|
|
| נשלח ב-15/11/2009 20:54 |
|
| |
העי גערעכטער כ'בין מסכים, נאר איין זאך, נישט קאלעקטן קיין טעקסעס פון אונז.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 20:54 |
|
| |
יחצל, איך האלט אויך אז דאס איז זייער א האקעל'ע זאך, ס'איז נישט אזוי פשוט, מען דארף האבן א דעת תורה אויף יעדן ביזנעס עקסטער וואס די ווילסט באיקאטירן.
אבער דאס ביך איז זיכער אז מען זאל זיך פארלייגן אויף זייער צייטונגען, מען דארף זיך אלע אנ"ש צוזאמען נעמען און סטאפן זייערע צייטונגען פון אונצוקומען צו אונזערע הייזער, ביידע צייטונגען זענען די קול שופר פון זייער פארטיי, און ס'באלאנגט נישט אין אונזערע הייזער.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 21:01 |
|
| |
אין די זעלבע פארלאנגען די אלע ביזנסער וואס ווילן אינזער ביזנעס זאלן נישט דארט אדווערטייזן
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 21:07 |
|
| |
למעשה ווי אזוי פירט מען דאס אויס, ס'דארף זיך טרעפן א אינגערמאן וואס איז גרייט צו טוען דערין, אויסגעפינען ווי אזוי מען קען ליגעלי סטאפן די צייטונגען פון שיקן זייער שמוץ צו אונז, כ'האב שוין אפאר מאל געבעטן זיי זאלן אויפהערן שיקן עס אבער זיי פייפן זיך אן, אז א אינגערמאן קען ארום גיין שאפן חתימות פון אונזער עולם קען מען מסתמא זיי סטאפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 21:13 |
|
| |
| ychtzel כתב: |  | | אין די זעלבע פארלאנגען די אלע ביזנסער וואס ווילן אינזער ביזנעס זאלן נישט דארט אדווערטייזן |
|
אויטאמאטיש אז אונזער עולם וועט נישט באקומען זייער צייטונג וועט אונזער עולם נישט ספענדן קיין געלט צו עדווערטייזן דארט.
כ'ווייס גאנץ גוט א דאס וועט גיין אהין און צוריק, זיי וועלן צוריק טוען דאס זעלבע פאר אונז, די חילוק איז אז אונזערע ביזנעסער פירן זיך אויף מענטשליך צו זייערס, אבער זיי פייפן זיך אריין און רעכענען זיך נישט מיטט אונזער געפילן (נוסח אהרונים). דאס באיקאט אויף זייער צייטונגען וועט האפענטליך צווינגען זיי זאלן זיך אויפירן אביסל מענטשליך און נישט אזוי אפען אין פרעך בלאזן זייערער פארטייאישע מיסט, און פארשטיין (געצווינגענערהייט) אז האלב קרית יואל איז נישט נייגעריג צו וויסן ווי כ"ק אדמו"ר מסאטמאר איז געקומען אין געגאנגען, אין וועלכע "מעכטיגע" זאך איז פארגעקומען דעם וואך אינערהאלב די קיט"ל קרית יואל מהר"א ארגענעזאציע
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 21:24 |
|
| |
לויט מיין וויסען קען מען נישט אפהלטן יענעם פין שיקען די צייטונג'ען צי אינזערע שטיבער יעדער מעג שיקען צי וועם ער וויל ממילא וועט ער זיך נישט רעכענען מיט אינז אבער אויב וועט מען לייגען דערוק אויף דע וואס אדוועטייזען דארט אז זיי זאלען נישט אדוועטייזן דארט וועגען דע סיבה וועלן די פאר אינגעלייט וואס פירען דע צייטונג זיך מעגליך איבער טראכטן ווי אזוי זיי שרייבן זייער נייעס
אבער ביי דע ווע מיין איך אז סאיז ארויס געוואפן צי טרייען זיך צי שלאגן מיט זייערע צייטונגען ווייל דע אלע צייטונגען באקימען גרויס געלט פין אינזער VILLAGE וואס אלע תשבי קרית יואל צאלן טעקס
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 23:10 |
|
| |
ווער סהאט א ליסטע פין די אזוי געריפענע ראשי קהילה וואס לאזען צי דע אלע רשעות זאל עס ביטע דא ארויף לייגן ישר כח
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 23:52 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב יחצלס מהלך איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז זיכער אז אויב מען זיך צוזאמענעמען און אנהייב מלחמה האלטן מיט די ווילידזש וועט מען ווייט אנקומען.
לאמיר נישט פארגעסן, עס איז דא א ווילידזש, וואס איז אומלעגאל פארנומען צו דיסקרימינירן א האלבע שטאט. א רעגירונג וואס איר הויפט אויפגאבע איז אוועקצונעמען די ציווילע רעכטן פון האלב איינוואוינער, פאר איין סיבה: ווייל מיר לאזן זיך! עס איז דא גענוג און נאך וועגן וויאזוי ארויסצורופן א קול מלחמה במחנה. זיי דערביטערן אונז דאס לעבן, ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן נישט צוריקכאפן...
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 23:56 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | |
איך ווייס נישט אויב יחצלס מהלך איז אויסגעהאלטן, אבער דאס איז זיכער אז אויב מען זיך צוזאמענעמען און אנהייב מלחמה האלטן מיט די ווילידזש וועט מען ווייט אנקומען.
לאמיר נישט פארגעסן, עס איז דא א ווילידזש, וואס איז אומלעגאל פארנומען צו דיסקרימינירן א האלבע שטאט. א רעגירונג וואס איר הויפט אויפגאבע איז אוועקצונעמען די ציווילע רעכטן פון האלב איינוואוינער, פאר איין סיבה:
ווייל מיר לאזן זיך!
עס איז דא גענוג און נאך וועגן וויאזוי ארויסצורופן א קול מלחמה במחנה.
זיי דערביטערן אונז דאס לעבן, ווייל זיי ווייסן אז זיי וועלן נישט צוריקכאפן...
|
|
100% גערעכט
|
|
|
|
| נשלח ב-15/11/2009 23:59 |
|
| |
ווייסט איינער וואס איז די פרעצודאר פין אריין געבען א לאסוט אקעגן איינעם
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 00:10 |
|
| |
יחצל, ס'איז שוין דא א פעדעראלע קלאגע קעגן די ווילידזש, די ווילידזש האט שוין געהאלטן אט אט ביים פארמאכט ווערן, אבער צוליב די אומגעהויערע דרויסנדיגע דרוק (מיר האבן שוין פארגעסן ב"ה וואס עס מיינט ריכטיגע דריק אזוי ווי עס האט אויסגעקוקט ווען סאטאמר איז נאך געווען איינס) האט זלמן לייב וו"מ אין זיין ברידער יוסל געמוזט איינגיין אויף א פשרה אין נאכלאזן דעם קעיס.
די קעיס עקזיסטירט נאך און מען קען עס נאכאמאל עפענען, פארבינד דיך מיט יוסל וו"מ וועט ער דיר זאגן מער פרטים.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 01:36 |
|
| |
| נפל כתב: |  | גאנץ א קינדישע מהלך נאך אלע מעשיות זענען די ארוינים א רוב אין קרית יואל אויב וועלן ענק מאכן אזא בויקאט וועלן די ארוינים מאכן די זעלבע בויקאט אויף ענק און ענק וועלן פארלירן מער
|
|
דאס איז נישט קיין פחד אז זיי וועלן נישט איינקויפן און מיר וועלן פארלירן, ווייל זיי קויפן סייווי נאר ביי זייערע מענטשן, זיי פארמיידן אונזעער געשעפטן פאר יעדן פרייז, אבער איך האלט דאך אז דער מהלך פון בויקאטירן איז א ריכטיגער ארונישער מהלך פון אנהויב ביז'ן סוף.
מילא איינער שפירט ער וויל שטיצן אייגענע, ס'איז א געפיל צו שטיצן א פריינד, בפרט ער ווייסט אז אזוי בלייבט די געלט אין היימישע פלעצער און איינער איז מחזק דעם צווייטן, אונז האמיר ב"ה א ריזיגן ציבור אין קרית יואל, אונז דארפן צו זיי נישט אנקומען. אבער מאכן א כמו בויקאט "ניטש איינצוקויפן ביי דעם און יענעם" איז ארוניש און נישט אידיש, און מ'דארף אזא זאך הערן פון א שטארקע תורה אויטאריטעט כדי צו טוהן אזא פעולה.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 02:16 |
|
| |
זאליס בני יואל
אז ענק זענען א באנדע לוזערס באשולדיגט נישט אונז. קיינער האט ענק נישט אפגעהאלטן פון געווינען די וואלן, ענקס זענען רוב? געווינטס! קיינער האט ענק נישט אפגעהאלטן פון עפענען א גראסערי! קיינער האט ענק נישט אפגעהאלטן פון עפענען א צייטונג!
ענק האבן פרובירט צו עפענען א צייטונג און ס'איז דוכגעפאלן, זענען מיר שולדיג??? עטץ האט נישט קיין טויגליכע חברה, דאס איז א מציאות.
ענק קומען נישט איינקויפן ביי אונזערע געשעפטן, ווייל עטץ ווילן אונז שטיצן, נאר ווייל די געשעפטלייט שטעלן צו קאסטומער סערוויס. און דאס וועט עטץ ווייטער טרעפן נאר ביי אונז
ממילא זענען ענקערע בויקאטן סתם שטותים...
|
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 03:08 |
|
| |
פרישקייט כ'וועל נישט מחולק זיין אויף דעם און ווי די ווי די זעסט האלטן רוב בני יואל און זאלי'ס נישט פון קיין באיקאטן (נישט ווייל עטס שטעלסט צו בעסער קאסטומער סערוויס, אדער נישט, נאר ווי מיר זענען מער אידישליך געשטימט)
אבער, בנוגע די צייטונג וועל איך יא מחולק זיין, מיר באקומען נישט ענקערע צייטונגען ווייל עס איז בעסער, מיר באקומען עס ווייל עטץ שיקט עס בחינם, והא ראיה די קאמיונטי קאנעקשאן קומט אויך אן צו יעדעם.
די הינטערשטער שורה, האלט איך טאקע מער פון די שיטה אז אנשטאט באיקאטירן זאל מען צושטעל א בעסערס און פארטיג, טעלעפאון ביכל יוכיח, עטס האטס ענק אויפגעפירט ווי חיות אין נישט געליסטעט מענטשן וואס ס'איז ענק נישט געפאלן, האבן מיר צו געשטעלט אן אלטערנאטיוו, און די מארקעט האט געווינען היינט שטעלט עטס שוין אויך צו "קאסטומער סערוויס"
|
|
|
|
| נשלח ב-16/11/2009 03:23 |
|
| |
איך ווייס נישט דעם געזעץ, אבער וואס קען געשען אויב מען נעמט די אהרוינישע פאסט און מען שרייבט ארויףJUNK MAIL - RETURN TO SENDER איך זאג נישט מען זאל עס טאן, ווייל איך קען נישט דעם סיסטעם, אבער אפשר איז דאס אן עצה?
|
|
|
|
|