בית פורומים כל העולם כולו

דורכגעפאלענע תקנה פון קהל יט"ל!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-12/11/2009 04:31 לינק ישיר 
דורכגעפאלענע תקנה פון קהל יט"ל!!!

 די נייע תקנה אז ווער עס וועט אדווערטייזן אין דער איד וועט מער נישט קענען מאכן קיין שום אקציעס אין די בתי מדרשים פון קהל יט"ל לב איבער די גארער וועלט.

ווי דא שוין באריכטעט

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?topic_id=2659540&forum_id=16386

 

אליבא דאמת איז די תקנה 100% גערעכט ווייל אויב אין דער איד שטייט דברי דופי אויף כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א מיט כל ערליי שעלטונגען און מיסע לשונות, וואס די האר פון קאפ קען זיך אויפשטעלן אז דאס זאל מען שרייבן אויף א איד וואס דאווענט 3 מאל א טאג, און היט תרי"ג מצוות, איבערהויפט אויף א רב בישראל, מעג (און "מיז") זיין קהלה טוען שריט צו מאכן א בויקאט אויף דעם צייטונג, א שטייגער ווי מען האט אייביג געמאכט, לדוגמא אויף די פארווערטס, המודיע וכדו'.

 

אבער!!!

אז מען מאכט אזא תקנה מיז מען קודם אין אכט נעמען אלע קאנסקעווענצן וואס דאס וועט מיט ברענגן, און ווי אזוי מען וועט זיך באגיין דערמיט, זעהט אויס אז דא איז עס געווען אביסל אן איבער געאיילטע שריט, ווי עס וועט דא ערקלערט ווערן.

פון אנהויב האט אויסגעקוקט אז יא! עס איז געלונגען, מוסדות'ער שטעלן זיך צו און עס וועט נישט לאנג נעמען און דער איד וועט זיך אפשר מוזן פארמאכן, אדער זיך אונטער געבן און אויפהערן שרייבן די אלע ארטיקלען.

 

אבער דערווייל!!!

די ערשטע דורכפאל די ערענסט ארויפגעקוקטע און אנגענומענע צדקה "כולל שומרי החומות" וואס שטייט תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, ותחת נשיאות כ"ק אדמו"ר שליט"א, האט זיך נישט דערשראקן פון די נייע תקנה, און אנגעגאנגען ווייטער ווי ביז היינט און אדווערטייזט און דער איד, און אזוי אויך אין דער בלאט.

שנעל איז פארופן געווארן א מיטונג ע"י חברי הקהלה, צו זעהן כדת מה לעשות, ווי אזוי מאכט מען זיכער אז די חוצפה זאל זיך נישט ווייטער פארשפרייטן, און מען האט באשלאסן כולם פה אחד, אז, מען וועט תיכף מקיים פסק זיין, "למען ישמעו ויראו", און טראץ וואס עס איז עומד תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א, וועט מען דאס מוזן פארקוקן און "שוין" אראפ נעמען זייערע פושקעס פון אלע בתי מדרשים וואס זענען תחת קהלתינו הק' איבער דער גארער וועלט, און אזוי אויך פונעם אהל רבותינו הקדושים, האפענדיג אז דערמיט וועט זיך דער זאך שליסן.

אבער דערווייל!!!

ווידער א פראבלעם, דער בית המדרש אהל פיגא אין קרית יואל, וויל זיך נישט צושטעלן צום באשלוס, וואס איז, עס געפונט זיך אין בית מדרש א חשובע מתפלל הרה"ג ר' שלמה מאיער שליט"א, וואס איז אויך פון די הנהלה פון "כולל שומרי החומות", און ער גיבט אסאך געלט פארן ביהמ"ד, ע"כ וויל די הנהלה זיך נישט קרוגן מיט אים, און מען האט עס נישט אראפגענומען, אפי' נאכדעם וואס איינע פון די מתפללים האבן פרובירט אליין אויסצופורן די תקנה און עס אראפ גענומען, איז דער גבאי געגאנגען און עס צוריק געלייגט.

ווידער א פראבלעם!!!

"כולל שומרי החומות" מאכט יעדע יאר א דינער אין בארא פארק איז זאל פון עטרת חי', וואס געהערט פאר קהל יט"ל, אצינד היי יאר וואלט לויט די אויבן דערמאנטע תקנה, נישט געקענט באקומען די זאל, אבער דערווייל וויפיל מען פרובירט מסביר צו זיין פאר די הנהלת הקהלה פון בארא פארק אז אויב וועט מען זיך יעצט ברעכן אין פארדינגן די זאל, מיינט דאס אז די תקנה איז א פארגאנגענהייט, אבער דערווייל איז דרינגער צו רעדן צום וואנט, ווייל די בארא פארק'ער הנהלה וויל דאס נישט פארשטיין, און פארדינגן יא די זאל פאר "שומרי החומות".

 

שוין ווייטער גייט עס נישט ווי געטראכט!!!

יעצט איז די באקאנטע מסירת נפש'דיגע עסקנים פון "קרן הצלה", זיי מאכן זיך אויך נישט צוטוען פון די תקנה, און האבן פארגאנגענע וואך אדווערטייזט אין דער איד, אויף אראפ צונעמען זייערע פושקעס ווייגט זיך קיינער נישט, ווייל ווי באקאנט האט רביה"ק זי"ע געזאגט בשעת'ן התייסדות "אז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיטן פינגער אויף די אידן וואס האבן ארויס געהאלפן "קרן הצלה" אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה" (און אפשר מכלל הן אתה שומע לאוו).

 

וואס וועט יעצט זיין!!!

וועט דער איד ווייטער ממשיך זיין מיט זייערע דברי דופי?

ווער עס האט עפעס אן עצה זאל ביטע מודיע זיין!




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/11/2009 05:09 לינק ישיר 

כ'על עס מאכן בקיצור,


רבי_יונה: מ'האט קיינמאל נישט געמאכט אזא תקנה... ס' שקר, די זאליס האבן געמאכט די תקנה, און יעצט זאגן זיי אזוי ווייט אז זיי שמירן אן די נארישע בלעקבערי איידיע אויף אונז!,  (כ'ווייס נישט וויאזוי מ'מאכט אותיות רויט און ריזיג...)


ארגינעלער
נוראלער האט שלום בית פראבלעמען, און א לאנגע ליסט פארוואס די דיין פון ראסס מחיצות ראדני עירוב, סקול-דיסטריקט... פאלאקס לאט שמשון גאלד...


רעביענקל: נאך א פראווו פון די זאליס צו אראפברענגען די פורום....
פארשטיי: די רבי האט געמאכט אריזאנע ווייץ און ים זאלץ פלייש.., און נאכדאם מעג שוין זיין איין דורכפאל מיט די תקנה...

צבי הירש: מ' זעהט אז רבי אהרן האט נישט קיין ס''ד ווייל ס'פעלט אויף זיין קאנסוס די ווערטער, און ווייל די וויזניצע שידוך...

מנחם מענדל: מ'וואלט עס קיינמאל נישט געדארפט מאכן, ס'איז קינדיש, נישט יעדע איידיע וואס פאלט ביי דוד עקשטיין דארף די רבי פאלגן, און יונה הער אויף מיט דיינע שקרים, ברענגסט אראפ די פורום...!


ווער נאך...?




 
  
 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/11/2009 05:23 לינק ישיר 

פארדריי נישט קיין אשכולות



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 12/11/2009 5:59:52




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/11/2009 17:13 לינק ישיר 

זעליג איר האט גוט צו געטראפען וואס איך גיי ענפערען, איך נאך איין פוינט,

דשיגאן!!!!!!!! וואס????? אה! אונזער רבי איז תלמוד פון רבינו הקוה''ט זי''ע ועכי''א, און ענקער רבי און תלמוד מבהק פון ר' שימעלע דשיגאן זכיתו יגן ואנחה אויף אלע זאליבאנעצעס אמן ואמן!

BTW

וואס טיט זיך מיט דעם פקידתו שמרה ריחי? איז דא עפעס אן אפ דעט?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2009 19:52 לינק ישיר 

חוץ זשיגאן האט זעליג אויך פארגעסן בג"ץ, און מן הארץ הגדול והנורא.
מנהל: נישט איך פארדריי דעם אשכול, איך רעספאנד נאר צו פארשטיי.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-12/11/2009 20:15 לינק ישיר 

נא!!!!?? פקדיתו שמרה..........???

אגב, וואס בג'ץ? עמעציער וואס איז מזרע ישראל גייט און דעם ציוניסטישע בג''ץ? וואס איז ביהרג ועל יעבור? איך גלייב דאס נישט!! עס איז מן הסתם יונה'ס מעשיות!

צום ענין, צו די תקנה פון קהל ארבייט זיך יא אויס, אדער נישט אויס איז נישט נוגע, אזוי הויעך געשעצטער קאלגע זעליג האט אויבן עקלערט, נאר:

די עצם זאך אז עס נעמט זיך צו זאם א קהלה קדושה ביי כלל ישראל, און נעמט אן פאר א פשטות אז דער טמא'נער צייטונג ''דער יוד'' איז און איין דרגא וואו דער טרייפענער פארווערסט, דאס אליינס נעמט אראפ דעם חרון אף ה', וואס דער אייבישטער צארענט אז מען איז מבזה זיינע קנעכט די צדיקי הדור,  דאס אליינס איז די גרעסטע כבוד שמים,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2009 20:45 לינק ישיר 

ס'ממש לא יאומן כי יסופר ווי דער רעדל דרייט זיך, ווער וואלט זאך גע'חלומט בשנת תש"נ ווען די שרעקעדיגע איסור קעגן דער בלאט איז ארויסגעקומען פונען משתמש, די גאנצע וועלט האט זיך אויפגעטרייסלט מיט דעם איסור, געסטראשעט אז ער ברענגט נישט דעם ברך משה צו קיין מוסדות וואס עדווערטייזן צוליב די "חוצפה ובגידה נוראה קעגן די סמכות" (כפי לשונו אין זיין בריוו צו רב טוב), די גאנצע לישכע איז געווען איינגעשפאנט צו אינפארסירן דעם איסור, יעדער וואך איז ערשינען התנצלות'ער אין דער איד פון מוסדות, (בערך אזוי ווי די קאפיס פון זייער חברא קדישא טשעקס,)

יעצט האלט מיר תש"ע, יא יא, לא די וואס דער בלאט האט זיך ערווארבן אלס דער שטערקסטער חסידישע צייטונג אין ניו יארק, איז דער איד גאר דער וואס דארף זיך דיפענדן קעגן זייער שונא נומער איינס תקנות, און ס'אגאנצע געווינס אז "קרן הצלה" האט "יא" אדווערטייזט און דער איד, שיין דערלעבט, אוי אוי אוי, משה משה, וואס האט נעבעך פאסירט מיט דיר.



תוקן על ידי קראך_היט ב- 12/11/2009 20:49:07




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/11/2009 21:04 לינק ישיר 

דערווייל בלעטער איך דורך דעם איד פון די וואך און איך זע די פאלגענדע מוסדות:

שומרי החומות
סקווירא
פשעווארסק
נייטרא טשעסטער
קרן עזר
בוני עולם
וויזשניץ וומס"ב (ר' מענדעלע)
ישיבה גדולה אהלי שם
זכרון שלמה רפואה פאנד 
חברה שומרים
שאפראן
בנות חיל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 21:08 לינק ישיר 

א וואך פריער זענען געווען די פאלגענדע מוסדות

שומרי החומות
תולדות אהרן
סקווירא
קרן הצלה
קרן עזר
ביקור חולים דראקלענד קאונטי
קהל צמח צדיק (ר' מענדעלע)
מוסדות בוהוש
כולל פאפא
ביהמ"ד נירעדהאז
חברים סיגעיט
זכרון שלמה רפואה פאנד
לעלוב
A-TIME
MRA



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 21:13 לינק ישיר 

פון פאר דעם האב איך שוין נישט דעם איד ביי מיר' אבער לויט ווי איך געדענק זענען געווען:

וויזשניץ (ר' ישראל'סטע)
ישיבת חכמי לובלין
טאשנאד
די קהלה פון רבי אברהם חיים שפיצער שליט"א
קראסנא
נייטרא ראפעל (טראץ די טעראר אין ק"י קעגן איר)
טשערנאבל
אויסער שומרי החומות און תולדות אנרן, קרן עזר ןוןאס האבן געהאט יענע וואכן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 21:14 לינק ישיר 

און טייל פון די דערמאנטע לייגן גאר אריין נאר אין דער איד



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/11/2009 22:27 לינק ישיר 

דער ר' דוד רעד דאך דברים של טעם ניין? ער ווייזט דאך אויף שווארץ אויף ווייס, אז די אלע מוסדות וואס רעכענט אויס, אדווערטייזען און דער טמא'נעם דזשיד,
 
אלזא, קימט דאך אויס אז די אלע מוסדות רעכענען זיך נישט מיט די תקנה וואס איז געמאכט געווארען דורך קהל יטב לב ד'סאטמאר? ניין דוד דאס מיינסטו ארויס צו ברענגען ניין?


אלזא, צו וואס ציהלט דער דוד? וואס איז דער אלא מאי פון זיין סטעטמענט? אז בוני עולם, און ביהמ''ד נידערהאז זענען נישט אונטער קהל יטב לב,? טאקע א טראגעדיגע, איך מיין אז קהל גייט מארגען פראקאלאמירן א יום תפילה, צילוב די אנדעקונג וואס קאלעגא דוד האט דא אויפגעדעקט!!



תוקן על ידי פארשטיי ב- 12/11/2009 22:29:03




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/11/2009 01:10 לינק ישיר 
קהל אין קרית יואל האט דאס נאכגעטוהן

אין ס'האט נאך געהאט אזא סוקסעס ווי דעם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2009 01:20 לינק ישיר 

[quote] 

ן אנהויב האט אויסגעקוקט אז יא! עס איז געלונגען, מוסדות'ער שטעלן זיך צו און עס וועט נישט לאנג נעמען און דער איד וועט זיך אפשר מוזן פארמאכן, אדער זיך אונטער געבן און אויפהערן שרייבן די אלע ארטיקלען.

 זאג נישט קיין זאכען וואס קיינער האט נישט געזאגט נישט ביי דעם פאל אין נישט יארען ציריק ביים בויקאט קעגן ענקער פארגייער דער פארוועטס

"כולל שומרי החומות" מאכט יעדע יאר א דינער אין בארא פארק איז זאל פון עטרת חי', וואס געהערט פאר קהל יט"ל, אצינד היי יאר וואלט לויט די אויבן דערמאנטע תקנה, נישט געקענט באקומען די זאל, אבער דערווייל וויפיל מען פרובירט מסביר צו זיין פאר די הנהלת הקהלה פון בארא פארק אז אויב וועט מען זיך יעצט ברעכן אין פארדינגן די זאל, מיינט דאס אז די תקנה איז א פארגאנגענהייט, אבער דערווייל איז דרינגער צו רעדן צום וואנט, ווייל די בארא פארק'ער הנהלה וויל דאס נישט פארשטיין, און פארדינגן יא די זאל פאר "שומרי החומות".

קהל אין ק''י האט קיינמאל נישט פארלאנגט עמטליך צו בויקאטירן (ווער עס קען זאל ברענגן א קאפי פין קהל'ס בריוו) אויף אזוי ווייט ווי פארדינגען זאלען, אין אפי' אין ק''י ''פארדינגט מען זאלען פאר די פאר מוסדות וואס שטיצען די שמיציגען צייטונג''  

יעצט איז די באקאנטע מסירת נפש'דיגע עסקנים פון "קרן הצלה", זיי מאכן זיך אויך נישט צוטוען פון די תקנה, און האבן פארגאנגענע וואך אדווערטייזט אין דער איד, אויף אראפ צונעמען זייערע פושקעס ווייגט זיך קיינער נישט, ווייל ווי באקאנט האט רביה"ק זי"ע געזאגט בשעת'ן התייסדות "אז ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיטן פינגער אויף די אידן וואס האבן ארויס געהאלפן "קרן הצלה" אז זיי האבן מקרב געווען די גאולה" (און אפשר מכלל הן אתה שומע לאוו).

 קרן הצלה, האט זיך דערשראקען פין די טעראר, וואס ענק האבען געטוהן ביי זיבענבירגען, האבען זיי נישט געקוקט אויף די אפיעל אין ק''י, אין זיי האבען געלייגט טאקע נאר א קליינע עד אין ביידע צייטונגען, האפענדיג אז ווען זיי וועלן מאכען זייער אפיעל אין ק''י וועט שוין עפעס זיין.

------------
עס איז כו''ע מודה אז דער גרעסטער לוזער ביי די צייטונגען איז נישט קיין אנדערער ווי ענקער גבאי, כ'גיי נישט דא איבער חזר'ן ווי ער האט זיך געשוואירען אז דער בלאט איז א רעדע פין ''חי שעה'', ספעציעל נאכן א''ג איסור פין רביה''ק בעל ברך משה ז''ל.
אין היינט צו טאגס פארקויפט זיך אוועלטליך דער בלאט מיט א שיינע מספר קאפיעס מער ווי דער שמיציגער צייטונג. (
די נומבער'ס האב איך פין איינעם וואס האט גערעדט צו די דיסטריביוטערס)



תוקן על ידי rebyankel ב- 13/11/2009 2:04:28




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2009 01:51 לינק ישיר 

א פלא איך האב געהערט פון דיסטריביוטערס פונקט פארקערט, אז דער בלאט איז שוואכער פון איד.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/11/2009 09:04 לינק ישיר 

גייען די אהרונים מאכען א אייגענע קרן הצלה?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דורכגעפאלענע תקנה פון קהל יט"ל!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext