נאטיצען פון נטרונא - א שאד אויפן געלט
גאנץ א שיינער גליון פון נטרונא....
http://www.natrina.org/yiddish/notes11.pdf
די התגרות באומות איז ליידער געפערליך...אבער ס'וועט פאר נטרונא גארנישט העלפן..אונזער אינגעלייט זענען ליבערשט פאר ביבי ווייל ער איז קאנסערווארטיוו און באפריינדעט מיטן מנהיג דור ראוש לימבא, וואס ווי באקאנט רעדט ער ריין פון נגיעות, כולו ל.... ענדערשט ווי פאר אונזער פרעזידענט אבאממא יר"ה, ער איז קלאר א וויסטער שונא ישראל, פארוואס? ווייל אפילו אין אמעריקע איז ער א ליבעראלער מיט אלע זיינע שיטות, אבער בנוגע פאליטיק פון מדינת ישראל מיז ער אן נעמען שיטת העקסטרעמיסטען, אויב איז ער נאר א ליבערעלער ציוני איז ער א וויסטער שונא ישראל...
"אז ראוש לימבא קען איינרעדען ארעמעלייט ווי וויכטיג עס איז, אז זיי זאלען בלייבען עניים ואביונים, ווייל דאס איז גוט פאר אמעריקא, און חלילה באקומען פאגראמען שטיצע, קען ער אויך איינרערעדן אונזערע קלוגע אינגעלייט אז ער איז א אוהב ישראל..."
די וועלט זאגט א ווערטעל:
אז מ'שנייט אויף א דעמעקראט, טרעפט מען א: קאמעניסט
אז מ'שנייט אויף א רעפאבליקען, טרעפט מען א:נאצי
עס איז אפשר א שארפער אויסדרוק אבער דער מכוון איז פארשטענדליך
 |
|
|