזט די זעלבע פרייז ווי פארדעם, אין אויב עפעס  נאך ביליגער אין היינט צו טאגס קאסט דארט א חתונה בלויז $3000 פער צד, אריינגערכנס אלעס.

ווייטער ברכה סימא, א חוץ דעם וואס עס איז געווען ביליג איז געווען די ארגסטע סערוויס וואס איז נאר פארהאן ווי באקאנט, אין יעצט ביי ''למה נגרע'' האט מען עס געמיזט איבערבויען, ווי שוין געשריבן, אבער די פרייז איז געדאפעלט געווארען צו $9000 + מ'דארף צאלען פאר די הכשר? אין די בדחן וואס קומט אויס צו א ס''ה פין $10000 פער צד - קעגן די $5000 וואס פלעגט אמאל קאסטען
ד''מ אז ווען איינער נעמט די MP3 אין בית רחל האל קומט עס אויס די זעלבע פרייז דו''ק ותשכח,

אגב, עטרת חי' שרה אין מאנסי קאסט א תקנות חתונה $5500 פער צד
אין לפי ידיעתו געבן זיי זייער שווער א דעיט ווען איינער וויל דארט מאכען א תקנות חתונה (נאר איינס אדער 2 א וואך) זיי זיכען ''ביזנעס'' אין ווילאנג די זאל איז געווען נייע, האבען זיי עס גרינג געגבן פאר תקנות חתונות אבער יעצט געבן זיי עס ביטער שווער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 23:53 לינק ישיר 

רעביאנקעל

אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט

אין פרדס וועט איין צד קאסטן (שוין אריינגערעכנט דעם בדחן) 5000 דאלער!!!

און בנוגע אולם עקשטיין:

עס איז א חאזעריי פון א זאל, און טאקע דערפאר וועסטו נישט טרעפן קיין איין באלעבאטישער איד זאל דארט חתונה מאכן.

דער דוד עקשטיין האט "גארנישט" צוגעשטעלט פאר "זיין" זאל אויסער ארויסבויען א שטיקל אריינגאנג. די פלארס איז ביז לעצטענס געווען געמיינע טיילס, ביז ר' ישראל יעקב סופר האט באצאלט מען זאל מאכן פארקעי. א קאך האט מען געשנארט פון די גאווערמענט. נו, וואס נאך?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 23:56 לינק ישיר 

די סיבה פארוואס אולם עקשטיין איז אזא שוואכע זאל, איז ווייל די אהרונישע הנהלת המוסדות אין ק"י ווילן נישט צולאזן אז עס זאל ווערן א שיינע זאל וואו אויך באלעבאטישע אידן זאלן קענען חתונה מאכן כדי נישט צו דערלייגן די פאראדייז פרייז חתונות.

וואו איז טאקע דיין צדיקל? פארוואס שטעלט ער דאס נישט אפ? לשיטתו דארף דארט יעדער האלטן די תקנות. 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 23:56 לינק ישיר 

איך בין געווען ביי א שיינע באלעבאטישע חתונה אין אולם עקשטיין.
און עס האט געקאסט דארט אלעס אינקלודעד 6 טויזענט דאלאר.

אויב דאס הייסט א חאזעריש, איז ויואל משה סאך ערגער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 23:58 לינק ישיר 

און נאך א נקודה:

פארוואס זאל דיין צדיקל נישט זארגן פאר ביליגע דירות?

אין ק"י איז ער דאך(כ'מיין ועד הקרי')  וואס מאכט אפ די פרייזן, נו לאמיר זען ער זאל זיין גרייט צו האקן די פרייזן פון די דירות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2009 00:47 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
רעביאנקעל

אז מען ווייסט נישט רעדט מען נישט

אין פרדס וועט איין צד קאסטן (שוין אריינגערעכנט דעם בדחן) 5000 דאלער!!!

און בנוגע אולם עקשטיין:

עס איז א חאזעריי פון א זאל, און טאקע דערפאר וועסטו נישט טרעפן קיין איין באלעבאטישער איד זאל דארט חתונה מאכן.

דער דוד עקשטיין האט "גארנישט" צוגעשטעלט פאר "זיין" זאל אויסער ארויסבויען א שטיקל אריינגאנג. די פלארס איז ביז לעצטענס געווען געמיינע טיילס, ביז ר' ישראל יעקב סופר האט באצאלט מען זאל מאכן פארקעי. א קאך האט מען געשנארט פון די גאווערמענט. נו, וואס נאך?


פרדס וועט 5000 נישט קאסטען, אדרבה שיק אריין א קאפי פין די קאנטראקט, אין די פאר די פרייז וואס זיי בעטן געבן זיי נישט קיין בדחן אין טשארזשען עקסטער פאר א הכשר

אולם עקשטיין קוקט אויס בערך וויאזוי ברכה סימא וועט אויסקוקען, די זאל איז הערליך אויפגעבויט כלפי וויפיל עס קאסט, וואס א חילוק פין וועם די געלט קומט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2009 00:55 לינק ישיר 

דוד46 כתב:
די סיבה פארוואס אולם עקשטיין איז אזא שוואכע זאל, איז ווייל די אהרונישע הנהלת המוסדות אין ק"י ווילן נישט צולאזן אז עס זאל ווערן א שיינע זאל וואו אויך באלעבאטישע אידן זאלן קענען חתונה מאכן כדי נישט צו דערלייגן די פאראדייז פרייז חתונות.

וואו איז טאקע דיין צדיקל? פארוואס שטעלט ער דאס נישט אפ? לשיטתו דארף דארט יעדער האלטן די תקנות. 

שוטה דו!
 כ'ווייס וויפיל מענטשן האבען זיך געבעטן ביי די הנהלה פין ענקערע מוסדות  אז זיי זאלען עס איבערפיקסען אין מ'זאל עס מאכען פאר תקנות אין: זייערע ווערטער זענען געפאלען אויף טויבע אוירען.
ביז ווען לעיזער האט זיי איינגטיילט אין ציזאמען מיט ליפא גפן האט מען אפגעמאכט אז מ'גייט שוין איינמאל פאר אלעמאל פארענטפרן די פילע למה נגרע געשרייען,
אין עס קומט נישט קיין שום קרעדיט פאר די הנהלה פין ענקערע מוסדות אויף דעם גאנצע פראיעקט, יענקי רובין פארציילט פאר יעדן וויפיל פיסלעך די מוסדות האבען אים געהאלטן אין איין אינטערשטעלן אין שטעלן נאך אלס, ווייל זיי ווייסען אז ס'גייט זיי א קאמפעטישען פאר ויואל משה.

ווייטער אין קרית יואל, האבען די הנהלת המוסדות אליין'ס זיך ציגעשטעלט אין  ערלעדיגט מיט די נדבן, וכו', אוואדי קענען זיי באשטיין אז מענטשן זאלען ענדערש גיין אין פאראדייס, מ'דארף דאך אויפהאלטן די מוסדות, אין דאך ווען איינער מאכט חתונה אין פאראדייס אין שטעלט זיך צו צי די תקנות באקומט מען גאר א הערליכע דיסקאונט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2009 01:00 לינק ישיר 

Isacmandel כתב:

איך בין געווען ביי א שיינע באלעבאטישע חתונה אין אולם עקשטיין.
און עס האט געקאסט דארט אלעס אינקלודעד 6 טויזענט דאלאר.

אויב דאס הייסט א חאזעריש, איז ויואל משה סאך ערגער.


6 טויזענט פאר ביידע צדדים ד''מ 3000 פער צד
א שטוינדע ביליגע פרייז, אין דעם איז ''אלעס אריינגערכנט'' MP3 בדחן, בלומען, הכשר, כו'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 19:38 לינק ישיר 

א שטיקעל אנאליז וואו אזוי די זאלי פראפעגאנדע ארבייט,

 

שנת תשנ''ח – נ''ט ר' זלמניו ווערט רב און ירושלים עה''ק, אלע אנ''ש און ירושלים עה''ק שרייבען א בריוו צו רבינו הקוה''ט בעל ברך משה זי''ע, אז מען מיז שיקען ר' זלמניו זאל מ''מ זיין רמ''א פריינד זי''ע, פשוט אז סאטמאר ירושלים זאל האבן א קיום,

 

סאטמארע חסידים האבן שוין דאן געוויסט וואס ער ווירבעלט אונעם קראנגהאפטיגען מוח פון דעם טעראריסט בן פראדעל,  האבן זיי אנגעהויבען אויף קלערען דעם ציבור, א ירושלים איז א בריק קיין וויליאמסבורג,

 

די זאלי פראפעגאנדע מיניסטעריום, האט זאפארט געפענט א מאסיווע קאנטאר אטאקע, און אפגעשלאגען די שמיעה אז ירושלים זאל זיין א בריק קיין וויליאמסבורג, ח''ו און וויליאמסבורג וואוינט דאך רבינו בעל ברך משה זי''ע,

 

ח''י סוין תשנ''ט ר' זלמניו ווערט זאב''ד הויעך אויפן נאסען בוידעם אויף 550 בעדפארד עווניו, און עס פאלגט נאך א גאנצע סעריע פון הכתרות, ממש יעדע 10 מינוט איז געווען א פרישע הכתרה,

 

האט די זאלי פראפעגאנדע מיניסטעריום האנגעהויבן א קאמפיין, למה ניגרע? די לעפקעס די יאקאבאוויטשליך, זענען ארויס געקראכען פון זייערע מייזען לעכער וואו דער ברך משה האט זיי פארשיקט ביי זיין דרשה ו אלול תשל''ט לפ''ק, און אנגעהויבען יאמערען און שרייען מיט קולות וברקים, למה ניגרע? פאר וואס קימט זיך אונז נישט קיין לאקאלער רב?

 

 איי ער קען נישט לערנען ער איז א ניקס,? אבער עס איז דאך דא די דיינים, ר' מנשה, מיט הרב פילאף – מיט הרב וויינבערגער, זיי וועלן אים שטייען צו די האנט מיט די רבנות אלזא וואס איז די פראבלעם? מען האט טאקע תיכף אויף געהאנגען א סיין ''לישכע בד''ץ'' ויהי לבד''ץ,

 

איי איז דאך שווער, פאר וואס דארף מען דאן האבן דעם ר' זלמניו? עס זענען דאך דא די דייינים, וואס לויט ווי דער מנוח וויגדור, מיט זיין קאלעגע דער רויטער קיטשי, האבן כסדר טראמפייטערט  זענען דאך די דריי דיינים פון די עמודי הוראה בדורינו?

 

אויף דעם איז אויף געקימען די אפעראציע מיטן נאמען  ר' לייבוש, דער סקלענער רבי, אד''ג

 כאילו ר' זלמניו זיצט אויף זיין געגנב'עטער פאזיציע מיט זייער גוטהייסונג, ח''ו  

 

און דאס יאר האט דאס אויך געקראכט, ר' לייבוש האט דערלאנגט פאר די זאליס א גוטס, וואס זיי האבן זיך נאך נישט באוויזען צוזאם צו קלויבען,

 

הגריח''מ האלט אונמיטען מאכען א יו טערן,

 

הגרז''ל פילאף שטעלט זיך ארויס וואו א פאלנער לא ציית לדינא, איז זיין ווארט אדער מיינוג אונגאנצען נישט רעלעווענט, ביי קיין שום  יוד וואס איז  א שומר תורה ומצות,

 

 בקיצור די גאנצע בניו ווערט צוביסליך ציביסליך צו ווארפען,  צו די גרויס צער פון די זאליבאנצעס,

 

די זאלי פראפעגאנדע מאשין אלעס געטאן צו ראטעווען די סוטעאציע, זיי האבן  אפי' פראבירט צו דינגען דעם פישיגער פעלשער הער פארמעגליך, וואס האט פראבירט מסביר צו זיין מיט אלע זיינע כוחות, אז רבינו שליט''א איז עכט א גארנישט, און ר' זלמניו איז עפעס גאר א קליגער גלוגענער מענטש, דאס איז געווען באגלייט מיט עכטע מעשיות, און פאקטען, וואס פארמעגליך האט באקימען און זיין אישי, און אימעל,  מען האט דאס פאר טיילט אונעם אלטען ביהמ''ד און ראדני, מען האט עס איבער געטיישט אויף אלע 70 שפראכען, אבער עס האט געהאלפען א מכה,

 

דאס יאר שמח''ת האבן זיך די זאליס געכאפט, אז ביים נער, איז געווען צענדליגע טויזענטער חסידים, וואס זענען געטאנצען מיט א התלהבות די הייליגע הקפות, און ביים בן החכם, האט דער פוסטקייט, און די דעמאלאזאציע געוועלטיגט ביד רמה, אמת ער האט אויך געהאט מנין, אבער ביי דעם הייפעלע יודען וואס ער האט געהאט, האט זיך נישט דערקענט די פארמעגליך געמויזעכס אויף זייערע פענימער, בקיצור די פארמעגליך דראגס איז געווען אבי ארויס געווארפען געלט!

 

איצט האבן זיי אנגעהויבן א נייער מהלך, אז און אמת'ן און ר' זלמניו יא א יש, ער קען יא לערנען, ער טיט יא אויף פאר יודישקייט, אד''ג איי קיינער ווייסט נישט דערפון?

 

אה! דאס איז ווייל ער איז א צדיק נסתר, ער באהאלט זיך פשוט, אונטער די דאכענכע, למשל, ער לערענט א גאנצע נאכט, מען קען אפי' זען וואו די לעקטער ברענט און 550 א גאנצע נאכט, מען דעקט נאר צו די פענסטער אז דער ל''ו צדיק ר' זלמניו זאל חלילה נישט ווערן נתגלה,

 

ער האט אויף געשטעלט א ביליגע חתונה האל און וומ''ס, (אמור מעט ועשה הרבה)  איי קיינער ווייסט נישט פון אזא זאך אז ר' זלמניו זאל עפעס אונטערסירען, אז יודישע קונדער קענען נישט חתונה מאכען אן קיין הארטץ אטאקעס,? דאס איז נישט, עכט אונטערסירט אים יא! ער האט נאר ''בטבע'' פיינט פראפעגאנדע ( עיין ערך נסיעה באנטווערפען, ניזוויק, וכו')

 

דער ר' זלמניו איז פוסט און לעהר בתכלית הלעהרקייט, ער איז א ניקסט, וואס אלע ניקסען פון די וועלט קען זיך פארשטעקן פאר אים, ער האט מיט די נייע ביליגע חתונה זאל אזוי ער האט מיט די גמרא,

 

די זאל האט אויפגעבויעט אונזער אלטער באוויסטער ידיד לייזער קעסטבוים דער באוויסטער בעל הפרדס, דאס האט אונזער לייזער אויף געבויעט להגדיל שמו, צו פארגרעסערן און פארשענערן זיין נאמען, ער זאל פשוט נישט גיין פון דער וועלט מיט אזא נאמען וואס ער האט זיך ערווארבען און די לעצטע יארן,

נאך מער אונזער לייזער האט שוין די חזקה אז יעדער זאך וואס ער טיט לטובת הכלל זאל ער ציריק באקימען בעולם הזה בכפל כפליים (עיין ערך ODA קרית ויואל משה, איחוד העולמי, וכו') פון די דאזיגע  זאלען וועט נאך לייזער  מאכען א סאך געלט,

 

אבער מיט ר' זלמניו האט דאס גארנישט, ער האט נישט אריין געלייגט די פונגער און קאלט וואסער פאר דעם ביליגען זאל, ער האט נישט פארמינערט פון זיין שינת צהריים קיין רגע לטובת די זאל, איין זאך וואס ער האט יא געטאן, און עס קימט זיך אפשר קרעדיט, איז אז ער האט אראפ גענימען זיינע לאפעס איינגעהילט און ווייסע שטרימפ, פונעם שלחן, און ער האט איבערגעלאזט זיין ווילא, וואו ער האלט זיך אונמיטען אויסרוען, פון זיך אויסריען, און ארויס געפארען מיט משה וואלף'ס שיינע אוטו קיין ברוקלין צו טרינקען א גלעזעל משקה מיט ר' לייזער'ען און די פרדס זאל,

 

משה וואלף גיבט איבער אז און די קאר האט ר' זלמניו נישט דעבטעלט די צייט ער האט איידל אויסגעהערט די נייע קאסעטע פון ר' מיכאל זאל לעבן,

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/11/2009 19:57 לינק ישיר 

געהערט פון מקור ראשון:
אליעזר קעטנבוים האט פאריגע וואך געזאגט מיט התרגשות פאר א באבוב'ער איד (רמ"ד) אז ער דאנקט דעם באשעפער וואס האט איהם חונן דעת געווען צו מנדב זיין די פרדס זאל א זאך וואס מיינט ריין צו העלפן אידן אן קיין שום פאליטיק, און דערמיט שפירט ער אז ער גיבט א קרבן תודה פאר'ן באשעפער אויף די נסים וואס ער איז אריבער אין זיינע ביזנעסער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 23:53 לינק ישיר 

איין ווארט וואויל איז דער וואס גלייבט!!!

מיר קענען שוין דעם לייזער לאנגע יארען, מיר זענען אים נישט חושד ח''ו אז ער האט אונזון צו העלפען יודען!!!




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 05:58 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-17/11/2009 15:45 לינק ישיר 

די זאל זעהט באמת אויס ווי א פראכט!

ב"ה אז די זאליס האבען זיך ארויפגעכאפט אויפן וואגען פון תקנות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 21:30 לינק ישיר 

די זאלי'ס זענען העפי
וואס איז, זיי זענען שוין ענדליך מיטן וואגען, ביי זיי מאכט מען שוין אויך חתונה תקנות, טאקע פין די לעצטע, אבער דער למה נגרע הערט מען שוין נישט אזוי שטארק.

לאמיר אביסל צילייגען די נייע זאל, נישט אז ס'קומט זיי נישט קיין קרעדיט, נאר אז זיי מאכען אזא איבערקערענישט ווי קליינע קינדער מיט זייער נייע זאל, דאן לאמיר הערן פין וואס מ'רעדט דא:

ווי באקאנט האט סאטמערע רבי שליט''א אויפגעפאדער א שטיק צייט ציריק זיין הייליגע עדה, מ'זאל אנהייבן איינצופירען פרישע תקנות בנוגע צומצם הוצאת החתונה - טראץ וואס עס זענען שוין איינגעפירט יארען לאנג געוויסע תקנות וואס פריעדיגע רבנים ובראשם רביה''ק בעל ב''מ ז''ל האבען איינגעפירט, אבער במשך די יארען זענען אפירגעקומען פרישע הוצאת אין פרישע משוגע'תן אין די גאנצע סטאנדארט איז מורא'דיג ארויף,
אין פין די אנדערע זייט דארף איך נישט שרייבען ווי שווער ס'איז היינט צו טאגס חתונה מאכען א קינד פאר א עווריזש פארדינער לויטן פאריעריגע סטאנדארט,  

מ'האט זיך אראפגעזעצט מיט עסקנים אין איינגעפירט תקנות
די רעזולטס זענען ב''ה געווען למעלה מן המשוער, אין עס ב''ה געווארען נאכקאפירט ביי רוב ק''ק בישראל

די ערשטע פאזע איז געווען בעיקר אויף ביז די ליל החתונה וואס איז ב''ה שטארק סוקסערסירט, סיי די דיימאנט,שטריימעל,ברעיסלעט, תנאים, וכי'

די צווייטע פאזע איז געווען טאקע די ליל החתונה, וואס דאס מאכט ב''ה פראגערעס חודש'ליך

המשך יבוא



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > הפרדס זאלן: אמור מעט ועשה הרבה!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.