בית פורומים כל העולם כולו

ר' שמעון זאב מייזליש רב דשכונת ברך משה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/11/2009 20:35 לינק ישיר 
ר' שמעון זאב מייזליש רב דשכונת ברך משה

באקומען אין תיבה אישית 


 פיפציג אינגעלייט, נייע תושבים בשכונת ברך משה, האבן היינט פארופען א קהל'ס מיטונג ווי זיי האבן געפאדערט אז מ'זאל זיך אונטעראיילן מיטן לאנג ערווארטעטע התמנות פון חתן כ"ק מרן אדמו"ר שליט'א, הרה"ג שמעון זאב מייזליש שליט"ט אלס  רב הבהמ"ד  ומו"ץ השכונה.

שכונת ברך משה, וואו עס וואוינען שוין 74 משפחות, איז א שפאגעל נייע געגענט וואו עס ווערט יעצט געבויט 362 דירות. אזוי ווי אין אלע געגענטער, איז מיוחד געווארן גאר א גרויסע שטח פארן ציקומפדיגע גרויסע געגענד שול וואו ר' שמעון זאב וועט דינען אלס רב הבמ"ד.

היינט אינמיטן טאג איז רבינו שליט"א געווען ביים גיסן א צייטווייליגע מקוה. די שול היינטצוטאגס איז אויך צייטווייליג אין די קאמויניטי רום וואס די בויער האט געמוזט געזעצליך צושטעלן.

אנוועזענד ביי די היינטיגע מיטונג מטעם הקהל איז געווען ר' אברהם ווידער, ר' דוד עקשטיין, ר' אליעזר ווייס, ר' ליפא גראס.



דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-14/11/2009 19:40 לינק ישיר 

ווי געפונט זיך די ביהמ"ד פון הרב ר' דוד דוב דישונסקיא?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-15/11/2009 02:38 לינק ישיר 

ווער וערט רב און תפלה למשה ?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/11/2009 20:00 לינק ישיר 

 אין א נישט קליינע טריט פאראויס, האבן די תושבים פון שכונת ברך משה  נעכטן מוצש"ק אריינגעוועלט 5 קאמיטע מעמבערס צו זיך באפאסען מיט קהל'ישע אנגעלעגנטהייטן, הויפטזעכליך מיטן פארברייטערן די לאגיסטיקס פונעם רבנישע התמנות פון הרב ר' שמעון זאב, חתן רבינו שליט"א, און צי זיך אומגיין מיט די בויראקראטן אין "גרויס קהל", וועלכע האבן שוין ערקלערט ביים לעצטען פובליק מיטונג אז זיי לאזן די לאקאלע קהילה באשליסן אלעס פאר זיך, און" גרויס קהל'ס" ראלע ווערט רעדוצירט צי בלויז שענקן "גוטהייסונג," זיך קימערען מיט "פארמאלע" שריט, און ערשיינען בראש פון אלע נאכפאלגענדע "צערעמאניעס".



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/11/2009 20:11 לינק ישיר 

איך האב געזען דא לעצטענס בילדער ווי מהר"א גיסט א נייע מקוה ביי דע געגענט איך האב נישט געזען דארט ר' שמעון זאב שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 22:20 לינק ישיר 

 ר' שמעון זאב האט דאן געוויילט אין א"י אויף א משפחה שמחה.

באטייליגט ביי די יציקות היסודות האבן זיך א טייל פון די תושבים וועלכע עסק'נען און באצאלן פאר מקוה, רבינו שליט"א  מיטן דיין שליט"א צי פארטרעטן די הלכה'דיגע אספעקטן, און די חשוב'ע דעוועלעפאר (וועלכע לאזט זיך אויך קאסטן פאר די מקוה) מיט זיינס א משפחה מיטגליד.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-24/11/2009 04:21 לינק ישיר 

וואס איז די שטילשווייגעניש וואס שרייט ארויס פון די אהרונים בנוגע די התמנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 14:43 לינק ישיר 

ווייל די ביהמ"ד האט מען נאך נישט אנגעהויבן צו בויען, לויט ווי עס הייסט ווען מ'וועט בויען דעם גרויסן נייעם בית המדרש אינעם ארטיגן שכונה, וועט ר' שמעון זאב נתמנה ווערן אלס רב.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 18:46 לינק ישיר 

פוסטע גערעדעריי! ס'הייסט נישט גארנישט.

פאקטן:

-  תושבים און מתפללים פון די שכונה פירן די איניציאטיוו.
- כולם פה אחד האבן ביי א פובליק קהל'ס מיטונג פארלאנגט די התמנות.
- בלויז דריי טעג צוריק איז די ערשטע קאמיטע וואס פארטרעט די תושבים ערוועלט געווארן.
- אויב קען מען ווארטן מיטן התמנות דריי יאר ביז די צענטעראלע שול ווערט געבויט, פארוואס נישט ווארטן צען אדער צוואנציג יאר?
- רבינו שליט"א איז אין פארבינדונג מיטן רב איבער די אישו.
- בלויז ר' שמעון זאב שליט"א דארף נאך באשליסן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2009 07:38 לינק ישיר 

מ'האט די שבת געמאלדן מיט עקסטאז אז לאור בקשת די התאחדות אברכים שע"י קיט"ל, און אויפן רוף פון די חשובע איינוואוינער אינעם נייעם שפרודלנדיגן געגנט "שכונת ברך משה" אין קרית יואל, האט הגה"צ רבי שמעון זאב שליט"א באוויליגט אנצונעמען דעם טעגליכן שיעור אין ראם פון "חבורת יסודי התורה", וועלכע וועט פארגעלערנט ווערן א יעדן אויפדערנאכט, אינעם צייטוויליגן "בית המדרש החדש" שע"י שכונת ברך משה, אנגעהויבן היינט זונטאג!

גלייכצייטיג, אויפן פארלאנג פון די גבאים, וועט הגרש"ז שליט"א פארבלייבן א יעדן אויפדערנאכט - נאכן שיעור - אינעם חדר הוראה אין ברך משה געגענט, וואו ער וועט זיך אפגעבן מיטן ענטפערן שאלות בדבר ה' זו הלכה, לכל דורש ומבקש. מיט דעם האפן די תושבים וועט ערפילט ווערן די תורה'דיגע חלל וואס האט געהערשט אונעם גרעסטן געגענט אין ק"י (ס'איז ממש א שטאט פאר זיך), וואס איז אויך דאס מערסטע אפגעזונדערט און פאדערט זיך א צענטער פאר תורה ותפלה.

פאר א טעגליכער לייוו האק-אפ רופט "קול התאחדות אברכים" אויף 212.444.9899 




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/11/2009 21:46 לינק ישיר 

א קליגע שריט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/11/2009 22:52 לינק ישיר 

וויפיל תושבים וואינען יעצט דארט? אין וויפיל גייען דירות האלטען יעצט ביים ווערן עוועליבל?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/11/2009 22:59 לינק ישיר 

איך וויס נישט פיקטלעך איך בין געווען לעצטענס ביי א שמחה ביינאכט אין מאנרא בין דארעך געפארן דע מען ראד דערנעבן סקיקט אויס ווי סאיז שוין גאנטץ גיט באזעצט מיט איינוואוינער'ס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 06:20 לינק ישיר 

מזל טוב
יעצט קומט פאר די התמנות דורך רבינו שליט''א
ר' שמעון זאב ווער אויפגענומען אלס רב אין ביהמ''ד ישמח משה דקהל יטב לב קרית יואל אין שכונות ברך משה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/5/2010 10:37 לינק ישיר 

איך האב געמיינט ער איז ציקריגט מיט זיין שווער אין הגה"ק וויל עם אפ שיקען קיין לאנדאן......





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/5/2010 16:30 לינק ישיר 

לייג עס צו צו די ליסטע פון די זאכן וואס דו מיינסט ווייל די זאלונים פרובירן אזוי צו פארקויפן

***

מזל טוב ר' שמעון זאב

חסידי סאטמאר פון די גאנצע וועלט וואונטשן אייך א הארציגן מזל טוב מיט א ברכה איר זאלט זוכה מרומם צו זיין דעם קרן התורה והיראה אין די שכונה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > ר' שמעון זאב מייזליש רב דשכונת ברך משה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext