די מאכסט א טעות.
היינט האט מען אנגעהויבען צו מאכן צום ערשטן מאל, די מהודר'דיגע ביף סלאמי, ביף פעסטראמי, ביף פרענקס, וכו', וואס קומט פון פלייש אויסדריקליך נאר פונעם מהודר'דיגע סאטמאר KJ שחיטה מונחת פון טעקסאס.
רבינו שליט"א איז דארט געווען שעות ארוכות צוזאמען מיט הגאון הגדול רבי אפרים שמעון לייכטאג שליט"א דומ"ץ סאטמאר 15 עוו. און איינגעפעדעמט די זאך.
דאס וועט זיין די ערשטע מאל אין די היסטאריע וואס עס וועט זיין צו באקומען די זאכן מיט למהדרין מן המדרין, אונטער די השגחה פון דייני דקהלתינו הק' שליט"א, ובראשם מרן רבינו שליט"א.
ווייל ביז היינט איז נישט געווען אזא זאך, עס איז נאר געווען א שחיטה פאר רויע פלייש וואס מעיל מארט האט גע'שחט'ן פאר סאטמאר, אבער קיין ביף סאלאמי, פרענקס, וכו' איז נישט געווען, די סאלאמי וואס מיעל מארט האט, איז געמאכט אויסגעמישט פון אלע מיני פליישן, אורגוואי, שיגאגא, סאטמאר, OU, ארגעטינא וכו'.
אזוי ווייט אז אפילו דעם מקיל ר' ישראל חיים מנשה, האט עס נישט געלאזט פארקויפן אין 82, נאר טאמער עס שטייט א צעטיל אז עס איז נישט אונטער די סאטמאר הכשר, נאר אונטער מעיל מארט הכשר בהשגחת ניבארטער רב שליט"א.
און די סאטמאר פלייש געשעפטן - אהרונים, לאזט מען עס שוין לאנג נישט פארקויפן אפען אומגעפאקט, זייט די פרשה פון אורגוואי, אבער אין די לעצטע פאר חדשים האבן די דיינים ארויס געגבען אן הוראה אז מען זאל עס נישט פארקויפן אפילו געפאקט.
ברוך שהחיינו, אז עס וועט שוין זיין צו באקומען די מהודר'דיגע סאטמאר kj ביף סאלאמי אי"ה אין די קומעדיגע וואך.
תוקן על ידי טראק ב- 11/11/2009 1:40:52
 |
|
|