בית פורומים אידישע געדאנק

די היינטיגע קארטס אין ארענדש קאונטי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/11/2009 20:01 לינק ישיר 
די היינטיגע קארטס אין ארענדש קאונטי

היינט אין קאורט האבען די מוסרים והולכים לערכאות פארלאנגט אז דער קאורט זאל ארויסווארפען דעם קעיס וואס קהל יטב לב האט געברענגט עפ"י הוראת הרבנים צו פארלאנגען אז די קאונטי זאל צוריקשטעלען די ביה"ח הישן אויף דעם נאמען פון קהל יט"ל.

די ארונים האבען ווי געווענליך געזאגט אז זיי זענען קהל יטב לב און זיי האבען געהאט די רעכט דאס איבערצושרייבען, און אז דער קאורט קען זיך נישט אריינמישען אין דעם סיכסוך ווייל עס איז "רעלידיזשעס".

דער אסיסטענט וואס האט אנגעפירט דעם הירינג, האט זיי געפרעגט, אויב וואלט עס ר' יעקל קאהאן איבערגעשריבען וואלטען ענק אויך פארשטאנען אז דער קאורט קען זיך נישט אריינמישען און מען דארף עס לאזען אויף קאהאן'ס נאמען? 

דער גאנצער זאל האט זיך צולאכט ווען דער לויער מאןן האט גענטפערט ווי א שוטה "יא, דאן וואלטען מיר נישט דא געווען".

לויער פישער האט שנעל פרובירט צו ראטעווען און איבערגענומען דעם ווארט און געזאגט אז דאן וואלטען מיר געטענט אז קאהאן איז נישט קיין מעמבער און קען דאס נישט איבערשרייבען.

האט דער אסיסטענט געפרעגט, און דאס איז נישט רעלידזשעס?  אויף דעם קענען מיר יא אריינרעדען?

ער האט אנגעהויבען צו שטאמלען אבער האט נישט געהאט קיין קלארען אנטווארט.

 

אויך האבען די ארונים געטענט אז מיר האבען שוין א נייעם ביה"ח און אז מען לאזט יעדען איינעם באגראבען.

זיי האבען אויך געבעטען אז די קאורט זאל אריינלייגען דעם סיכסוך צו דעם בית דין וואס באהאנדעלט די בארא פארק קעיס.

זיי האבען אויך געבעטען אז די קאורט זאל ווארטען ביז עס וועט ארויסקומען דעם פסק פון דעם אפיעלס קאורט אויף די אמבראוזיא דעסיזשען.

אונזער צד האט געבעטען אז מען זאל שוין אנהייבען דעם קעיס און נישט סתם שלעפען אין די וועלט אריין.  די ארונים האבען פרובירט אלעס צו שלעפען ווי מער צייט.

 

צום סוף האט דער אסיסטענט געזאגט, אז דער קאורט וועט זיך נישט לאזען שלעפען אין די וועלט אריין, די קאורט וועט אין דעצ 15 אנהייבען מיט די פראצעדורען פאר טרייעל.   און אויף די ארוניםס מאושעןס אריינגערעכענט די טענה אז מען זאל דיסמיסען די קעיס ווייל עס איז רעלידזשעס וועט ער ענטפערען אין די קומענדיגע וואך.




תוקן על ידי המהדרין ב- 10/11/2009 22:52:28




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 20:07 לינק ישיר 

מיין פרעדיקשאן איז אז ער גייט אננעמען די אהרונישע פארלאנג און דיסמיסן די קעיס
איך האף אז איך בין נישט גערעכט אבער אזא געפיהל האב איך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 22:31 לינק ישיר 
ברוך שפטרני פון דעם ארונישן דשאדש, מיר גייען צו די אפיליס דעוויזיאן תיכף צן עפענעם די יוטילטו אין בית יואל

קארט! מאשין דינייד- מאשין דינייד ביי די רעבעצען שול

היינט האט דער שופט אוענס דינייד אלע ביידע צדדים'ס מאשין'ס

צד א' בית יואל'ס מאשין וואס זיי האבן געבעטן אן ארדער צופארלאנגען
 פון צד ב' מען זאל ארדערן צוריק צועפענען די יוטיליטיוס, דינייד!

צד ב' די ע. ישראל קאנג, יטב לב דוד ע'שטיין בשלוחות אהרן חרינער, וואס זיי האבן צוריק געפאדערט
 אז מען זאל א. פארשפארן דעם ביה"מ בית יואל,
ב. מען זאל זיי צוריק געבען די פראנט פראפערטי פון דעם ביה"מ
 כדי זיי זאלן קענען ארויסגראבן דעם טעמפערערי סוער טאנק,
ג. מען זאל ארדערן טרעספעססינג טשארשעס קעגין בית יואל 
 כדי זיי זאלן קענען ארפרייסן די עקסטענשין עלקטעריק ווייער און די וואסער פייפס צו די שכינים,
אלעס דינייד! אלעס דינייד! 
אלעס בלייבט ביז דערווייל סטעטיס קעוואט!
 אבער די ארוינים טארן רירן גארנישט ווייל דער שופט האט זיי דאס נישט געגבן רשות.
מיר גייען איה"ש די וואך באקומען אלעס פון אפפיעלס דעוויזיאן


ב"ה די ארונים האבן געהאט א מעכטיגע מפלה
אפילו זייער ארונישער שופט האט אויך נישט געמאכט קיין קאנטעמפט ארדער קעגן בית יואל,
און אויך נישט געגבן רשות אז זיי זאלן אפילו אנרירן די סוער טאנק, אדער די וואסער און עלעקטריק ווייערס
 






תוקן על ידי 1satmar ב- 10/11/2009 23:07:13



תוקן על ידי המהדרין ב- 11/11/2009 2:17:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 22:39 לינק ישיר 

 יוסעלע ביסט געווארען אהן אהרוני????

 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 22:43 לינק ישיר 

מעג מען יעצט דאווענען דארט ?
גייט מען דאווענען דארט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 22:52 לינק ישיר 

מ'האט געדאווענט דארט, מ'דאווענט דארט און מ'גייט ווייטער בעזרת ה' דאווענען דארט פונקט ווי פריער, טראץ די שטרויכלונגען פון די בריונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 22:55 לינק ישיר 

איך הער אז שבת איז געווען אפאר שעה אן וואסער וועגען קעלט ווי אזוי קען מען דארט אנגיין?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 23:23 לינק ישיר 

satmar1, ס'נישט קיין תכלית צו אנגיין אזוי מיט סעפטיק טענקס און געשלעפטע קעיבלס, עטס מוזט זעהן ווי צו מאכן דעם שול לעגאל, איינמאל ס'איז לעגאל זענט עטס געהאלפענע,

ארלעדיגטס שוין דעם סייט-פלען, און עטס זענטס מסודר לעולמי עד, זלמן לייב וואלדמאן, האט דאך געזאגט אז ס'ממש גארנישט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 23:27 לינק ישיר 

און דערווייל דאווענט מען דארט און מ'לערנט דארט פונקט ווי ביז יעצט, מיט לעקטער וואסער און סוער על אפכם ועל חמתכם!

רויטע עקסטענשאן ווייער ברוינע עקסטנשאן ווייער, סעפטיק שמעפטיק, האק ווייניגער אין טשייניק און קוק ווי דער מקום קדוש גייט אן בכל התוקף טראץ ענקערע דורכגעפאלענע טעראר אקציעס.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/11/2009 23:32 לינק ישיר 

דעמאלטס פארוואס זענט עטס געגאנגען אין קארט צוריק בעטן די יוטיליטיס?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 23:36 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
satmar1,
ארלעדיגטס שוין דעם סייט-פלען, און עטס זענטס מסודר לעולמי עד, זלמן לייב וואלדמאן, האט דאך געזאגט אז ס'ממש גארנישט

 
לויט ווי ווייס טיט די VILLAGE ארום שלעפען סהאט געדאפט זיין א בארד מיטונג 11/1/09 אין זיי האבן עס אפגעשטיפט סטם פאר רשעות !!!!!!!!!!!


אפשר זאל מען טאקע קאלן די טראסטיס מיטן מעיאר אין זיי בעטען אז נאך די וואלן דארפן זיי ארבייטען פאר אלע תשבי קרית יואל ווייסט איינער זייערע סעל #



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/11/2009 23:41 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
דעמאלטס פארוואס זענט עטס געגאנגען אין קארט צוריק בעטן די יוטיליטיס?


די פארשטייסט טאקע נישט פארוואס איינער וויל נישט בלייבן אויף ווייערס אין א סעפטיק טאנק וואס קאסט ליידער אפ אידיש געלט אריבער 200 דאלער א טאג עס אויס ציליידיגען KJ ברעגט ארויס אז ביזדערווייל גייט אלעס אן אפי' דע רשעים מיט זייערע אלע ראשי הקהילה( ווי יעדער ווייסט איז נעכטען געווען א קהל'ס מיטונג אין רוב האבן נישט געלאזט אנצינדען די לעקטער אין ואסער אין סוער) ווילן אז נישט 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 02:47 לינק ישיר 

ווייסט אפשר איינער די סיבה פארוואס הגר"א ווערט אנגערופען חרינער?
מנהל! איך האב געמיינט אז מען מעג נישט דא אריינברענגן די אלע קינדערעשקייטן????...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 20:34 לינק ישיר 




תוקן על ידי דרייניץ ב- 11/11/2009 20:35:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/11/2009 23:44 לינק ישיר 

ס'מאכט נישט קיין סענס אז די ארונים'ס לויער זאל טענה'ן פאר'ן זשארדש אז קאורט זאל נישט צוריקגעבן די ביה''ח צו קהל יטב לב ווילי ווייל זיי האבן שוין א אייגענע?, ד.ה. אויב איך שרייב איבער דיין הויז אויף מיין נאמען און דו קויפסט א נייע קען איך טענה'ן צו קאורט אז זיי זאלן נישט מבטל זיין דעם איליגעל טרענספער ווייל ער האט שוין סייווי געקויפט א נייע?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/11/2009 23:47 לינק ישיר 

אויף די קאורט-פעיפער'ס שטייט דאך קלאר אז עס טאר נישט זיין קיין בית המדרש, טא וואס גייען די רעביצין'ס מענטשן טוהן??

האבן זיי פארלאנגט א עיקול ביז דעם אפיעל'ס קאורט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די היינטיגע קארטס אין ארענדש קאונטי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext