ווייסט איינער אויב רז''ל האט גערעדט נעכטן פין די נייע פרדס זאל? כ'הער אז ס'דא אזאך יודן צווישען זיי אפי' זאלי'ס וואס פארפירן אז אמאל האט מען געהאט א זאל אין וומ''ס פאר $5000 אין היינט קאסט עס דאפעלט, אין די פרייז גייט נאך ארויפגיין לויט ווי ס'הייסט יעצט.
די מענטשן טענה'ן אז די געלט פאר די איבערבוי פין די זאל איז נישט געקומען פין די מוסדות אין זיי האבען ניטעמאל געהאט א יד אין שאפען די נדבן, אין ס''ה האט א צווייטער איבערגעבויט די זאל אין די פרייז איז ארויף אזוי סאך, אנפאנג האט מען געהאט ציגעזאגט אז אפשר וועט די צווייטע זאל זיין מער א ביליגע זאל, אבער לויט ווי ס'קוקט יעצט גייט מען נישט אזוי שנעל בויען אדער גייט מען עס אינגאנצען נישט בויען, ציליב דעם וואס די הנהלה פין זייערע מוסדות האט אפגעשטעלט די גאנצע זאך וועגן געלט אישוס.
יענקל אויב דו ביזט טאקע אזוי סלאי ווי דו פריטענדסט צו זיין וועל איך טוהן א חסד און עס מסביר זיין,
ביז היינט האסטו געקריגן דערפאר נאר די זאל, ס'איז נישט געווען קעיר גענומען =מיינט אז ס'האט געקאסט ווייניגער מענטשן בעפאר, דערנאך, בשעת מעשה (א דוגמה די זעלבע מענעדזשער פון די סקול האט דאס אויך דרך אגב געמענעדזשט -געקאכט...)
אין דער בלאט נעמט נאך קרעדיט דערפאר, איך האב מורא אז די אנדערע תקנות זאלן פון וואס זיי נעמען קרעדיט האבן אויך אזא פנים.
תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/12/2009 18:58:05
נשלח ב-9/12/2009 19:09
מיינס א קרוב משפחה האט מיר געזאגט אז ער האט חתונה געמאכט אין ברכה סימא האט דאס אים געקאסט הכל בכל מכל כל $11,500 יעצט צאלט ער אין פרדס פיגא $8,400 דאס מיינט אז יצעט קאסט אים חתונה צו מאכן $3,100 ביליגער. יענקל איך ווייס נישט וועלכע קאלקעלעטער די ניצט, אין מיין קלאקעלעטער קומט דאס כהיום (נאך דערצו מיט א בעל בית'ישע זאל) אויס ביליגער ווי ווען עס איז געווען ביליגער...
נשלח ב-9/12/2009 20:27
דיין קרוב המשפחה האט חתונה געמאכט אויף היידפארק. פרדס בעט 8999 פאר'ן בדחן. (ניין טויזענט דאלאר חסר דאלאר אחת)
דאס מיינט צען טויזענט דאלאר מיט א בדחן.
נשלח ב-9/12/2009 21:22
[quote]
זעליג, זיי מיר ביטע מסביר?
1) פארוואס האט דער גרויסער טייערע נדבן און פילאנטראפ ר' אליעזר קעסטענבוים, נישט געקענט טאן די זעלבע זאך מיט דעם שטארק-נאכגעלאזטן, צעשאסענעם און עקל'דיגן ברכה סימא זאל ביז תש"ע?
פארוואס האט ר' אהרן ט''ב וואס איז שוין רב 20 יאר, נישט געטוען צו די זאך די אלע יאר, נאר געווען ביזי זיך צו רייסן מיט זיינע פרענדס ווי יוסל וואלדמאן וכו' וכו'