בית פורומים אידישע געדאנק

פארשוין פאריאגט פון "בית ישראל" האל אין ירושלים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/11/2009 21:46 לינק ישיר 
פארשוין פאריאגט פון "בית ישראל" האל אין ירושלים

א צודרייטער פארשוין וועלכער האט זיך גענומען פאר א מצוה אויפצוקלערן די וועלט אז שייטלען זענען אסור טוט דאס דורך ווייזן ריזיגע ווידיאו פילמ'ס פון קול קורא'ס בעיקר פון רב אלישיב מיט פיקטשער'ס פון שטייטלען מיט הסברים ארום די לענג קאליר סארט האר וכדו'...

דעם צודרייטען קען מען טרעפן אסאך אין גאולה אזוי אויך לעבן די פארקינג לאט פון באסעס אין מירון ל"ג בעומר ועוד.

היינט האט ער זיך געשטעלט פארנט פון בית ישראל האל אויף עזרת תורה מיט זייין ווידיאו, דער עולם האט געווארפן אייער וכדו' נישט וועלנדיג אז סאטמארע בחורים זאלן זען זיינע תועבות. ער האט זיך נישט געלאזט און געבליבן שטיין ווי א ... משיח'סיט... צום סוף האט אים די פאליציי אוועק געטראגן.

http://www.bhol.co.il/news_read.asp?id=13429&cat_id=1



ביטע נוצן נארמאלע לשונות



תוקן על ידי המהדרין ב- 17/11/2009 23:50:58



תוקן על ידי המהדרין ב- 17/11/2009 23:51:34




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 01:10 לינק ישיר 

נאר א סאטמארער קען רופן א איד א צדיק וואס אין זיין זכות האבן הונדערטער אידענעס אויסגעטון די טריפה'נע שייטלעך פון עבודה זרה און גילוי עריות, מיטן שאנדע נאמען "צודרייטער".

די היינטיגע סאטמאר זענען שטארק אין ארויסטרייבן און באזייטיגן אידן בעלי מסי"נ מקדשי ה', אדער אין אינערליכע מלחמות און טעראר.

ווארשיינליך די סיבה איז ווייל אפילו די ירושלים'ע סאטמאר פרויען (אנדערע ערטער איז אפגערעדט) גייען מיט די טמא'נע שייטלעך (קעגן מנהג ירושלים און כלל ישראל מקדמת דנא), האט עס זיי אזוי געשטערט

און יא, איך האב פארגעסן: דער רביז"ל האט נישט געהאלטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 02:05 לינק ישיר 

קזחסטאן, אתמהה!
איז דען דאס א מהלך אויפצוקלערן אידישקייט מיט א 'ווידיאו' א כלי וואס איז גע'אסר'ט געווארן דורך אלע גדולי הדור, אוודאי דארפן די סאטמערע חסידים זיין די נחשונים אוועקצוטרייבן אזעלכע עלעמענטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 16:15 לינק ישיר 

דער דברי חיים שרייבט שוין אז דיא טומאה זיכט צי ווייזען אז אינזרע עלטערען זענען נישט געווען אזוי פרים וואו אינז



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2009 22:32 לינק ישיר 

מנהל די לינק וואס די האסט צוגעלייגט און די קעפל וואס די האסט געלייגט האט נישט קיין שייכות צו די שלעגעריי ביים ביהמ"ד חוץ דאס אז ס'רעדט זיך פון דעם זעלבן בהמה. אין סאטמאר איז די שלעגעריי געווען צופרי ביי שחרית און ביי בית ישראל איז דאס געווען ביינאכט ביי א שמחה... אויב וועסטו שפילן מיט מיינע אשכולות וועט מיר פארגיין די אפעטיט פון שרייבן דא.

הרביונה דער זעלבער צאנזער רב האט שטרענג גע'אסר'ט שייטלען, עיין ערך באבוב וד"ל

קזחסטאן מיר ווארטן זאלסט ענטפערן אויף מזל'ס קשיא... איז ווידיאו א כלי וואס קען מוסיף זיין קדושה?

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 17/11/2009 22:36:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פארשוין פאריאגט פון "בית ישראל" האל אין ירושלים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext