| נשלח ב-17/11/2009 01:28 |
|
| |
ברעקינג: בני יואל/זאליס טי-אר-אוי ארויסגעשליידערט
אין ליכט פון די סעפטינג-שטורם וועלכע האט אויפגעשטורמט ס'יהדות החרידית האבן די קהל בית יואל אריינגעגעבן א פארלאנג אינעם אפעלאט געריכט וועלכע איז סטאנציאנירט אינעם ווייט פלעינס געגענט אז דער געערטער ריכטער זאל נאכגעבן זייער פארלאנג פאר א טי-אר-אוי און די עלעקטריציטעט און די סוער וואסער זאלן צוריק געשטעלט ווערן ווי פריער.
נאך קורצע דוסקוסיעס האט זיך געהערט דער זעץ פונעם שטייפן האמער'ל, און א שטיקלייט האט געהערשט אין זאל, אבער איז באלד געבראכן געווארן דורכ'ן בייזן קוויטש פונעם ריכטער'ס פענע וועלכע שטעלט קלאר אז דער טי-אר-אוי ווערט אצינד ארויסגעשליידערט, און געלאדענט ביידע צדדים דעם קומענדיגען דעצעמבער 3. ווי די פיר ריכטער וועלן ווידעראמאל אויסהערן די ביידע צדדים.
השתדלו והרבו תחינה.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 01:57 |
|
| |
איינער ווייסט עפעס מער פרטים וואס דוד עקשטיין האט נעכטן גערעדט ביי די אסיפה אינעם בנין הכולל?
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 02:42 |
|
| |
נאך צוויי וואכן האט מען געגעבן אריין צו געבן די פאפירן צו אלע 4 שופטים
די רשעים וועלן זיך נאך צוויי וואכן פרייען
מיט זייער אפשרעקן דעם ציבור פון פארשפארן דעם מקום קדוש
זיי וועלן געדענק ווערן ביי כלל ישראל לחרפה ולדרעון לדורות עולם
פאר וועלן פארשפארן א מקום קדוש
אבער איך זאג נאר "וועלן אפשפארן"
ווייל די אידן וועלן זיך מוסר נפש זיין פאר דעם מקום קדוש
קיין קאנטעמט אדער, און אלע זייערע סטראשונקעס וועלן זיי נישט אפשרעקן דעם הייליגן ציבור
ולבסוף בעזר השם נעשה ונצליח.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 02:49 |
|
| |
ווייסט איינער אפשר פארוואס די קעיס איז געגאנגען צי די אפאלט אין ווייט פלעינס ?אין נישט צי די אפאלט אין ברויקלין..אזוי סאיז געגאנגען אלע יארן??...איך הייב אן מורא צי האבען אז יד ארונים באמצע.. וד''ל
תוקן על ידי YESWECAN3 ב- 17/11/2009 02:50:06
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 04:58 |
|
| |
SatmarHQ: 4 yr ago by judge ROSENVASER we asked 4a TRO was denied until came to 4 judges, then we got it!
Today B"Y asked fr jud
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 05:28 |
|
| |
1SATMAR מיינסטעס ערענסט? איר גייט אייך מוסר נפש זיין? וואס וועט זיין אויב דער ריכטער זאגט אז אויב פאלגט איר נישט גייט איר אין תפיסה, וועט איר זיך ווייטער מוסר נפש זיין?, אה האלעוויי!!! האלעוויי פייפט איר זיך אריין אינעם דשאדש, וועט ער אייך לערנען א פרק אין הלכות דרך ארץ, פארגעס נישט אז דער אפעלעט קארט האט שוין גיפאסקעט אז דע בית מדרש טאר נישט זיין אפן, סא וואס א טשענסעס האט איר ביי זיי? איר קענט שוין אנגרייטן די פעיפערס צי אפילן דעם גרויסן שטראף פין דשאדש אוענס פארן אפן האלטן דע בית מדרש טראץ זיין פסק דאס צי פארמאכן, סיגייט זיין לעבעדיג, אוי ווארט איך אויף דעם ערשטן פראסט וואס וועט פרירן ענקערע פייפס, וועט איר אייך אויסלערנען אז מע גייט נישט אין קארט בלי רשות בית דין.
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 06:44 |
|
| |
איין גרויסע טעות באמערק איך דא,
אויב וואלט ביי בני יואל געווען א פראבלעם צי זיין לאזערס,
וואלטען זיי נישט געקענט דורך שוויצען די ערשטע צען יאר פון זייער איקזעסטענץ,
וואס ווי באקאנט איז נישט דורך געגאנגען במשך יארן אן דורכפעלער,
אגב, לאזערס געווינערס איז א קינדישע/ארונישע שפראך,
ביי אידען האט מען אלץ געוויסט,
סקסעס, געווינען, גרעסטע , שענסטע, בעסטע, פראפעגאנדע, טראסק,
איז בכלל נישט געווען קיין עסק,
ווען מען איז געגאנגען למשל זען א ערלעכע איד האט עס נישט געהאט קיין שייכות מיט די אלע אויבען דערמאנטע זאכען,
נאר וואס יא
ערליכקייט, שבירת המידות, אהבת ישראל, באשיידען, מסירת נפש על קיצו של יוד,
עס איז געווען אידען האבן זיך אפגעלעבט אזוי א גאנץ לעבען אן דעם וואס איינער זאל אפילו מיט האלטן זייער התנהגת, אלעס אן פראפעגאנדע,
ווען היינט דארף די גאנצע וועלט קנאקען אויף זאכען וואס מען טוט נישט,
נאר וואס דען אזוי ווי די רבי איז אויסגעליידיגט פון יעדען טראפ ערענסטקייט, אזוי זענען אויך די חסידים
דער באקאנטער טייטש ווייסט דאך מן הסתם יעדער
חכם מה הוא אומר
רשע מה הוא אומר
א יעדער רעד פון זיך ארויס וואס ער איז, און ווי ער קוקט אויף די וועלט,
דאס קען זיין פשט און די קעפעל פון דעם אשכול
ברעקינג: בני יואל/זאליס טי-אר-אוי ארויסגעשליידערט
איך פארשטיי נישט אנדרשט פשט,
נעבעך נעבעך
מי יחמול עליך סאטמאר,
מיר דארפען מתפלל זיין אז דער אייבשטער זאל אועק נעמען פון סאטמאר די מכה וואס פארשווארצט זייער פנים און די גאנצע וועלט, עדי יזכה לביאת משיח בב"א
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 18:00 |
|
| |
איך בין נישט אזוי ברוגז אז מ'שטעלט אונז צוזאמען מיט די זאליס, "ברעקינג: בני יואל/זאליס טי-אר-אוי ארויסגעשליידערט"
טראץ וואס מיר האבן נאך אסאך מיינונג דיפערענצן, אבער מיר לעבן זייער אין גוטן מיט זיי, זיי שטעלן זיך ארויס צו זיין נארמאלע און ארענטליכע מענטשן, מער חסידי'שע און ווארעמע אינגעלייט, אנדערש ווי ביי די מחנה שלעגערס און מוסרים.
אבער ווי קומט דא אריין אז מ'האט ארויסגעשליידערט די "זאליס" טי אר או? לויט ווי איך געדענק האבן די זאלוינים גראדע שטארק געווינען אקעגן די ארונים, ווען איינער עפעס א "באראש" האט זיי "מיט איין קלאפ מיט'ן האמערל" געשאנקן גאנץ סאטמאר אין וויליאמסבורג, און "ארויסגעשליידערט" די ארונים מאחורי הפרגוד, און זיי זענען אזוי געפלויגן ביז ערגעץ אין א מויזן לאך צווישן די בנינים פון נעווי יארד...
|
|
|
|
| נשלח ב-17/11/2009 18:16 |
|
| |
עס איז לעצטנס דא א נייער סיסטעם אין אפעלעט דעוויזשען סעקאנד דעפארטמענט.
די אפילס וואס ווערן פארלאנגט אויסגעהערט צו ווערן אין זעלבן טאג מוז גיין קיין ברוקלין אזוי ווי ביז יעצט, אבער אויב מען וויל א צייטווייליגע רולינג איבער א פסק פון לאוער קאורט (אזוי ווי אין יעצטיגן פאל) און מען בעט א דעיט אבער נישט אויפן זעלבן טאג, גייען די ארענדזש קאונטי קעיסעס קיין ווייט פלעינס.
|
|
|
|
|