יעצט באקומען אין אישי עטליכע פרישע פרטים און דעטאלן איבער די לוסטיגע און לעבעדיגע נייעס אין ירושלים, ס'איז ארויף עטליכע שעה צוריק אויפן "אידישן געדאנק", אבער אדאנק די געניטע אויגן פון די געטרייע מנהלים איז דאס גלייך נעלם געווארן.
ווי באוואוסט האט דעם לעצטן דינסטאג חיים הערש זיך אויפגעשטעלט אין ישיבה און געהאלטן א פייערדיגע דרשה און אנגעשימפט און אנגעזידלט די עלטערע בחורים (19-20) אויף א געפערליכן אופן, באטיטלענדיג זיי אלס "פוחזים וריקים", און "ליידיגייער", און נאך עטליכע פאפולערע טיטלען. ביים ענדע האט ער זיי געווארנט בכח מרא דאתרא זיי זאלן ח"ו נישט קומען דאווענען די וואך אין ישיבה, און זיי זאלן זיך נישט וואגן צו מאכן א מלוה מלכה אליין. (ווי פארשטענדליך אז ס'איז זייער מסוכן אז בחורים פון די סאטמאר ישיבה זאלן זיין אליין אן השגחה ווייל די תוצאות קענען זיין ביטער און פינסטער, און דאס איז געווען די סיבה פון די מחלוקה דעם חוה"מ סוכות דארט)
די ישיבה בחורים בערך ארום 20 חברה האבן טאקע ערליך געפאלגט, און נישט געגאנגען אין ישיבה, וואס זיי האבן אבער יא געטון איז געגאנגען דאווענען אין די לאנדאנער ביהמ"ד "מתיבתא" נישט ווייט פון עזרת תורה געגנט, און זיי האבן געמאכט דארט א מי שברך פארן יונגערן ברודער יעקב בער, צום וואונדער פון אלע מתפללים.
מיט דעם האט זיך נאכנישט געענדיגט די מעשה, מוצ"ש האט זיי אנגערופן א סאטמערער יונגערמאן אייזנבערג פון בית שמש און זיי איינגעלאדנט אויף מלוה מלכה ביי זיך אין שטוב, פארשטייט זיך אז די בחורים האבן זיך צוגעכאפט צו דעם און זענען גלייך אראפגעפארן אויף בית שמש פראווען מלוה מלכה.
זונטאג צופרי האט אבער חיים הערש זיך אויפגעוועקט און גלייך אנגעהויבן קער נעמען פון די מורדים. ר' לייבוש קארניאל פון מתיבתא האט גלייך באקומען א טעלעפאן פונעם נאנט'סטן מענטש צו חיים הערש אונזער באקאנטער איציק'ל90 און האט אים ביטערליך באשייגעצט, היתכן ער איז א נותן יד לפושעים ער לאזט אריין די מתנגדים פון רב אין זיין ביהמ"ד, הרב קארניאל האט אים געפרעגט ווער איז דאס? דער יצחק פונעם אינטערנעט? און גלייך אראפגעהאקט דעם טעלעפאן.
נאכדעם האט הרב אייזנבערג באקומען א טעלעפאן מיט קללות חירופין וגידופין און סטראשונגען אז מ'וועט זיך נוקם זיים אין אים פארוואס ער איז מחזק די צובראכענע בחורים, דער אייזנבערג האט נישט געוואוסט וואס זיי ווילן פון אים, און אויך גלייך פארמאכט דעם טעלעפאן.