ר' חיים האט געלאזט וויסן זיין מיינונג אז בהמה פלייש פון מחזיקי הדת מאנשטעסטער איז נבילות וטריפות. די מחזיקי הדת קהילה זאגן אז יאכלו ענוים וישבעו
תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 00:44:43
נשלח ב-16/11/2009 20:11
לשטותם פון די מזיקי הדת מעגן ענווים עסן נבילות וטרפות?
נשלח ב-16/11/2009 22:01
ניין זיי זאגן אז ס'כשר
נשלח ב-17/11/2009 01:49
דאס מיינט מען די הכשר פון הרה"ג ר' מנדל שנעעבאלג?
נשלח ב-17/11/2009 05:45
more details please
נשלח ב-17/11/2009 14:25
אפשר ביסטו מסביר, וואס ווען און וואו?
פארוואס האט ר' חיים וואזנער אזוי געזאגט?
נשלח ב-17/11/2009 18:40
עס האנדלט זיך וועגן די סוגיא פון שחיטה עומדת ראשי הקהילה פון רב שנעעבאלג קענען נישט סובל זיין קיין שום קריטיק פאר זיי אלעס כשר וישר ר' חיים און נאך זאגן דאס איז אסור באיסור מוחלט
נשלח ב-17/11/2009 22:47
אסור אלץ וואס? צומת הגידין? וואס פונקטליך גייט פאר דארט?
דאס איז טייטש אז ר' חיים האט זיך אפיציעל ארויסגעשטעלט קעגן ר' מענדל, א זאך וואס איז נישט לפי דרכו וויפיהל איך הער.
נשלח ב-18/11/2009 16:13
לפי ידיעתי האט שוין הה"ג ר' אשר יעקב וועסטהיים שליט"א פון מאנשטעסטער (געווען אין בי"ד בראשות הה"ג ר' מענדל שנעעבאלד אבער האט זיך צואמפערט) אפאר יאר א אייגענע שחיטה, מ'זאגט אז ס'איז גאר שטארק מהודר.
נשלח ב-18/11/2009 21:12
ר' חיים רעדט בלויז פון מחזיקי הדת'ס שחיטה (ר' מ"מ שנעעבאלג) נישט פון רב וועסטהיים
נשלח ב-20/11/2009 01:37
ס'דרייט זיך א שמועה אז די בריסקערס (תלמידי הרב אליקים שלעזינגער פון לאנדאן) טראכטן פון גרינדען א נייע קהילה אין מאנטשעסטער מיט סאטמאר 37 (מאנרא, הרב ישראל חיים האראוויטץ)
תוקן על ידי מאנטשעסטער ב- 20/11/2009 01:37:33
נשלח ב-20/11/2009 01:54
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) איז גאר שטארק קעגן טשעפען א מרא דאתרא, און האט עס אפילו אמאל אין א שבת שובה דרשה דערמאנט ברבים. וקהלת סאטמאר בלאנדאן, ירושלים יוכיח. ממילא גלייב איך שווער אז ער וועט צולאזן צו גרינדן א נייע קהלה אקעגן דעם דארטיגן מרא דאתרא.
נשלח ב-22/11/2009 01:29
נאכ'ן חוקר ובודק זיין פונקטליך בין איך מודיע אז די ידיעה איז שקר וכזב הגר"ח וואזנר האט
קיינמאל נישט געזאגט אז די פלייש איז טריפה, ער האט נאר אכטונג געגעבן אז מען זאל נישט
ארויסנעמן פון זיין טאטע א בריוו קעגן די פלייש, ער האט פארדעם אנגערופן מברר זיין וואס גייט פאר
און ער האט מחליט געווען אז ס'איז נישטא קיין שום חשש אויף די פלייש, די ווערטער וואס איך שרייב
האב איך געהערט פון גאר א קראנטע מקור.