| נשלח ב-13/11/2009 18:00 |
|
| |
גרויסע סקווירא שבת אין וומ''ס
די וואך וועלן די סקווירא חסידים פראווען א גרויסע שבת אין וומ''ס, אין אפצייכענען 30 יאר, פין ווען דער סקווערער רבי ז''ל האט געפענט זיין שטיבל אויף בעדפארד עווי אין וומ''ס
סקווירא רבי וועלכע האט זיך שוין נישט געפינען אויף א שבת אין וומ''ס פאר 3 יאר (ער פלעגט אמאל קומען 2 מאל א יאר, ווייסט איינער פארוואס מען האט אויפגעהערט?) וועט פירן טיש אינאיינעם מיט אסאך געסט פין שיכון סקווירא אין די ראוז קעסיל זאלען
השבת נועם הנשמות
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2009 18:06 |
|
| |
זאלי'ס אין מערכה מיט סקווירא?
ווער עס קען נישט די זאלי'ס וועט עס נישט פארשטיין
אבער זיי האלטען נישט אויס איינעם וואס טוט אנדערש ווי זיי, אין אנערקענט נישט אין זייער......
איין'ס פין די דגמאות איז דער וומ''ס עירוב, נאכדעם וואס זיי האבען שוין געלייגט שווערע לחץ אויף סקווירא רבי'ן אז ער זאל זיך אריינמישען אין די מחלוקה פין די עירוב, אין ער וויל בדעה שטיין ווייט דערפון, האבען זיי יעצט פריש פראבירט צו לייגען שווערע לחץ אין דרוק כדרכם.
אבער בלייבענדיג אין קיין רעזולטס, האבען זיי זיך גענומען צו די אלטע דרכים
מ'האט די נאכט ארויסגעשיקט די קווינס בחורים זאלען אנקלעבן אלע סקווירא צעטליך מיט מחללי' מות יומת סטיקערס
מ'האט אראפגעריסען די גרויסע סיין ביי די יעצטיגע סקווירא שטיבל
אין מ'האט אנגעפעיסט גרויסע אנטי עירוב פאסטערס, ארום די גאנצע ראוז קעסיל זאל (זיי וואסען נישט אז ראוז קעסיל אין הצלחה גראסערי אין די סאטמערע מיידעל שולע האבען קעמרע'ס אין אלע זייטן)
וכו'
עס ווערט ערווארטעט אז אלע זאלי'ס וועלן זיך אינטערלייגען אינטער די קעריזשעס אזווי ביים סויער פין די רעביצין.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/11/2009 19:06 |
|
| |
באקומען איין בילד פין פלאשינג אין ווייט קעגן איבער ראוז קעסיל
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 04:58 |
|
| |
אינטערעסאנט די פיקטשער פון נאראמת זעהט שוין אויס אזוי אלט, די צעטל איז 3 טעג געווארן אזוי אלט אויסזעהענדיג...
למען האמת ס'איז געווען געפערליכע ווינטן אין נוא יארק די וויקענד, און דאס האט אראפגעברענגט דעם הייליגן סיין פארן סקווירא'ר רבי'ן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 04:59 |
|
| |
דוד'ל/זעליג
קענסט נאך יעצט גיין זעהן די פריש געפעיסטע פאוסטערס אין וועסט פרעגן אלע שכינים אויב דאס האט געהאנגען פאר 4 טאג ציריק.
נאר וואס דען, די סקווירא זענען נישט אזעלכע קעלבלעך, זיי האבען געריסען אלע צטעלעך וויפיל זיי האבען געקענט
לגבי די סיין, דאס איז שוין געווען אראפגעבראכען נאך פאר די ווינטען.
תוקן על ידי nuremes ב- 15/11/2009 5:02:06
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 05:02 |
|
| |
רעביענקל/nuremes
גוד דזשאב, פון ליע ראסס זעה איך האסטו נאכנישט געכאפט א בילד, דיין סעל האט נאך מעמארי? 
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 05:14 |
|
| |
ס'איז א פארט פון די סעריע ''אפערעישן רבנים שווענקינג''
ס'איז געקומען נאכדעם וואס מ'האט איינגעזעהן אז די תקנות מאכט נישט אויס און זיינע מענטשן ווילן נישט פארגעסן זיין טונקעלע היסטערי פאר אפאר תקנות, איז אפגעשמועסט געווארן אז מ'וועט פראבורן מאכן אויסקקוקן פאר די אייגענע אז 'פרעמדע רבנים' האלטן פון אים.. אבער וויאזוי מאכט מען עס ווען רוב רבנים איז א סוד פאר בראד פארוועם זיי קערן אן, האט מען געהייסן די געדינגענע שרייבערס טוישן דירעקציע אנשטאט האקן אויף רעכטס און לינקס אויף אלע רבנים און פני העדה, זאל מען טוישן ניגון, רבי לייבוש איז מיט אונז..., רבי ישראל חיים מנשה איז מיט אונז..., און יעצט א רבי וואס איז זיין שוואגער אבער גיבט אפ וועלטס כבוד ווען מהר''יי קומט מיט אים אין שייכות, זאגט מען מהר''יי האסט אים והא ראי' ס'איז אראפגעפאלן די סיין, און ס'איז דא סטיקערס......
אבער איך מיין ס'איז א שאד די געלט און צייט, איטס א לאסט קעיס...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 05:19 |
|
| |
די שבת איז געווען א זעלטענע סוקסעס, ביים טיש פרייטוג צו נאכטס האבען זיך געצויגען 10 שטאקיגע פארענטשעס אין די גאנצע לענג פין די זאלי אין ס'געווען הערליך פיל
א הערליכע אוובען אן האט באשיינט דעם טיש
ווי עס האבען זיך באטייליגט צווישען אנדערע, וויענער רבי, סאטמאר וומ''ס רב (א נעפיו), וויזניץ מאנסי רב (א נעפיו), וכו'י
----------------------
די זאלי'ס האבען געזעהן אין דעם גאנצען שבת א דורכפאל פאר זייער עקזיסטענץ (גיי פארשטיי א זאלי'ס) זיי האבען נישט געקענט אראפשלינגען אז מ'האט נישט גענומען זייערע זאלען, אין מ'האט גאר גענומען דעם פראכטפולען גרויסען ראוז קעסיל, אין נאכדעם וואס סקווירא האט זיך נישט געלזאט ברעכן פין זייער דרוק אין טעראר זיך אריינצומישען אין די מחלוקה פין די וומ''ס עירוב,
ספעציעל ווען זיי האבען געזעהן די צעטליך פין קהל יטב לב באגריסענדיג סקווירא רבי'ן שליט''א
המקום ינחם....
זעליג/דוד
כ'האב נישט די ווערטער דיך צו טרייסטען, כ'האב נישט געוויסט אז די מיט אלע אלע זאלי'ס וועלן זיך אזוי נעמען צום הארצען דעם גאנצען שבת.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 05:25 |
|
| |
| זעליג_כהן כתב: |  | |
האט מען געהייסן די געדינגענע שרייבערס טוישן דירעקציע אנשטאט האקן אויף רעכטס און לינקס אויף אלע רבנים און פני העדה, זאל מען טוישן ניגון, רבי לייבוש איז מיט אונז..., רבי ישראל חיים מנשה איז מיט אונז...,
אבער איך מיין ס'איז א שאד די געלט און צייט, איטס א לאסט קעיס...
|
|
רבותי! ברעקניג ניוז!
די ארונים זענען פיסטע שקרנים, ר' לייבוש האט קיינמאל נישט באזיכט ביי סאטמערע רבי, ק''י דיין האט קיינמאל נישט באזיכט ביי ר' ישראל חיים מנשה....
(קרעדיט: זעליג)
סיי וויאזוי, די באהאלטס נישט דיין ווילן פין פארדרייען דעם אשכול, סוי ביטע זיך האלטען צום טעמע
פינעם סוקסעספולען סקווירא שבת אין וומ''ס
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 05:26 |
|
| |
ס'איז געווען א פראכט, נאכדערצו ביים קלימאקס ביים טאנץ נאכ'ן טיש ס'איז געווען 'וינועו אמות הסיפים!!!' ווען די רבי איז אריינגעקומען האט ווי א לעקטרישע שאק באנומען דעם עולם וואס האט זיך ספאנטאן אויפגעהויבן, און מיט דרך ארץ געבליבן שטיין ביז ער האט איז אנגעקומען למקומו לשלום, ביים תורה האט א שטילקייט באהערשט דעם זאל אז מען האט געקענט הערן א פליג, אפי' ס'איז געווען א רעגן איז געווען דער זעלבער עולם ווי אייביג! די איידלקייט האט אראפגעשיינט פון די פילשטאקיגע פארענטשעס, ס'האט זיך דערקענט די יראת שמים וואס די רבי קנעלט אריין אין די ישיבה תלמידים.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 05:32 |
|
| |
פין אישי
פין די זאלי'ס טעקס מעסעזשעס
SatmarHQ: police investigating pro Eirev chevra who broke sign of sqware rebe they wanted it 2 look like anti eirev did it.
SatmarHQ: Aronim vanderlized house of skvere rabbis achsanya, the signs and lights,
ענק דארפען אפמאכען, אויף וועם צו לייגען די שילד, נישט זיך סותר זיין אין איין טאג 2 מאל
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 05:41 |
|
| |
פון ארונים טעקסט מעסעדזש (פון אישי וויל איך באקום נישט קיין טעקסט...)
AnashSatmar: We did a good job!, we took down skver rabbi's sign, & as of now there's already on hydepark ppl who think the Zali's did it!
ווער פירט אן די טעקסט סיסטעם?
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 06:35 |
|
| |
נעבעך זאליס, נעקסט טיים שטינקט נישט אן.
זיי האבן אנגעפירקעלט ווילי, צובראכען די סיין ביים סקווער רבי הויז, אנגעשפירצט די גאסן מחללי' מות יומת, די זאליס זענען צושאנד און צושפאט.
טא געטראפן אן עצה...
די אהרונים האבן עס געמאכט... יוסעלע פליט איז געווארן אן אהרוני... די בחורים וויינבערגער זענען אהרונים... יצחק שטערן איז אן אהרוני...
טא פון ווי האבן די אהרונים די עירוב סטיקערס.. און די עירוב פלאקאטען?
זיי האבן עס געגנבט פון די זאליס...
איצט זאליס טאמער דאס וועט נישט ארבעטן, פאנגט אן זינגען: סקווער אליינס האט עס געטאן... נישט די חסידים... נאר די רבי אליין...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 14:59 |
|
| |
נאכדעם וואס די זאליס האבן אנגעמאכט אזא חילול השם דעם שבת.
וואס די 2 וויינבערגער ברידערס וואס לערנען אין קווינס ישיבה האבן אראפ געבראכן די סיין לכובודו פין סק'ווירא רבי'ן
אין נאכדעם וואס דער פרא אדם יאסעלע פריעד האבן אנגעשמירט אלע גאסן קעגן סקווירא .
האט גרויס קהל אין וויליאמסבורג גענימען שריט אין ארויס געהאנגען פלאקטען אין אלע גאסן
א ברוך הבא פארן גרויסן גאסט.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 18:07 |
|
| |
לויט וויפיל איך בין באקאנט האט סקרווירא רבי געהייסן זיין עולם נישט טראגן מיטן עירוב
|
|
|
|
|