מצדיק רשע ומרשיע צדיק תועבת ד' גם שניהם
השתלשלות הענינים פונעם געועזענעם מנהל מוסד "רבינו יואל" לספרדים - די השחתה פון די אהרונים וועלכע שטיצן דעם געוועזענעם מנהל מיט זיין בגידה בדעת תורתו פון רביה"ק זי"ע מייסד המוסד - דער הלך ילך ביים בי"ד פון הגר"נ קארעליץ וועלכע ערשטוינט יעדן
די הולכי ערכאות פון קרית יואל, האבן פארשפרייט מיט א נייעס קעגן הגאון הצדיק המפורסם, חו"פ, רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"ץ דסאטמאר, אין דערמיט אריינגעשטעלט בריוו'ן פונעם בי"ד פון הגר"נ קארעליץ אין בני ברק, אונטערגעשריבן טייל דורכ'ן מזכיר ר' דוד הערשקאוויטש, און טייל דורך די דריי חבר הבי"ד הרב יודל סילמאן, הרב שריאל ראזענבערג, הרב יאנקל פארבשטיין (וואס גייט אן א ליטווישן פראק, שפעטער וועל איך עס מסביר זיין פארוואס איך האבן צוגעשריבן די הערה), איבער דעם ענין, וואס די ענדע דערפון איז אז זיי האבן געגעבן אן היתר להליכה בערכאות פאר דעם געוועזענער מנהל פון די ספרדי'שע ת"ת "רבינו יואל" ר' רחמים בר משה קעגן די וועד ההנהלה פון די ת"ת.
די פרשה וועלכע איז גאר א ווייטאגליכע טעמע פאר זיך, ווי מיר וועלן באלד אנרירן מער בהרחבה, איז אבער פון צווייטן זייט נישט אנדערש ווי אלע אנדערע נידעריגע עלילות וואס די "אהרונים" מיט זייערע "בלאט" קאלבטארן זענען מעליל און די לעצטע יארן קעגן רבנים גדולי התורה און ערליכע אידן וועלכע ווילן נישט מקבל מרות זיין פון זייער אויבערהאר ר' אהרן, וואס לעבט נאך און א חלום אז גאנץ סאטמאר איז זיינס, האבן עס באקומען פון זיין באבענס ירושה, און ווער עס אנערקענט נישט און דעם "אני ואפסי" ווערט מוחרם ומנודה, און ווערט אנגעגריפן פון נידעריגע אטאקעס מיט דברי עלבון וגנאי אן קיין שיעור.
און די קומענדיגע פאראגראפן וועלן מיר ארויסברענגען די לעכערליכקייט פון דעם שקר, אז דער דיין שליט"א ושלומיו אמוניו אתו וואס פירן די ת"ת זענען נישט קיין ציית דינא און זיי האלטן נישט ביים גיין צו א דין תורה.
די ספרדי'שע ת"ת
די ספרדישע ת"ת "רבינו יואל" איז ווי באקאנט אן המשך צו די תלמוד תורה לילדי בוכארה והספרדים וואס דער הייליגער רבי זי"ע האט געהייסן האט באאויפטראגט און באפוילן פאר הרה"ג החסיד ר' בן ציון יאקאבאוויטש שליט"א דער דעמאלטיגער מנהל המוסדות צו גרינדען אין בני ברק און אנהייב די ל' יארן ווען עס זענען דעמאלץ ארויפגעקומען א גרויסער נומער פון אידן פון די שטעט.
די היסטאריע פון די מסירת נפש וואס דער רבי זי"ע האט געהאט פאר די מוסדות און צוגאב די פילע פעולות כבירות וואס הרה"ג ר' בן ציון יאקאבווויטש שליט"א מיט זיין געטרייע הנהלה האט געהאט פאר די מוסדות און פאר די קינדער איז באשריבן און באריכטעט ברייט בספרו הנהדר פון הרה"ג ר' בן ציון שליט"א "זכור ימות עולם" חלק ד'.
עס דארף שטארק באטאנט ווערן די בייהילפיגקייט פונעם לענגאדארער מנהל פון מוסדות יטב לב בארה"ק הרב החסיד המפורסם ר' שלמה גפן ע"ה וואס האט געשאפט גרויסע סומעס געלט צו אויפהאלטן די הייליגע קינדער די אודים מצולים, אז זיי זאלן נישט אריינפאלן און די ציפורני הרשעים אינערהאלב די נעגל פון די ציוניסטישע "סוכנות", און זאלן ח"ו געשיקט ווערן אינערהאלב די פרייע "קיבוצים", און אז עס זאל ח"ו נישט פאסירן מיט זיי וואס עס האט פאסירט מיט די מאראקא קינדער, וועלכע - ווי יעדער ווייסט - האט עס געקאסט געזונט פאר רביה"ק זי"ע..
דער "מוסד רבינו יואל לילדי בוכארה" ווי עס פלעג אנגערופן ווערן, האט געשאפן גרויס נחת רוח פאר'ן רבי'ן ז"ל לעת זקנתו, און ער פלעג דערפון רעדן און זייער אסאך געלעגענהייטן. עס ווערט דערציילט אז איינמאל ווען הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה איז זיך געקומען געזעגענען ביים רבי'ן בין כסא לעשור צוזאמען מיט צענדליגער "ארגענטינע" קינדער וואס ער האט אויפגעהאלן ביי זיך, האט עם דער רבי געזאגט אז די זענען מיינע קינדער, און כ'האב נאך קינדער און ארץ ישראל, וועלכע געפונען זיך אין בני ברק ביי דעם ת"ת וואס כ'האב געגרינדעט פאר זיי.
ווען די צאל קינדער האבן זיך פארגרעסערט, האט דער רבי זי"ע באפוילן אנשי אמוניו די געטרייע הנהלה פון "חברת קרית יואל" אז א טייל פון די הכנסות פון די קארפארעישאן מיז גיין פאר אויפהאלטונג פון די ת"ת וועלכע איז אן הצלת הדור, און אזוי פלעג עס אנגיין כמה וכמה שנים.
די פארראט פון ר' משה חיים ווייס.
ווען די צאל קינדער זענען געווארן געדאפאלט, ווייל מ'האט אריינגענומען דערין אויך אלגעמיינע ספרדי'שע קינדער וועלכע האבן געזוכט א ערליכע ת"ת על טהרת הקודש, און מ'האט געמוזט דינגען פאר זיי א נייעם לאקאל, האט די הנהלת המוסדות אין שפיץ פון ר' משה חיים ווייס, ובראשם די הנהלת "חברת קרית יואל" באשלאסן צו בויען פאר די ת"ת א בילדונג אויף א לאט וועלכע האט זיך געפונען הארט נעבן די סאטמארער בני ברק'ער האטעל, און האבן זיך דעמאלץ געוואנדן צו נגידים און אויסלאנד כדי צו קענען בויען פאר דעם הייליגן מוסד - וואס עס איז אזוי דעם רבי'ן געגאנגען אין לעבן איר עקזיסטענץ - א בילדונג כליל יופי בהדרה.
ביז עס האט זיך אנגערופן אחד הנגידים דאז, האי גברא יקירא הרבני הישיש ר' דוד ברעכער ע"ה, וואס האט געוואוסט ווי ווייט עס איז דעם רבי'ן געגאנגען בנפשו אז די קינדער זאל האבן א קורת גג, האט ער זיך אנגערופן אז ער צאלט אויס דאס אויפבוי פונעם גאנצן בנין, און האט דערמיט אונטערגעשריבן א "שטר הסכם" מיט די הנהלת המוסדות, מיט די הנהלת "חברת קרית יואל", אז דער בנין דארף זיין מוקדש לעולמי עד פאר די ת"ת לעדת הספרדים בני המזרח, און "לא ימכר ולא יגאל", און עס זאל בלייבן פארהייליגט פאר די מטרה פון אויפהאלטן די ספרדישע קינדער. דער הסכם וועלכע איז ארונטערגעשריבן כעט בדול בעופרת האט טאקע אנגעהאלטן א לאנגע צייט.
און דעם בנין איז יארן לאנג געווען די אכסניא של תורה (און די ערשטע צווי שטאק) פון די סאטמארער ישיבה קטנה, ווייל עס האט דאן נישט אויסגעפעלט אלע פיר שטאקן פאר די ת"ת.
עס דארף ארויסגעברענגט ווערן א אלע יארן ביז היינט צו טאג ווערט די הנהגה רוחנית פונעם מוסד אנגעפירט דורך דעם גאון וצדיק ר' שמעון באדאני שליט"א וואס ער איז דער אנגעזענסטער ספרדי'שער רב אין בני ברק, און ער איז מנווט דעם הייליגן מוסדות שוין אזויפיל יארן מיט מסירות נפש.
מיט עם צוזאמען דארף דערמאנט ווערן די בייהילפיגקייט מיטן גרעסטן מסירת נפש, פון האי גברא רבא, הרב הגאון ר' מענדל דאווידאוויטש שליט"א דער לעגענדארער סאטמארער ראש ישיבה פון בני ברק, וואס האט כציר חלמיש געקעמפט אלע יארן פאר'ן עקזיסטענץ פון דעם הייליגן מוסד, און האט געשאפן רזיגע סומעס געלט פאר איר, און געזען אז עס זאל האבן א שטארקן קיום.
מיט יארן שפעטער, ויקם מלך חדש אשר לא ידע את יוסף, דער ר' משה חיים ווייס, האט באשלאסן בשרירות לבו צו ארויסווארפן די הייליגע קינדער פונעם בילדונג, וואס הנגיד הנכבד ר' דוד ברעכער ע"ה האט מנדב געווען פאר די ת"ת, און די שטאקן וועלכע עס איז ליידיג געווארן האט מען ארויפגעזעצט דעם כולל אברכים, און מ'האט געמאכט נאך א שטאק פאר א ישיבה קטנה,וכו'.
יארן לאנג פלעגט מען צו זעהן דעם טאוועל אויפ'ן מוסד, אז דער בנין הגדול איז נדבת הרבני הנגיד ר' דוד הכהן ברעכער וזוגתו, אבער ביז ווילאנג ער מיט זיינע קינדער הרבני הנגיד ר' אשר נ"י, און ר' צבי מנחם נ"י, זענען געווען באקאנט אלס ברייטהארציגע נגידים פאר מוסדות הק' וועלכע סימבאלירן די שיטה הק' פון רבי'ן זי"ע, און האבן נאך געהאט געלט צו אויסטיילן, האט ר' משה חיים ווייס געציטערט צו ארויסווארפן די קינדער פונעם מוסד, אבער דערנאך וואס ער מיט זיינע חשוב'ע קינדער האבן פארלוירן די מעגלעכקייט צו טיילן, האט ר' משה חיים ווייס ארויסגעווארפן די קינדער פונעם בילדונג מיט גרויס אכזריות, און מיט א קאלט בלוטיג הארץ.
די קינדער האבן געדארפט וואנדערן פון איין ארט צום צווייטן, אן קיין קורת גג, זיך געמוזט מוטשען מיט צאלן רענט פאר דינגען א בילדונג. אויסער דעם האט ער אויפגעהערט צאלן געלט פון די הכנסות פון "חברת קרית יואל" פאר דעם הייליגן מוסד, און האט צונישט געמאכט די קלארע הוראה פון רביה"ק זי"ע פאר הרב החסיד ר' שלמה גפן ע"ה אז א טייל פון די הכנסות פון חברת קרית יואל זאל גיין פאר דעם אויפהאלטונג פון דעם הייליגם "מוסד רבינו יואל לידי בוכארה הספרדים".
דער נגיד הנכבד ר' דוד ע"ה מיט זיינע קינדער האבן געמאכט א טומעל, און האבן געטאן כל טצדקי אז מ'זאל צוריק נעמען די קינדער און דעם בילדונג, אבער עס האט נישט געהאלפן גארנישט, טראץ די ווענדונג פון די דעמאלטיגע הנהלה פון חברת קרית יואל הרבני החסיד ר' סענדער דייטש ע"ה, און הרבני הנגיד ר' לייבוש לעפקאוויטש ע"ה בהוראת מרן בעל ברך משה זי"ע.
די קינדער זענען געבליבן אן קיין קורות גג, אן קיין דאך אויפן קאפ, און דער חשוב'ער נדיב הרבני הנגיד ר' דוד ברעכער ע"ה איז געבליבן פארווייטאגט עד היום הזה, נישט וועלענדיג קענען מער דאס נאמען "סאטמאר בני ברק".
עס מיז פון איין זייט באריכטעט ווערן אז ר' משה חיים ווייס האט גע'טענה'עט דעמאלץ לזכותו, אז ער האט ארויסגעווארפן די ת"ת פון יענעם בילדונג, ווייל ער האט געהאט א חשד אז דער מנהל בר משה נעמט געלט פון די ממשלה (א חשד וואס שטעלט זיך ארויס אז עס איז נישט געווען אמת, ווייל דאס געלט נעמען איז פארגעגאנגען נאר און די יארן ס"ד און ס"ה, און נישט פריער).
אבער נניח אז די אויבעאדערמאנטע טענה קען מען זוקף זיין צו זיין באשלוס, איז אבער די אומווערדיגקייט פון ר' משה חיים ווייס אנגעגאנגען אסאך ווייטער. אויב איז כאטש דאס בילדונג כאטש געבליבן פאר א מקום תורה, ווי עס איז געווען פלאצירט די ישיבה קטנה מיט דעם כולל אברכים, האט ער מיט געציילטע יארן שפעטער באשלאסן אריבערפירן די ישיבה קטנה אינעם "זכרון מאיר" בילדונג אויף רח' היילפערין, און דער כולל איז אריבער צום היכל בית המדרש הגדול, און אין א שיינעם טאג האט ער אראפגענומען דאס טאוועל פונעם נדבן הרבני הנגיד ר' דוד הכהן ברעכער ע"ה, און עס געווארפן און צענטראלן מיסט קאסטן פונעם שיכון אין בני ברק, און האט דעם בילדונג איבערגעבויעט, און געמאכט דערפון הייזער און עס פארקויפט פאר דארטיגע איינוואוינער פון די קהלה.
איר הערט א נידעריגקייט. א נדבן האט געגעבן באלד צווי מילאן דאלער צו בויען א בילדונג פאר דעם הייליגן מוסד וואס דער רבי זי"ע האט געבלוטיגט דערפאר, און עס איז געווען משאת נפשו באחרית ימיו, דער ר' משה חיים וואס האט זיך פאררופן פאר דער סאטמארער מנהל המוסדות, האט גענומען דעם הייליגן רבי'ן זי"ע, האט זיין גאנצע תורה און זיין גאנצע האראוואניע געלייגט און גארבידזש, און פאר נזיד עדשים פאר זיינע פריוואטע הכנסות וואס ער האט געמאכט פון יעדן דירה וואס ער האט געבויעט, האט ער ארויסגעווארפן לרחובה של עיר די הייליגע בא'חנ'טע קינדערליך, און עס האט עם נישט אינטערסירט צו די קינדער וועלן בלייבן מיט קאפל און פיאות, און זיי געלאזט הפקר לכך, שומו שמים!
דער נדיב ר' דוד ע"ה וועלכער האט געהאט אן אונטערשריפט פון ר' משה חיים ווייס אז דער בנין איז מיועד לעולמי עד פאר די קינדער, ווי עס שטייט דארט "לא ימכר ולא יגאל לעולם" איז געליבן מיט א קליינעם צעטל און בוזעם, וואס ער קען דערמיט נישט מער ווי עס איינפרעימען און עס אפשיקן צו די "שעכטער" לייבערי אלס אן אנדענק, פון נאך א איד וואס אראפגעפלאדזשט צווי מיליאן דאלער פאר גארנישט.
דער נגיד ר' דוד ע"ה לעבט שוין נישט, אבער יעדער קען זיך אינטערסירן די אינפארמאציע, ביי עם און ביי זיינע קינדער און אייניקלעך.
מ'קויפט א נייע בילדונג פאר'ן מוסד
אזוי ווי דער עקזיסטענץ פונעם הייליגן מוסד איז געווארן זייער שווער, נישט האבענדיג, נישט קיין געלט צו אויפהאלטן דעם מוסד, און נישט קיין בילדונג פאר די תלמוד תורה, האט זיך דעמאלץ אנגעגארטעלט האי גברא יקירא הרבני הנגיד הנכבד בכל אפסים מו"ה ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה, און זיך אונטערגענומען צו שענקען יעדן חודש א דריטל פונעם בודזשעט פונעם מוסד, כדי צו מקיין זיין די הוראה פון רביה"ק זי"ע אז מ'זאל העלפן אויפהאלטן זיינע קינדער און בני ברק.
אויך האט הרבנית הצדיקת ע"ה מחברתו הטהורה פון רבי'ן זי"ע אפגעשיקט מידי חודש בחודשו באדייטענדע סכומים להחזקת המוסד.
ועל כולם דארף ארויסגעברענגט ווערן די פעולות הכבירות פון האי גברא רבא, הגאון הצדיק המפורסם, דולה ומשקה מתורת רבינו לאלפים, רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל אבדק"ק אבני שלמה מאנסי, וועלכער איז דעמאלץ געווארן דער יו"ר וועד הרבנים פונעם הייליגן מוסד, און האט געטראגן אויף זיך דעם גרויסן עול פון החזקת המוסד מידי חודש בחודשו, און געשאפן ריזיגע סומעס געלט להחזקת המוסד.
און יאר תשנ"ח האט מען באשלאסן דאן צושאפן פאר דעם מוסד א גרויסן בילדונג, כדי אז עס זאל קענען זיין א חומה בצורה פאר'ן מוסד אז עס זאל האבן א קיום גדול, האט זיך דעמאלץ אנגעגארטעלט הרבני הנגיד ר' אביגדור יאקאבאוויטש ע"ה, און האט אויסגעלייגט דאס גאנצע געלט צו קויפן דעם בילדונג פאר די ת"ת וועלכע געפונט זיך אויף רח' אמרי ברוך אין בני ברק.
עס ליגט יעדן און די ביינער ווען כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א, און הגאון האדיר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א ראב"ד סאטמאר, און הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר, מיט להבחל"ח הגאון הצדיק רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל, האבן אונטערגענומען די היסטארישע רייזע און אייראפע און אין קרית טאהש און מאנטרעאל, און אנדערע ערטער צו שאפן ריזיגע סומעס פאר דעם אפקויף פון דעם הייליגן מוסד.
ל"ג בעומר תשנ"ט, איז פארגעקומען דער מעמד חנוכת הבית פונעם בנין, וועלכע עס זענען געוועזן אנוועזענד גאר א ריזיגער ציבור אידן, בראשות גדולי ומאורי הדור, ווי פאלגענד: כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, הגאון האדיר רבי ישראל חיים מנשה פריעדמאן שליט"א, הגאון האדיר רבי יחזקאל ראטה שליט"א גאב"ד קארלסבורג, הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ, וועלכע האבן אויפגעטראטן מיט גאר פלאמפייערדיגע דרשות ארויסברענגענדחג מיט גרויס התרגשות דעם גרויסן מעמד האדיר לכבודה של תורה ולכבודה של קדושת החינוך הטהור בדרך ישראל סבא.
א סקרוך גייט אריבער אוו די ביינער ווען מ'דערמאנט זיך ווי די אלע רבנים הגאונים הצדיקים עיני העדה שליט"א האבן געלאזט פאלן טרערן הערענדיג ווי די בא'חנ'טע קינדערליך זינגען דעם ניגון "אערוך שיעי ואהלל לכבוד רבינו יואל", ווער עס איז געוועזן אנוועזענד ביי דעם מעמד איז נישט געבליבן מיט א טרוקן אויג פון התרגשות דקדושה.
עס איז צום באטאנען אז דער ר' אהרן פון קרית יואל איז שוין געווען צענדליגער מאל בימי חייו אין בני ברק, כמה פעמים צו באזוכן זיינע חסידים, און מיט יארן צוריק ביי פארשדינע שמחות אין די משפחה, און אויך באזוכן זייו שווער דער וויזניצער רבי שליט"א, און האט קיינמאל נישט זיך אינטערסירט אינעם מוסד, און האט קיינמאל נישט אפגעשטאט א באזוך אינערהאלב דעם מוסד, ווי עס וואלט געווען עפעס א מוסד פון עטיאפישע קינדער פון די ווייטע קרית שמונה אדער לעבן מצרים, אפגערעדט אז ער האט קיין דאלער נישט געשאפט פאר דעם מוסד, און ווי געעשריבן האט ער עס נישט אנגעקוקט כלל וכלל. די פוינט איז אן איבערצייג פאר יעדן אז ער האט פארפאקט דעם חינוך הטהור אויפן זעלבן ארט ווי ער האט געהאט פארפאקט זיין גרויסן טאטן, ווען ער האט געצווינגען זיינע קינדער אונטערשרייבן אויף די קאורט פאפירן ביי די ברייט באקאנטע "פעמעלי קאורט".
די פירשאפט פונעם מנהל ר' רחמים בר משה
די פירשאפט פונעם מנהל ר' רחמים בר משה איז זייער אן אנגעווייטאגטע טעמע, און מיר וועלן עס בארירן מיט די גרעסטע מאס איידעלקייט.
עס מיז ארויסגעברענגט ווערן אז דער מנהל ר' רחמים בר משה האט אלע יארן געוואנדערט איבער דער גארער וועלט צו שאפן געלט פאר דעם הייליגן מוסד, און האט דערפאר געניסן גרויס קירבות ביי אלע היימישע נגידים און חסידים, און ביי אלע ערליכע אידן רבנן ותלמידיהון, וועלכע האבן עם מקרב געווען, און האבן געשאנקען מיט באדייטענדע סומעס געלט לטובת דעם הייליגן מוסד.
און די לעצטע יארן זונט זומער תשס"ד איז הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר געווארן דער יו"ר וועד הרבנים פונעם מוסד, און ער טראגט דעם עול פון החזקת המוסד פון אנהייב ביזן סוף, עד עוצם היום הזה, און דערביי איז ער מכתת רגליו מהכא להתם צו שאפן ריזיגע סומעס געלט לטובת דעם הייליגן מוסד.
משך די לצטע 14 יאר האט דער מנהל אריינגענומען אינעם מוסד זיינע קינדער שוואגער און שוועסטע טעכטער וכו', וועלכע האבן געארבעט א טייל אלס סעקרעטארן פונעם מוסד, אזוי אז ער האט געהאט די פילע שליטה פונעם מוסד.
איך גיי נישט אריינגיין אין די פילע איינצעלהייטן פונעם סענסעטיוון אישו, פארוואס הרב בר משה דער מנהל האט זיך אנטזאגט, אבער עס האט ליידער פאסירט זייער גאר הארבע פראבלעמען אינעם ת"ת, און א טייל מלמדים האבן געלאזט הערן פאר די הנהלה פון ניו-יארק, אז דערפאר פארלאזן די ת"ת א געוואלד קינדער פון פיינע שטיבער, און די ת"ת קען ח"ו בלייבן נאר מיט שוואכע קינדער, און טראץ וואס דער מנהל הרב משה איז געווען באהאווענט און די פאקטן האט ער געגעבן א בעקונג פאר די עושי המעשים המחרידים.
מיט דעם אלעס האט הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א עם נישט געוואלט אויפזאגן פון זייט אמט אלס הכרת הטוב פאר זיינע פעולות פאר'ן מוסד. אבער נאך א לענגערע דין ודברים צווישן הרב בר משה מיט דעם מנהיג הרוחני פונעם מוסד הגאון ר' שמעון בעדני שליט"א, האט דער מנהל הרב בר משה געמאלדן אנמיטן ווינטער תשס"ח פאר די הנהלה אין ניו-יארק, אז ער אנטזאגט זיך פון זיין אמט, און ער האט מער נישט קיין שייכות מיט דעם מוסד. עס קלאר און דייטליך אז קיינער האט עם נישט אויפגעזאגט, נאר ער האט ריזיינט.
עס דארף צוגעלייגט ווערן אז די איינגעשטעלטע פונעם מוסד צווישן זיי די טעכטער און איידעם פונעם געוועזענעם מנהל הרב בר משה זענען געבליבן נאך א חודש צייט אינעם מוסד, אבער נאך א גאנצער חודש, נאך וואס זיי האבן אויסגעליידיגט אלע דאקומענטן פון די אפיסעס האבן זיי אליין ריזיינט פונעם מוסד.
עס דארף באטאנט ווערן אז לאור די שוואכע צושטאנד פונעם ת"ת און די לעצטע 3-4 ווי אויבערדערמאנט, האט די הנהלת המוסד פון ניו יארק אריינגעלייגט געוואלדיגע כוחות צו אוועק שטעלן א ישיבה קטנה, וועלכע זאל זיין אפגעזונדערט פונעם ת"ת, און עס זאל זיך פירן ווי אן עקסטערן סניף. און עס דארף טאקע באטאנט ווערן אז די ישיבה קטנה האט טאקע געהאט זייער א שטארקע הצלחה, און עס האט די לעצטע צווי יאר באקומען איר גוטן נאמען, און בצלו זענען זיך מתדפק ערליכע בחורי חמד פון די שענסטע ספרדי'שע פאמיליעס פון בני ברק, און זענען פארהאן היינט צו טאג פילע דריי כיתות פון איבער 60 בחורי חמד, וועלכע זענען הוגה בתורת ד' מיט גרויס התמדה און שקידה, וכל רואיהם יכירם ויעיד כי זרע ברך ד' המה.
דער מוסד האט זיך געפירט אזוי ווייטער, ביז אנהייב חודש אלול תשס"ח, ווען די הנהלת המוסד אין בני ברק און אין ניו יארק האט באשלאסן אז אזוי ווי לאור די רוחניות'דיגע אומ'אחריות'דיגע התנהגות פונעם געוועזענעם מנהל איז די ת"ת געבליבן און א שוואכן צושטאנד, א טייל פון די קינדער זענען געווען מיט זייער שוואכע כאראקטער'ס און מיט גאר שווערע פראבלעמען יעדער באזונדער פאר זיך, איז באשלאסן געווערן צו מאכן א נייע רע-ארגאניזאציע פון די ת"ת, און עס פארבעסערן וויפיל מ'קען נאר.
אבער צום נייער אלול זמן תשס"ח האט זיך געמאכט א נייעם פראבלעם, דער געוועזענער מנהל הרב בר משה האט זיך דערמאנט אז ער איז געווען אמאל דער מנהל פונעם מוסד, און איז א וואך בעפאר אנהייב זמן אנגעקומען אינעם בילדונג, און האט געטוישט די שלעסער פונעם בנין און האט עס פארשפארט, און האט אנעהויבן צו פירן מעשה בעלות.
נאך אזא שערוריה זענען ארויס גרויסע טייל קינדער פון ת"ת, און די ת"ת איז געבליבן במתי מעט, האט מען באשלאסן צו אויפבויען די ת"ת פון אויפדאסניי ווי עס וועלן ווערן געהאלטן ביז היינט צו טאג דריי כיתות פון די ישיבה קטנה, און דריי עלסטע כיתות פון די ת"ת, און אזוי צוביסלעך אנהייבן צוריק אויפבויען די ת"ת מיט פרישע כוחות און מיט א פרישע הנהגה רוחנית אן די פארגייענדע פראבלעמען.
און אזוי ווי עס איז געוועזן א סכנה פאר'ן המשך פונעם עקזעסטירונג פונעם מוסד, האט דער מנהיג הרוחני הגאון ר' שמען בעדני שליט"א, געהאלטן אז מ'דארף אריינגעבן א תביעה און א בי"ד מאכן א "צו מניעה" קעגן דעם הרב בר משה אז ער זאל נישט קענען אריינטרעטן אינעם בנין.
און דעריבער זענען די הנהלת המוסד אין ניו-יארק די אייגענטימער פונעם בילדונג און פונעם מוסד, אריינגעטרעטן צום בי"ד פון הגר"נ קארליץ און געבעטן א "צו מניעה" קעגן דעם מנהל, אז ער זאל נישט קענען שטערן דאס אנגייענדע פירשאפט פונעם מוסד, און ער זאל נישט טארן אריינטרעטן אינעם בנין. און נאך א זיצונג אינעם בית דין ווען הרב בעדני שליט"א האט זיך אויך געוואנדן צום בי"ד איבער דעם ענין, האט דער בי"ד פון הרב קארעליץ ארויסגעגבן א צו מניעה קעגן הרב בר משה אז ער טאר נישט אריינגין אינעם בנין, און א וודאי נישט מזיק זיין פונעם בנין, ביז ווען עס וועט ארויסגעגעבן ווערן א פסק איבער זיינע טענות.
דער השתלשלות פונעם די"ת – מיט די שוידערליכע אויפדעקונג
דער וועד הנהלת המוסד אין ניו-יארק, האט אונטערגעשריבן שטרי בירורין ביים בי"ד, און עס איז פארגאגאנגען א די"ת, ווי דער געוועזענער מנהל האט גע'טענה'עט אז ער איז ווייטער דער מנהל, און גלייכצייטיג האט ער גע'טענה'עט אז טארמער ער ווערט אנטזאגט דארף ער באקומען "פיצויים", ער מיט כל בני משפחתו וועלכע האבן געארבעט כך וכך יארן אינעם מוסד.
דער בית דין פון הגר"נ קארליץ, האט געהייסן אינמיטן ווינטער תשס"ט פאר די הנהלת המוסד צו משליש זיין חודש'ליכע סכומים פון "פיצויים" געלט, וואס דער געוועזענער מנהל טענה'עט אז עס קומט זיך עם, און נאכן ענדגילטיגן פסק וועט מען עס איבערגעבן פאר וועמען עס קומט זיך.
ווי אומגלובליך עס איז, האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער בי"ד האט איבערגעגבן דאס געלט פאר דעם געוועזענעם מנהל בר משה און פאר זיינע טעכטער און איידעם שוין אים חודש ניסן תשס"ט, ווען דער פסק פונעם בי"ד איז ארויסגעקומען הערשט תמוז תשס"ט. (א ענליכע שערוריה גייט איצט אן אין בני ברק מיט דעם הדר"נ קארעליץ בי"ד, וואס האבן געהייסן פאר א בעל דין צו משליש זיין א "יפוי כח" אז שענקט די מעגלעכקייט צו איבערשרייבן איינע פון די דירות (פונעם סכסוך) אויב ער וועט ארויסגיין ביים פסק חייב, וואס מיט די געלט פון די דירה וועט קענען אויסצאלן די בעלי חוב, ווי שטויענד איז געווען ווי דער משליש איז געוואויר געווארן אז נאך אינמיטן די דיונים – וועלכע עס איז פארגעגענגאן ביז לעצטענס – האט דער בי"ד געהייסן איבערשרייבן א דירה פאר א פריוואטן איד נאך פארן פסק, און ווען מ'האט גערופן דעם בי"ד און ערכאות, האט איינער פון דיינים ר' יאנקל פארבשטיין גענטפערט, אז ביי יענעם דיון ווי מ'האט געהייסן איבערשרייבן די דירה פאר יענעם פריוואטן איד, איז ער נאכנישט געווען קיין דיין, נאר ער א "מתמחה" - איינער וואס לערענט שימוש - והא ראיה אז ער איז נאך דאן נישט געגאנגען א ליטווישן פראק)
זעהט בייגעלייגט די הודעה פונעם בי"ד פאר די הנהלת המוסד, ווי זיי מעלדן אז דער בי"ד האט באשלאסן צו נוצן די דמי השלשה און עס איבערגעבן פאר די תובעים.
אנהייב זומער ענדע חודש ניסן תשס"ט, איז אויפגעדעקט געווארן די שוידערליכע פארווייטאגטע פאקט, אז דער געוועזענער מנהל בר משה איז נכשל געווארן במעשי ידיו, און ער האט גענומען טריפה'נע געלטער פון די "משרד החינוך" פאר די ת"ת, עס איז אפירגעקומען די אלע ליסטעס פון די תלמידים פון די ת"ת אויף וועמען ער האט גענומען געלט פון די ציונים, און די חרפה איז געווען זייער גרויס, נאאך מער איז געווען די בושה, אז דער געוועזענער מנהל וואס האט געפירט א מוסד וואס טראגט דעם הייליגן נאמען פון רבי'ן זי"ע, און וואס דער רבי זי"ע האט מייסד געווען, זאל ר"ל נכשל ווערן און געלט עמען פון די שנואי ד' די רשעי הציונים, און עס איז ליידער מקויים געווארן דעם דבר שנצטער אותו צדיק יכשלן בו זרעו.
גלייך ווי עס איז אנטדעקט געווארן די פרשה אז דער דער געווזענער מנהל האט בוגד געווען בערכי היהדות הנאמנה, און בערכי שיטתו פון הייליגן מייסד המוסדות זי"ע, האט מען עס געלאזט וויסן פאר'ן בי"ד פון הגר"נ קארליץ.
איינע פון די אויפדעקונגען איבער די פארראט פונעם געוועזענעם מנהל.
אמת'דיג האט דער בי"ד שוין באקומען פון די הנהלת המוסד די אינפארמאציע בעפאר פסח תשס"ח, ווי מ'קען זעהן און דעם בי"ד'ס החלטה איבער די "דמי השלשה" געלט, אבער דעם ענדגילטיגן אישור האט מען באקומען ענדע חודש ניסן תשס"ח.
אינמיטן חודש אייר, בלי שום קשר צו דער סדר הדי"ת, ווען די הנהלת קרן הצלה פון ניו-יארק און פון ירושלים האבן זיך דערוויסט פון די מעשה הנבלה פונעם געוועזענעם מנהל המוסד בר משה, האבן זיי זיך געוואנדן צום הגאוה"צ חברי הביד"צ דהעדה החרדית שליט"א אין ירושלים, און האבן ארויסגענומען אן "עיקול" פונעם בית דין צדק, קעגן די די הנהלה פונעם מוסד רבינו יואל און ניו-יארק און אין ארץ ישראל, אז זיי טארן נישט געבן און נישט משליש זיין קיין געלט פאר דעם געוועזענעם מנהל בר משה בני משפחתו, ביז ווי לאנג ער וועט זיך שטעלן צו די"ת מיט די הנהלת קרן הצלה איבער דעם ענין פון זיין פארראט ווען ער האט גענומען געלט פון די ציונים פאר דעם ת"ת.
בייגעלייגט דעם "עיקול" פון ביד"צ העדה החרדית דאטירט פון י"ב לחודש אייר תשס"ט.
און סוף חודש אייר און אזוי אנהייב חודש סיון תשס"ט האט דער הרב רחמים בר משה געשיקט בריוו'ן צו דעם ביד"צ העדה החרדית שליט"א, אז ער וויל זיך מתדיין זיין איבער די תביעה פון הנהלת קרן הצלה ביים בי"ד פון הגר"נ קארעליץ, אבער די העדה החרדית האט אבער נישט אנגענומען די פארלאנג, און זיי האבן באשטימט אז "קרן הצלה" האט א באזונדערע תביעה, און טאמער וויל מען אראפנעמען דעם עיקול דארף מען קודם מופיע זיין אין ביד"צ העדה החרדית.
זעה בייגעלייגט די נאך צווי בריוון פון ביד"צ העדה החרדית איבער דעם עיקול אז עס איז בתוקפו.
די צווייטע בריוו
דער הר' רחמים בר משה, וואס זונט חודש ניסן תשס"ט ווען עס איז אנטדעקט געווארן אז ער האט בוגד געווען און האט גענומען ציוניסטישע געלט, איז נישט ערשיינען מער אין בי"ד פון הגר"נ קארליץ, האט געשיקט זיין ברידער "שמעון עשהאל" (א חילוני וואס איז נישט קיין שומר תומ"צ) אלס טוען בשמו.
דער טוען החילוני שמעון עשהאל האט געשיקט בריוו'ן פאר'ן בית דין פון הגר"נ קארעליץ טענה'ענדיג אז די בריוו'ן פון העדה החרדית זענען פאלשע בריוו'ן, און אז א מאן דהו ניצט זיך מיט די "לעטער-העט" פון העדה החרדית אן קיין רשות, און אז דער בי"ד זאל זיך נישט מתייחס זיין צו די בריוו'ן.
דא האט זיך ארויסגעשטעלט אז די "אהרונים" פון בני ברק, וועלכע עינם צרה און יעדן שבקדושה וואס עס שטייט נישט תחת נשיאות רבם ומאורם, שטייען אונטער דעם בר משה, און שטעלן עם אויס זפלענער ווי אזוי זיך צושלאגן מיט די וועד הנהלת המוסד בראשות הגאון הצדיק רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א.
דער טוען החילוני האט און זיין אויבערדערמאנטן בריוו פאר הגר"נ קארעליץ בי"ד צו געשריבן מיט זיין האנט שריפט, אז ער האט דריי אידן וואס קענען עדות זאגן, און זענען גרייט צו עדות זאגן, אז די אלע ווערטער וואס איך האב געשריבן אין בריוו איז קראנט, און ער בעט מ'זאל אכטונג געבן און נישט ארויסגעבן זייערע נעמען.
און ווער זענען די נעמען? ליינט און קוקט!
אונזער ברייט באקאנטער הערשעלע ראטער, יעקב אלימלך ראזמאן, מרדכי שווארץ דער גבאי פון רמב''ם שול אין בני ברק.
דא איז בייגעלייגט דעם דאקומענט, וועלכע עס האט א סטעמפל פון ביד "נתקבל"
די זעלביגע צייט האט די הנהלת המוסד זייענדיג דערשטיטערט פון די שרעקליכע אנטדעקונג, האט געפאדערט א דיון אינעם בי"ד פון הגר"נ קארעליץ איבער די שערוריה, און דעריבער איז באשטימט געווארן א דיון ביים בי"ד, ווי עס איז אריבערגעקומען בשם די הנהלת המוסד, האי גברא יקירא, הרה"ג ר' זעליג ראובן הלוי קאצינעלנבויגען שליט"א רו"מ מוסדות תורה ויראה, און האט פארגעלייגט פאר'ן בי"ד די הארבקייט פון די בגידה הנוראה אז דער מנהל האט גענומען געלט פון די ציונים פאר'ן ת"ת וועלכע טראגן דעם סאטמארער רבינ'ס נאמען, דער אבי המערכה קעגן געלט נעמען פון די ציונים.
און דער בי"ד פון הגר"נ קארעליץ האט גע'פסק'נט ביום ו' תמוז תשס"ט, און עס איז איבערגעגעבן געווארן פאר די צדדים, אז מ'דארף דעם מנהל נישט געבן קיין געלט ווייל ער האט גענומען געלט פון די ציונים וועלכע איז קעגנזאץ די תקנות המייסד.
זעה בייגעלייגט דעם פסק דין פון בי"ד פון הגר"נ קארליץ
און געציילטע טעג שפעטער האט געדארפט פארקומען נאך א דיון אינעם בי"ד איבער די פיצויים פון די בני משפחתו פונעם געוועזענעם מנהל, און גלייך ביים אנהייב פונעם דיון, האט דער טוען הרבני פונעם מוסד הרב נחום בערגמאן באמערקט, אז דער פסק איבער די "פיצויים" געלט פון די משפחתו פונעם געוועזענעם מנהל איז שוין גרייט, און עס איז אונטערגעשריבן, נאך בעפאר מ'האט געהערט די טענות פון ב' הצדדים.
דער טוען הרבני הרב בערגמאן האט נישט געלאזט ארויסגעבן דעם פסק, און דער בי"ד פון הגר"נ קארעליץ האט מודיע געווען אז זיי ציען צוריק פונעם פסק איבער די "פיצויים" פון די בני משפחת בר משה, ביז זיי וועלן הערן ב' הצדדים כדת וכדין.
עס מיז באטאנט ווערן אז די שטרי בירורין ביים בי"ד פון הרב קארעליץ איז אונטערגעשריבן געווארן נאר מיט דעם געוועזענעם מנהל בר משה, אבער דירעקט נישט מיט זיינע קינדער און זיין משפחה.
עס איז אריבער א חודש ו' לחודש אב, און די הנהלת הת"ת האט באקומען א פסק פונעם בי"ד אז דער פסק פון ו' לחודש תמוז (וועלכע דער בי"ד האט צוריק געצויגן ווי מ'זעט און פראטאקאל) איז בתוקפו, און מ'דארף עס מקיים זיין ללא דיחוי, און די צייט וואס מ'האט נאכנישט געענדיגט די דיונים איבער די טענות ב' הצדדים אויף די "פיצויים" געלט פון די משפחת בר משה.
זעה בייגעלייגט
עס איז אומגלובליך צו זעהן דאס התנהגות פונעם בי"ד, דער פסק גופא האט די הנהלת המוסד נאך בכלל נישט געהאט, און מ'האט עס זיי נאך בכלל נישט געשיקט, און זיי האבן עס נאך בכלל נישט געזעהן (ווייל ווי דערמאנט פריער האט דער בי"ד צוריק געצויגן דערפון), און דא גאר באקומען זיי א בריוו אז מ'דארף עס מקיים זיין ללא דיחוי.
אנהייב אלול תשס"ט, איז געקומען א פרישן בריוו, פונעם בי"ד, ווי זיי געבן רשות דעם געוועזענעם מנהל בר משה צו מערער זיין אויף ערשטן פסק פונעם בי"ד אז מ'דארף עם נישט צאלן קיין געלט ווייל ער האט גענומען געלט פון די ציונים, באותו זמן ווען עס איז אנגעקומען דעם הזמנה לדיון אויף דעם אפיעל פון בר משה, איז דאן אויך אנגעקומען צום ערשטן מאל א קאפיע פונעם פסק פון ו' תמוז וואס ו' לחודש אב האט מען עס געהייסן מקיים זיין ללא דיחוי. עס איז נישטא ווער עס זאל לאכן פון אזא התנהגות פון א בי"ד.
זעה בייגעלייגט דעם פסק פון ו' תמוז תשס"ט
א וואך בעפאר ראש השנה איז פארגעקומען דעם דיון אויפ'ן ערעור פון בר משה, אז מ'זאל עם געבן דאס געלט מיט דעם וואס ער האט גענומען געלט פון די ציונים, און האט מחלל געווען און פארשוועכט דעם הייליגן נאמען פון רבי'ן זי"ע.
ביי יענעם דיון האט דער בי"ד נישט אנגענומען די טענות פון בר משה און האט עם געגעבן די מעגלעכקייט פון מאכן נאך א דיון איבער דעם ענין.
דעריבער איז שטויענד ביז גאר אז דער בי"ד האט פון הגר"נ קארעליץ האט מפרסם געווען א בריוו א' מרחשון תש"ע, ווי זיי געבן אן היתר פאר דעם הר' בר משה צו תובע זיין בערכאות, איבער זיינע "פיצויים" און געלט, וואס דער בי"ד האט בכלל נאכנישט גע'פסק'נט אויפ'ן ערעור, און דער אלטער צייטוויליגער פסק איז נאך בתוקף, און עס דארף נאך גאר פארקומען נאך א דיון איבער'ן ערעור פון הר' בר משה.
בייגעלייגט דעם היתר ערכאות נאך בעפארן ארויסגעבן דעם ענדגילטיגע פסק
סוף דבר
די פרשה האט נאך זייער אסאך איינצעלהייטן וועלכע עס איז נאכנישט באריכטעט געווארן מפאת צנעת הפרט, און ווייל עס האט ליידער פארשוועכט סאטמאר'ס נאמען איבער דער גארער וועלט.
אבער פון די פרשה קען מען זיך איבערצייגן אויף די נידעריגקייט פון די "אהרונים", וועלכע זענען אומשטאנד צו געבן א האנט מיט א בוגד וואס האט איבערגעבן אויף א געוויסע תקופה א מוסד וואס דער רבי זי"ע האט מייסד געווען פאר "משרד החינוך" הציוני, און צו דערצו עם דעקן און מחפה זיין על מעשיו.
עס שטעלט זיך ארויס אז ווי אימער איינער וויל אריינשטעכן א מעסער אינעם רבי'ן זי"ע און אין זיין הייליגע שיטה, זענען די "אהרונים" די גרעסטע מחותנים, און שטייען הארנט ביי האנט מיט עם.
פאר מ'איז מסיים די השתלשלות הענינים, דארף ארויסגעברענגט קלאר און דייטליך, אז אויסער צווי יאר וואס דער געוועזענער מנהל הת"ת איז נכשל געווארן מיטן נעמען כספי פיגול, האט דער מוסד הק' נישט צוגערורט צו גע'אסר'טע טריפה'נע געלטער, עס איז נתברר געווארן מעל לכל ספק, פון אלע אפישעל דאקומענטן פון די רעגירונג אפיסעס אז דער מוסד האט זיך אלע יארן געפירט על טהרת הקודש בדרך ישראל סבא כרצון המייסד, און אזוי פירט זיך עס ביז היינט צו טאג.
און ב"ה דער מוסד כאפט זיך צוריק פון טאג צו טאג, און עס ווערט צוריק א פראכט פון א מוסד, און יעדער קוקט ארויס דערויף אז עס זאל ווייטער ממשיך זיין אלס א מבצר התורה על טהרת הקודש.
צום שלאס דארף ארויסגעברענגגט ווערן אן "הכרת הטוב" און ברכת תחזקנה ידיכם, פאר דעם וועד הנהלת הת"ת והמוסד, בראשות הגה"צ רבי זלמן לייב פילאף שליט"א חבר הביד"צ דסאטמאר, און פאר די אנדערע חברי ההנהלה,הרבני ר' שלמה ברוך וויטריאל הי"ו, הרבני ר' מאיר הערש גרינפעלד הי"ו, הרבני ר' שלום יחזקאל ווידער הי"ו, ד' אתכם גבורי החיל, אל תיראו ואל תיחתו, זייט ווייטער ממשיך מיט אייערע הייליגע פעולות למען החזקת המוסד הק', און זייט דערמיט מקדש שם שמים ברבים, כה לחי!
תוקן על ידי yuchw ב- 10/11/2009 1:17:58