איך מיין אז סתם בויקאטירן אנדערע אידן, ווייל זיי האלטן נישט פונקט ווי איך, איז נישט אויסגעהאלטן.
הגם ר' אהרן טייטלבוים מיט קהל בערנאדא פירן יא די נארישע בויקאטירן פאליטיקס,
ספעציעל מיט מוסדות וואס טאנצן נישט נאך זייערע צייטונגען פאליטיקס.
אבער זיך פארלאזן אויף זיי, דארף מען זיכער נישט, און ספעציעל אז עס ווערט אנגעפירט דורך דעם הולך בערכאות ברוך טייטלבוים, וואס האט ליידער גערופן זיין זיידע בערכאות.
איך שטעל מיר פאר אז די סיבות פארוואס די מוסדות נעמען פראדוקטען פון פלעצער מיט בערנאדא הכשרים, איז צוליב פרייז און מעגליכקייט, מען דארף אבער פארלאנגען אז די פלעצער זאלן האבן אויך די השגחה פון קהל יטב לב, און דער דיין הרה"ג ר' ארי' זאל אראפגיין געבן דעם הכשר, אדער אפילו פון התאחדות הרבנים וכדומה.