בחור געראטעוועט - פארשוין ארעסטירט
קול מבשר פארציילט יעצט א שאקירענדע מעשה פאסירט אין קענדעי לופט פעלד:
א פארשוין אנגעטון ווי א היימישער האט איר געבעטן מיטצונעמען א רענצל קיין לאנדאן, זי האט אפגעזאגט מורא האבענדיג, זי האט נאכגעקוקט דעם פארשוין און געזען ווי ער גיבט איבער דעם רענצל פאר א תמימותדיגע בחור, זי האט ווייטער געזען ווי דער פארשוין גייט אריין אין ביה"כ און קומט ארויס אן די בארד... זי האט תיכף אלארעמירט די פאליציי וועלכע האט אפגעהאלטן דעם פארשוין נאכן עפנען דעם רענצל האט מען געטראפן פולע פעקלעך דראגס.
|
|