בית פורומים כל העולם כולו

6 תקנות זאלען, היינט צו טאגס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/11/2009 00:55 לינק ישיר 
6 תקנות זאלען, היינט צו טאגס

אין בלאט ווערט באריכטעד אז היינט צו טאגס איז שוין דא ב''ה 6 זאלען ווי מ'קען חתונה מאכען מיט תקנות, זינט כ''ק סאטמארע רבי שליט''א האט איינגעפירט אין זיין קהילה עטליכע יאר ציריק, אין געמוטיגט עס נאכצוטוהן, אזש ביי קרייזען וואס גלייכען ניטש אדער האבען גאר פיינט סאטמאר האבען עס שוין ב''ה נאכקאפירט,
זיי שרייבן אז נאך זענען אויפן וועג

כ'וואלט געוואלט באהאנדלען יעדן זאל באזינדער

דער ערשטער זאל
אולם עקשטיין:  דער ערשטער זאל צו ווערן איבערגבויט פאר חתונה תקנות
בית רחל פאראדייס: געבן גרויסע דיסקאונטס פאר די וואס מאכען חתונה מיט די תקנות
ראוז קעסיל - 2 זאלען: 3 פעקעזשעס פאר די וואס מאכען חתונה מיט די תקנות
עטרת חי' שרה: געבן ארויס די זאל עטליכע מאל חודש'ליך פאר די וואס ווילן חתונה מאכען לויט די תקנות
ברכה סימא: איין זאל איז שוין פארטיג אין די צווייטע איז האפענטליך אויפן וועגן, איבערגעבויט פאר חתונה תקנות



תוקן על ידי rebyankel ב- 16/11/2009 0:55:18




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/11/2009 00:59 לינק ישיר 

שוין דא א אשכול דערוועגן

http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2715609&forum_id=16386

פאסט נישט פאר די פאליסמאן פון 'דאפעלטע אשכולות' אזא עבירה.




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/11/2009 01:00 לינק ישיר 
די פרייזען

אולם עקשטיין, $6000, דאס רעכנט אריין ''אלעס'' (פין בדחן ביז בלומען אין אלעס אינדערמיט)
בית רחל פאראדייס, $9300, דאס רעכנט אריין אלעס
ראוז קעסיל, $7000 / $10000 / $14000 (פאר גאר גרויסע משפחות) דאס רעכנט אריי אלעס
עטרת חי' שרה (כ'האב נאכנישט קאנפירעמד אויף זיכער)
ברכה סימא, $9000 דאס רעכנס אריין אלעס חוץ בדחן אין הכשר

ווער עס האט סיי וועלכע דעטאלען בנוגע די זאלען זענען געלאדענט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 02:13 לינק ישיר 

ווייסט איינער דעטאלען וועגן די רענסאנס אין ב''פ, וויפיל קאסט דארט א חתונה לויט די תקנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 02:17 לינק ישיר 

למען האמת ראויז קעסיל איז נאר אונטען א תקנות זאל,
אז די ווילסט מאכען חתונה אויבען קאסט עס 14 טויזענט דאלער, טאקע ביליג אין היינטיגע מארקעט אבער נישט קיין תקנות פרייז.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 02:31 לינק ישיר 

אין 14 טויזענט איז אריינגעכנט א ''פראכטפולע זאל''
מיט שפילער, זינגער, בדחן, בלומען, אד''ג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 01:38 לינק ישיר 

ווייסט איינער אויב רז''ל האט גערעדט נעכטן פין די נייע פרדס זאל?
כ'הער אז ס'דא אזאך יודן צווישען זיי אפי' זאלי'ס וואס פארפירן אז אמאל האט מען געהאט א זאל אין וומ''ס פאר $5000 אין היינט קאסט עס דאפעלט, אין די פרייז גייט נאך ארויפגיין לויט ווי ס'הייסט יעצט.

די מענטשן טענה'ן אז די געלט פאר די איבערבוי פין די זאל איז נישט געקומען פין די מוסדות אין זיי האבען ניטעמאל געהאט א יד אין שאפען די נדבן, אין ס''ה האט א צווייטער איבערגעבויט די זאל אין די פרייז איז ארויף אזוי סאך,
אנפאנג האט מען געהאט ציגעזאגט אז אפשר וועט די צווייטע זאל זיין מער א ביליגע זאל, אבער לויט ווי ס'קוקט יעצט גייט מען נישט אזוי שנעל בויען אדער גייט מען עס אינגאנצען נישט בויען, ציליב דעם וואס די הנהלה פין זייערע מוסדות האט אפגעשטעלט די גאנצע זאך וועגן געלט אישוס.

אזא פנים האט עס ווען זיי בויען שוין יא....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 02:00 לינק ישיר 

אינטערעסאנט איז נאר אז פאר'ן איבערבויען איז געווען דארט 11 חתונות א יאר, און זייט'ן עפענען די נייע פרדס זאל איז נאך נישט געווען א נאכט אהן א שמחה דארט!!! 



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/12/2009 02:10 לינק ישיר 

ס'געווען דארט מער ווי 11 חתונות א יאר, טראץ וואס די זאל איז געווען דירעקט שטארק נאכגעלאזט
ווייל עס זענען געווען מענטשן וואס האבן נישט געהאט קיין ברירה אין ווי איידער חתונה מאכען פין צאמגעשטלעטע געלט האט מען דארט חתונה געמאט פאר 5000 דאללער

סיי וויאזוי, זיי מסביר פארוואס דארף די פרייז ארויפגיין אויב א פרעמדע נדבן (נאכדערצו אויב די געלט קומט פין די סטימיולעס געלטער) בויעט איבער א זאל אנדעם וואס עס זאל דיר קאסטען א פעני אדער עסקנות???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 06:36 לינק ישיר 

יענקל אויב דו ביזט טאקע אזוי סלאי ווי דו פריטענדסט צו זיין וועל איך טוהן א חסד און עס מסביר זיין,


ביז היינט האסטו געקריגן דערפאר נאר די זאל, ס'איז נישט געווען קעיר גענומען =מיינט אז ס'האט געקאסט ווייניגער מענטשן בעפאר, דערנאך, בשעת מעשה (א דוגמה די זעלבע מענעדזשער פון די סקול האט דאס אויך דרך אגב געמענעדזשט -געקאכט...)
און מהאי טעמא האט עס קיינער נישט געבוקט.
היינט איז דא א גאנצע סטעף קעכער מענעדזשער רוימערקעס וכו' און דאס קאסט געלט.
און פשוט די איבריגע 4 טויזנט גייט פאר בלומען, זינגער, שפילער, פאטאגרעפער, 
וואס אמאל האבן די אלע חתונות אין ברכה סימא געדארפט צאלן דערפאר אליינס עקסטער 6-7 טויזנט!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-9/12/2009 18:08 לינק ישיר 

זעליג, זיי מיר ביטע מסביר?

1) פארוואס האט דער גרויסער טייערע נדבן און פילאנטראפ ר' אליעזר קעסטענבוים, נישט געקענט טאן די זעלבע זאך מיט דעם שטארק-נאכגעלאזטן, צעשאסענעם און עקל'דיגן ברכה סימא זאל ביז תש"ע?

איז עס דען נישט געווען אוועלעבל פון תש"מ ביז תש"ע פאר א רענאוואציע?
האט אים איינער געשטערט פון אריינלייגן 2 מיליאן דאלאר און מאכן א שיינע זאל פאר אידן וועלכע מוטשן זיך מיט פרנסה, און ווילן דאך חתונה מאכן בדרך כבוד.

2) וואס האט פאסירט דעם לעצטן יאר, אז ער האט עס פונקט יעצט געטאן?

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 18:08 לינק ישיר 

זעליג_כהן כתב:
און פשוט די איבריגע 4 טויזנט גייט פאר בלומען, זינגער, שפילער, פאטאגרעפער, 
וואס אמאל האבן די אלע חתונות אין ברכה סימא געדארפט צאלן דערפאר אליינס עקסטער 6-7 טויזנט!


וועם גייסטו פארקויפן דיינע לאקשען?
שפילער
זינגער
פאלטשע בלומען (וואס מ'ניצט איבער יעדע נאכט פין לעידיס עקזולערי)
פאטאגראפירער (נאר ביי די סעודה אין נאר ביי די פרויען, אין אויב מ'נעמט נישט ביי די סעודה באקומט א דיסקאנט פין נישט מער ווי $150..)
קאסט 6-7 טויזענט דאללער????

דאס איז שוין א חוץ דעם וואס די מוסד האט אפגעמאכט א סעט פרייז (בערך 50% ווייניגער פין די געהעריגע פרייז) פאר די 4 זינגער '1 שפילער' אין 2 פאטאגראפירער, אין ס'קאסט נישט פאר זיי מער ווי בערך $1500 פאר די אלע 4 סערוויסעס, אין פארדעם רעכנט מען לשיטתך $4000, דאס איז דאך ממש א הימל געשריי!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 18:55 לינק ישיר 

רעב יאנקל איז הינדערט פראצענט גערעכט, איך ווייס נישט פארוואס דער בלאט שרייט אז עס איז א תקנה זאל? סאיז ביטער טייער, מען רייסט געלט פונעם עולם, פארוואס ווערט עס אנגערופן א תקנות זאל פאר א שווארץ יאר?

אין דער בלאט נעמט נאך קרעדיט דערפאר, איך האב מורא אז די אנדערע תקנות זאלן פון וואס זיי נעמען קרעדיט האבן אויך אזא פנים.


תוקן על ידי מלך_מלכים ב- 09/12/2009 18:58:05




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 19:09 לינק ישיר 

מיינס א קרוב משפחה האט מיר געזאגט אז ער האט חתונה געמאכט אין ברכה סימא האט דאס אים געקאסט הכל בכל מכל כל $11,500 יעצט צאלט ער אין פרדס פיגא $8,400 דאס מיינט אז יצעט קאסט אים חתונה צו מאכן $3,100 ביליגער. יענקל איך ווייס נישט וועלכע קאלקעלעטער די ניצט, אין מיין קלאקעלעטער קומט דאס כהיום (נאך דערצו מיט א בעל בית'ישע זאל) אויס ביליגער ווי ווען עס איז געווען ביליגער...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 20:27 לינק ישיר 

דיין קרוב המשפחה האט חתונה געמאכט אויף היידפארק.
פרדס בעט 8999 פאר'ן בדחן. (ניין טויזענט דאלאר חסר דאלאר אחת)


דאס מיינט צען טויזענט דאלאר מיט א בדחן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 21:22 לינק ישיר 

[quote]

זעליג, זיי מיר ביטע מסביר?

1) פארוואס האט דער גרויסער טייערע נדבן און פילאנטראפ ר' אליעזר קעסטענבוים, נישט געקענט טאן די זעלבע זאך מיט דעם שטארק-נאכגעלאזטן, צעשאסענעם און עקל'דיגן ברכה סימא זאל ביז תש"ע?

איז עס דען נישט געווען אוועלעבל פון תש"מ ביז תש"ע פאר א רענאוואציע?
האט אים איינער געשטערט פון אריינלייגן 2 מיליאן דאלאר און מאכן א שיינע זאל פאר אידן וועלכע מוטשן זיך מיט פרנסה, און ווילן דאך חתונה מאכן בדרך כבוד.

2) וואס האט פאסירט דעם לעצטן יאר, אז ער האט עס פונקט יעצט געטאן?

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?
[/quote]

פרעג בעסער,
פארוואס האט ר' אהרן ט''ב וואס איז שוין רב 20 יאר, נישט געטוען צו די זאך די אלע יאר, נאר געווען ביזי זיך צו רייסן מיט זיינע פרענדס ווי יוסל וואלדמאן וכו' וכו'
ער רעדט שוין 20 יאר כ''א בסליו, פארוואס האט ער נישט -ביז זיין קליגערע ברודער איז געווארן רבי- גערעדט פון אויפטוען, און פון תקנות פלייש פעסטראמי קאלד קאטס וכו'???
ער האט שוין זיין ישיבה 20 יאר פארוואס האט ער אנגעהויבן דערויף נאר נאך וואס קווינס האט אנגעהויבן קלינגען אין די לומדישע גאס פאר א זעלטענע גרויסע מקום תורה???

דו האלסט אז ס'איז א פערצופאל (מקרה בלע"ז)?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > 6 תקנות זאלען, היינט צו טאגס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext