היסטארישער העלט קעיר ביל דורך אין קאנגרעס
נאך א היפש שווערע מאנאט האט אבאמא ענדליך באקומען עפעס מיט וואס צו שמייכלען. די אומכאריזמאטישע פעלאוסי האט באוויזן, מיט א געזונטן שטופ פונעם פרעזידענט, דורכצוקוועטשן א היסטארישן העלט קעיר ביל דעם מוצאי שבת. ס'איז זיי אפילו געלונגען אריינצורוקן די קאנטראווערסיאלע "פאבליק אפשען".
מ'קען זאגן וואס מ'וויל קעגן דעם ביל, ס'איז היסטאריש אין יעדן אספעקט, און האט ענדליך געגעבן א סיבה פארוואס אבאמא זאל ווייטער וועלן אויפשטיין צופרי. ווער ס'הערט דעם מעכטיגן אויסגעשריי אין קאנגרעס ווען פעלאוסי פירט אויס "די יעיס העוו איט" פארשטייט וואס איך זאג.
יעצט ליגט אלעס אויף הערי ריעד און דער סענאט. אויבנאויף איז לינדזי גרעהעם אבער כשר גערעכט ווען ער זאגט אז דער ביל אין איצטיגן פארם איז "די. או. עי.", ס'איז כמעט נישט מעגליך צו זען וויאזוי די בלו-דאג דעמאקראטן און די 2 אינדעפענדענטס זאלן שטיצן דעם ביל, און במילא וועט גאנץ זיכער געלונגען פאר די רעפובליקאנער דורכצופירן דעם לענגסטן פיליבאסטער אין היסטאריע.
ס'וועט זיין אינטערעסאנט צו זען אויב ריעד וועט דאסמאל מוזן אויספירן די אור-אלטע סטראשע פון דערקלערן פיליבאסטערס אומלעגאל, וואס וועט פאר זיך ווערן א היסטארישער סופרים קאורט געפעכט. ער וועט אבער לכאורה ענדערש זוכן אויסצוארבעטן א פשרה צווישן די דעמאקראטן פאר ער לייגט עס ארויף אויפן טיש.
 |
|
|