פרייטאג צונאכטס האבן די עלטערע בחורים פון ר' חיים הערשלע ישיבה אין ירושלים, וואס כידוע געפינט זיך די ישיבה גדולה אין א שרעקליכען נידריגער מצב, לא יאומן כי יסופר, עס איז א בושה וחרפה פאר ר' חיים הערשלע אז ער האט אזא ישיבה.
יוסעלע שווארטץ וואס איז חיים הערשלע אויסערן מיניסטער.. פירט אן די מלחמה קעגן די בחורים, יעדען שבת דאווענען די בחורים באנאזאם, אבער די וואך האט ער אפגעמאכט אז ער שפארט אפ דאס פלאץ ווי זיי האבן איצט געדאווענט, און מען גייט נעמען די קליינע בחורים דאווענען אויף אן אנדערע פלאץ. דער חכם מחוכם איז אויפגעקומען מיט א מורא'דיגען פלאן אז ער גייט נישט דערציילען פאר די עלטערע בחורים ווי די קליינע גייען דאווענען, אזוי האט ער געטאן און שטרענג אנגעזאגט די קליינע בחורים אז זיי זאלן נישט דערציילען ווי מען גייט דאווענען די וואך שבת.
פארשטייט זיך די עלטערע בחורים זענען געוואויר געווארן פונעם גרויסען סוד... אינמיטען שטילע שמונה עשרה פרייטאג צונאכטס האבן זיי אויפגעבראכען די טיר ווי די קליינע בחורים האבן געדאווענט, זיי האבן געכאפט יוסף שווארטץ און אים שווער אנגעמקלט די ביינער, מיט שווערקייטען האט ער זיך ארויס געראטעוועט פון זיי און אנטלאפען מיט די נשמה אין די האנט.
די עלטערע בחורים האבן געמאכט פונעם ביהמ"ד א חורבן צובראכען און צוקנאקט וואס עס איז זיי געקומען אונטער די האנט.
איצט האט ר' חיים הערשלע געגבען א היתר פאר יוסף שווארטץ צו גיין מסר'ן די בחורים ביי די משטרה.
דאס איז שוין נאכדעם וואס חול המועד האבן די בחורים שווער צוקלאפט און אויסגעבראכען 2 שיניים פון חיים הערשלע גבאי יצחק ווייס.
נשלח ב-16/11/2009 23:11
איך פאשטיי נישט וואס דארט גייט פאר ס'איז נישט דא קיין נארמאלע מענטשן ביי דיזאליס וואס זאלן אויפקלערן אז דער רויטער שווארץ מיט זיינע שלעגערס בראשם דערבאקאנטער מ. יצחק ווייס מאכן איהם שאדן ביי די בחורים ?
אויסער אויב ס'איזאמת אז די טעראר איז דארט אזוי גרויס אז יעדער ציטערט צו עפענען א מויל דעריבערמאכן די בחורים די מיט זיי די ארבעט, און ווי איך הער זענען די דרילינג ר' חייםהערשעל'ע מיט יוסל שווארץ מיט יוסל (יצחק) ווייס שטארק אנגעצויגן נישט וויסנדיגוואס די מארג'נדיגע טאג גייט זיי ברענגען דארט אין די ישיבה, און דאס איז אויךנאכ'ן ארויסשליידערן 6 בחורים פון די ישיבה.
די אנגעצוינקייט שפירט זיך איןדי לופט זייט יו"ט סוכות ווען דער מ. יצחק ווייס האט געכאפט מערדערליכע שלעק נאכ'ןווערן געשיקט בשליחות ר' חיים צבי צו אנמקל'ען די בחורים וואס חוצפה'נען זיך צואיהם און צו יוסל שווארץ.
דערנאך חוה"מ סוכות האט נאכגעפאלגט די יאמערליכעקולות אין ביהמ"ד וואס די עלטערן פון די בחורים האבן באשריגן דעם י. ווייס'ן נאךוואס ער האט אריינגעגעבן א קלאגע אין די פאליציי אנטקעגן די בחורים, אבער דער מנובלהאט צוריקגעשריגן מיאוס'ע ווערטער (אין וואס ער איז א בקי) און יעדער איז אנטלויפןאון אועעקגעשלעפט די קליינע קינדער.
זעלבסט-פארשטענדליך הייבט דאס די אהבהאון הערצה פונעם ציבור צו ר' ח"צ, אזוי זעהט מען אויס ווען מ'דרייט זיך מיט כלביםאון פינסטערע מענטשן.
נשלח ב-16/11/2009 23:17
באקומען אין אישי: א פיקשטער פון פארגאנגענעם חוה"מ סוכות ווען דער מ. יצחק ווייס יד ימינו פון הצדיק ר' חיים הערשעלע פון י-ם לאכט זיך אויס פון די וויי-געשריי פון די עלטערן פון די בחורים וואס האבן איהם אנגע'מקל'ט די זייטן (קוקט זיינע פארקרומטע ברילן)
אמת ער איז טאקע שעדליך און ער איז טאקע א מניוול
אבער אמאל איז גוט די עולם זאל וויסן פון וועמען מ'דארף זיך היטן זיך מיט די קינדער
נשלח ב-17/11/2009 19:31
איך האב דאס שוין מערערע מאל געשריבן דא ברבים און איך שרייב דאס נאכאמאל צוליב איהר ווארהייט
די מערכה אין די ירושלימ'ער ישיבה האט נישט צוטאן מיט הרב רבי חיים צבי שליט"א פרסענאל, עס איז אַ אינערליכע ויכוח צווישן די הנהלת הישיבה מיט אַ קליינעם טייל פון די בחורים, וואס איז נישט מער ווי (ביזדערווייל) אביסל אריבער די גלייזן
אבער פון דעם ביז אנהענגען בוקי סרוקי אין רבי חיים צבי ט"ב האט נישט קיין שמץ של אמת, ער איז נישט באויפטראגט אויף יעדן פרט און פרט וואס ווערט געטהון אין די פליגלען פון זיינע מוסדות
במיילא איז אשאד צו פרואוון איהם צו באשמיצן מיט געשענישן וואס האבן נישט מיט איהם ווייל עס איז נכרים דברי אמת
נשלח ב-17/11/2009 19:40
איך פארשטיי נישט
איז ר' חיים הערשלע נישט ראש הישיבה דארט?
איז יוסף שווארץ נישט זיין יועץ הראשי?
איז יצחק ווייס נישט זיין גבאי און א יוצא ונכנס ביי אים?
ווען ווילסטו דא איין רעדן דיינע שטותים.
ר' חיים הערשלע קוקט אויס ווי די בת היענה, שטעקט זיך די קאפ אין דער ערד, עס האט גארנישט מיט מיר... און מיינט אז ער נער'ט אפ יעדעם און קיינער זעהט אים נישט.
קענסט שוין זאגן בעסער אז ר' שמואל זאנוויל פויגעל איז שולדיג...
נשלח ב-17/11/2009 23:41
שכלדיג כתב:
איך האב דאס שוין מערערע מאל געשריבן דא ברבים און איך שרייב דאס נאכאמאל צוליב איהר ווארהייט
די מערכה אין די ירושלימ'ער ישיבה האט נישט צוטאן מיט הרב רבי חיים צבי שליט"א פרסענאל, עס איז אַ אינערליכע ויכוח צווישן די הנהלת הישיבה מיט אַ קליינעם טייל פון די בחורים.
יעדער איינער פארשטייט אליין אז ווען די גאנצע זאך וואלט נישט געהאט צו טוהן מיט ר' חיים הערש'ן וואלטן די בחורים נישט געווען משוגע אריינצוזינגען אינמיטן זיין תורה אום יו"ט סוכות, נאר זיי וואלטן ענדערש אראפגעגאנגען צו יאסל שווארצ'ן אין שטוב און אים גוט מסדר געווען ער זאל זיי געדענקען לעד ולנצח, און אז זיי האבן זיך געוואגט און געטוהן אזא שריט און מבזה געווען זייער אייגענעם רב אויף אזא געפערליכן אופן, קען מען זיך פארשטעלן אז ס'האט געהאט א ריכטיגע סיבה.
און לידיעתך, ווער עס ווייסט אביסל וואס ס'טוט זיך אונטער די קוליסן אין ירושלים, ווייסט אז דער עיקר בראך פון ר' חיים הערש'ן איז, דער פאלגענדער פאקט, אז:
יאסל שווארץ איז, ראש הקהל, מנהל המוסדות, מנהל הכולל, מנהל פון די מיידל שולע, מנהל וועד החינוך פון די מוסדות, מנהל הקריה אין רח' דוד, מנהל התאחדות האברכים, בעה"ב אין ביהמ"ד אין רח' יואל, בעה"ב אין ביהמ"ד אין קרית ויואל משה, און אחרון אחרון חביב יד ימינו ונאמן ביתו גבאי ומשמש און יועץ פרטי פון ר' חיים הערש'ן.
וואס מיינט מנהל הקרי' אויף רחוב דוד?
איז דאס די לאט וואס זיי האבען געקויפט 6 יאר ציריק?
נשלח ב-18/11/2009 01:46
למען הפונקטליכקייט: 7 יאר צוריק.
נשלח ב-18/11/2009 12:50
עס איז געווען א פאל ווען איינער איז געקומען צום צדיק'ל און פרובירט צו רעדן מיט אים איבער די ענינים פון די ישיבה האט ער אים גענטפערט אז טאמער די רעדסט א ווארט אויף יאס'ל שווארטץ דעמאלסט גיי שוין ארויס פון מיין שטוב דאס איז דברים כהוייתם ממילא ווער עס זאגט אז עס האט נישט צוטוהן מיט צדיק'ל אליןן דער מזויף מתוכו ווייסט נישט בין ימינו ושמאלו .
נשלח ב-18/11/2009 19:10
א טאטע פון א בחור פון די אויסגעשפילטע ר' חיים הערש ישיבה גדולה, איז צוגעגאנגען צו ר' חיים הערש זינטאג, און אים פארגעהאלטען איבער וואס עס טוט זיך אפ דארט ר"ל.
און ער האט אים געזאגט פארוואס ער לאזט יוסף שווארץ זאל אים פירען, אזא איינער וואס איז געווען א שרעקליכע שונא פון מרן בעל ברך משה זי"ע, און רעדט נאך היינט צוזאם אויף אים כל דבר אסור, פאריגע וואך האט דער שוטה געזאגט אין ישיבה פאר א בחור, אז די ברך משה איז געווען אין אמעריקא דאס וואס קוק איז געווען אין א"י רח"ל.
ר' חיים הערש האט זיך פארגלייזט די אויגען און אים געזאגט אז ער הערט נישט קיין לשון הרע... און ער האט אים געזאגט, אז דאס אז ער רעדט אפען ברך משה, איז דא אסאך גוטע אידן וואס רעדן אויף אים.
שיין דערלעבט.
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 19/11/2009 02:14:25
נשלח ב-19/11/2009 00:51
עס איז אַ שקר וכזב, ר' יוסל שווארץ רעדט נישט אויפן ברך משה מסאטמאר זצ"ל
ענק זענען סתם מוציא לעז אויף איהם כדי צו באשמיצן זיין נאמען ווי גלייך ער איז עפעס געווען אמאל אַ שונא פון סאטמאר
דאס יא זיין טאטע דער אלטער אויבער-חכם ר' אהרן משה האט נישט געגלייכט דעם ברך משה'ן
אבער דאס האט גארנישט צוטאן מיט זיין זוהן ר' יוסף הי"ו
נשלח ב-20/11/2009 00:32
לויט די התנהגות פון דעם יאסל שוואנץ, זעהט ווארשיינליך אויס אז ער וועט נאך מאכן פון די זאלי פארטיי וואס בן פראדל האט (כמעט) מצליח געווען צו מאכן פון גאנץ סאטמאר. ער באנוצט זיך דארט מיט די זעלבע טריקן און טאקטיקן ווי פראדעלע'ס אין זיינע גוטע יארן.
הערט א שטוינענדע געשיכטע פון היינטיגן טאג ! יעצט באקומען אין אישי פון ירושלים.
אין אריבער 25 הייזער אין ירושלים, פון בחורים אין ירושלימער ישיבה, האט היינט געקלינגען דער טעלעפאן, און אויף די אנדערע זייט הערט זיך אזוי:
"אגוטן דאס איז חיים הערש, כ'האב געוואלט זאגן אז ווער ס'וועט טשעפען יאסל שווארץ איז אזוי ווי מ'טשעפעט מיר אליין, כ'האב שוין לאנג געזאגט אז ס'איז ידו כידי נפשו כנפשי רוחו כרוחי, און אלעס וואס ער טוהט איז אין מיין נאמען. ווער ס'וועט זיך וואגן אים צו טשעפען וועל איך זיך נוקם זיין אין אים בזה ובבא. און אלע בחורים אן אויסנאם זאלן דעם שבת גיין דאווענען אין די שטיבעלעך."
איך פערזענליך, וואונטש זיי הארציג "יוס"ף ה' עליכם אלף פעמים ככה".