[quote]סקאט סקוקט אויס ווי די ביזט בכלל נישט באקאנט אין די דיונים פון די דין תורה אין סאטמאר, די שרייבסט נאך אפאר ליצנות פונעם בלאט ווי תהלוכי הקהלה, וואס גראדע ר' אהרן האט מחדש געווען ווען אלטר משה גאלדבערגער האט אים געריפון צו דין תורה צו לאנדעסמאן'ס בית דין, פאר'ן ארויסשטעלן זיינע קינדער פון די מוסדות, האט אים ר' אהרן אפגעשריבן א בריוו בכתב ידו, לכבוד אלטר משה גאלדבערגער וזוגתו שיינדל, וואס ער שרייבט אים אז אויב ער האט עפעס טענות זאל ער גיין צו דין תורה צו די דייני הקהלה, און גראדע האט מען אין סאטמאר אזוי געטון ביי די שווארצע ווען מען האט זיי ארויסגעווארפן און אויך ביי די בני יואל און אויך ביי נחמן בראך, הגם זיי זענען אלע געווען גרייט צו גיין צו דין תורה צו פרעמדע בתי דינים,
ר' אהרן האט מיט זיין פה מפיק מרגליות מסביר געווען באריכות פארוואס א רב אזויווי לאנדסמאן וועמען ער האט באטילט אלס בית דין חצוף פארן רופן צו דין תורה, און וועמען ער געפסל'ט זיינע גיטין וואס האט א חרם דרבינו תם מוציא לעז זיין אויף א גט, אלס פאר דעם אומדערהערטע חוצפה פון רופן ר' אהרן צו דין תורה כהלכות גוברין יהודאין, בשעתו האט ר' אהרן געהאלטן א דרשה ווי ער האט מסביר געווען אז אין סאטמאר איז דא געוויסע תקנות למשל אז א בחור טאר נישט דרייוון, וואס אין אנדערע פלעצער איז דאס נישטא, און טאמער וועט ער ארויסווארפן א בחור פאר אזא זאך און מען זאל אים רופן צו די"ת צו א פרעמדער בית דין וועט דער בית דין נישט פארשטיין דער תקנה און דעפאר מוז מען גייט צו דין תורה נאר צו אזא רב וואס אין סאטמאר,
דאס איז אלעס געווען ביי פעלער ווען מענטשן האבען געהאט טענות אויף קהל אדער פארקערט, אבער נישט ווען די עצם דיון איז געווען ''ווער איז קהל'' ספעציעל וועט די דייני הקהילה צו וועם צד מהרי''י האט געוואלט מ'זאל גיין האבען שוין געהאט געזאגט זייער שטעלונג בעפאר אין עפענטליך אראפגעריסן צד מהר''א אין נאך מער, כ'האב יעצט געזעהן די בריוו פין קהל צו ר' נחמן בראך דארט שטייט קלאר ''אדער דייני הקהילה אדער זבל''א.....'' (די אנדערע בריווען האך איך נישט געזעהן, אין אפי' יא, האב איך שוין געזאגט די פארשטענדליכע נ''מ)
יענקל כהנא ווען מען האט אים גרופן צו דין תורה צו נאווארדיקער בית דין וואס באשטייט פון אמעריקענע ליטווישע כולל יונגעלייט וואס זענען סאך מער פרעמד פון סאטמאר ווי ר' לייביש לאנדעסמאן, האט יענקל פארגעשלאגן דריי בתי דינים וואס זענען סאטמארע רבנים אבער נישט קיין איינגעשטעלטע אין סאטמאר, אדער צו גיין צו די סאטמארע דיינים וואס על פי הלכה זענען זיי וואס דארפן דן זיין, אבער בערל פרידמאן האט ענדערש געוואלט גיין אין קאורט האט ער נישט אנגענומען דעם פארשלאג פון בתי דינים און איז געגאנגען אין קאורט נגד הוראות פון נאווארדיקער בית דין וואס האבן געשריבן בפירוש אז בערל פרידמאן איז א מסור ומלשין און ער טאר נישט ממשיך זיין בערכאות,
דאס האט שוין געשריבן א בית דין וואס קען נישט תהלוכי הקהלה און וואס האט לכתחילה געגעבן א גרין לייט מעקל זיין בערכאות, זאג נאר האט בערל פרידמאן חוזר געווען נאכדעם וואס זיין בית דין המתיר האט געשריבן בפירוש אז ער איז שייגאץ א מסור ומלשין הולך בערכאות שלא ברשות בית דין, קען מען בכלל גיין צו דין תורה מיט א שיגץ וואס איז לא ציית דינא ומרים יד בתורת משה,
* http-equiv="Content-Type" content="text/html; charset=utf-8">* name="ProgId" content="Word.Document">* name="Generator" content="Microsoft Word 12">* name="Originator" content="Microsoft Word 12">*--[if gte mso 9]>
Normal
0
false
false
false
EN-US
X-NONE
HE
MicrosoftInternetExplorer4
*[endif]**--[if gte mso 9]>*[endif]**--[if gte mso 10]>
*[endif]*יענקל כהנא, האט דווקא געגבן 3 בתי דינים, וואס זענען
עפענטליך ציקריגט מיט צד מהר''א כידוע (משפט שלום, ר' יצחק שטיין {אין דווקא ר'
יצחק זאל זיין פין די דיינים...}, ר' יצחק מאנדעל), נו! צד מהר''א איז נישט
משוגע...., זיי האבען דווקא נישט געגבן די אנדערע בתי דינים וואס קענען יא תהלוכת הקהילה ווי: התאחדות, ר' יודל גרובער, וכו' צווייטענס, צד מהרי''י האבען קורץ דערנאך ציריקגעצויגען פין דעם פארשלאג ווי
שאול פערלשטיין האט געזאגט ברבים, אגב, בערל פר''מ איז 'אריין' אין קארט מיט א היתר בכתב
פין נאווארדיקאווע בי''ד, נאך א לאנגען דין ודברים פין די טוענים בכתב, אין ווען דער בי''ד האט ארויסגעגבן א בריוו אז זיי האבען נישט מתיר געווען אויף אזוי ווייט (זיי האבען נישט געשריבן מסור ומלשין וכו' ווי די זאגסט) האט צד מהר''א ג'טענה'ט אז זיי האבען פארט א היתר פין א צווייטע בי''ד, וואס איז באשטעטיגט געווארען בהסכמת הצדדים ביי וויעןער רב וכו' (מפי הג''ר ישראל דוד הארפענעס שליט''א וואס האט אויך געזעהן די היתר) אין צד מהר''א איז עס גרייט צו ווייזען פאר א בי''ד, כדי אפצוווענדן די טענה פין אין נזקקין
און די ווייסט זייער גוט אז דאס ביסל טינט אין פעדער איז געווען בנוגע א פלאן פון בוררות וואס ר' משה מנחם טירנויער פון מאנטריאל האט פארגעשלאגן נישט פאר קיין צווייטן נאר פארן סבלן אליין, אז ער זאל אויך אינטערשרייבן און ער האט געזאגט א גרויסן בלא,
ער האט ''נישט'' געזאגט בלא, ער האט געזאגט אז אויב בי''ד וועט האלטען אז עס פעלט אויס, וועט ער אינטערשרייבן אגב, לשיטתם פין צד מהר''א אז מ'מיז זיך סיי ווי האלטען צו די שטאטוען פין די קהילה דאן וואלטען די רביים זיכער נישלט געדארפט חתמנ'ן ש''ב - אבער כ'לאז עס פאר בי''ד אין ב''פ יוכיח ווי דארט גייט אן די די''ת שוין א שטיק צייט, אין די רביים האבען נישט ג'חתמ'ט ש''ב.
נשלח ב-23/11/2009 00:18
אין די בנינים פין די ישיבה אין קרית יואל יוכיח אז אן דע אינטערשריפט פינעם סבלן איז אלע זאכן ליפט
נשלח ב-23/11/2009 00:36
כ'האב שוין געשריבן ביי די ישיבה איז מען ביי קיין ''דין תורה'' נישט געזיצען.
אין אפי' יא, די קענסט פין דארט נישט קיין ראי' ברענגן, נאר מיט די צישטומינג פין א בית דין, אז בי''ד וועט פארשטיין אזווי דיר, דאן גלייב איך אז צד מהר''א וועט ברענגן די חתימה ווי אמשנעלסטן
סיי וויאזוי, פארוואס האבען ענק נישט געקענט פארלאנגען אין ב''פ, די חתימות פין די רביים?
נו! אפשר שטעלט מען זיך שוין צו דין תורה???
וויפיל איז דער שיעור?
יעדער האט טענות אין תנאים פאר די ש''ב אין בי''ד וכו'
נו! ס'דא א פשוט'ע עצה, זאל מען זיך זעצן צו א זבל''א בי''ד, אין מ'זאל די ערשטע זאך דן זיין, אויב דער נתבע - היינטיגער תובע מעג פארלאנגען אז די די''ת זאל ג'פסק'נט ווערן דורך ''דייני הקהילה'', דערנאך זאל מען דן זיין, אויב ס'איז דא שייך אין נזקקין, ביי איינס פין די 2 צדדים, אויב די ארונים האבען געהאט א הלכה'דיגע היתר צו גיין אין קארט, וכ'י אלע תנאים ארום די ש''ב אין דער בי''ד, אין דער בי''ד וועט פסק'נן וואס די הלכה איז ביי די אלע פעלער, אין איינמאל מ'וועט האבען א הלכה'דיגע יסוד אויפן מהלך הדי''ת וועט מען גיין צו א בי''ד וואס דער זבל''א האט געשיקט, והכל על מקומו יבא.
די אלע זאכען וועלן היידפארק שרייבער נישט אפמאכען די הלכה, דאס וועט דער בי''ד אפמאכען
ויקוב הדין את ההר.
נו! אויף וואס ווארט מען?
מיר ליגט אין קאפ א דרשה ווי הגה"צ ר' אברהם לייטנער זצ"ל איז גיט מסביר פארוואס זיי דע כת זענען אנדערש פארוואס ביי זיי איז נישט גילטיג דע זאך פין זיך מפשר זיין ביי א דין תורה.
תוקן על ידי ווער_איז ב- 21/12/2009 20:20:42
נשלח ב-21/12/2009 20:21
דא האט איר אפאר קורצע אוסציגן פון די דרשת מרן מהר"א לייטנער זצוק"ל ווי ער לייגט אראפ די יסוד הנוגע לענינינו,
"וואס גייט עס מענטשן אין לעבן אריין ווער עס זאל זיין הנהלת הקהל ? כ'האב נישט געטראפן קיין אנדערן אויסדרוק ווי דאס וואס דער בעל הגדה זאגט: "ולבן ביקש לעקור את הכל", לבן מיינט דאך לבן הארמי, זיי פאפן אז זיי מיינען הנהלת הקהל, זיי מיינען עס נישט."
דער בורא כל עולמים האט געהאלפן פאר'ן סאטמארער רב זאל לעבן, "זכות אבותיו מסייעתו" און ער האט ממנה געווען דעם זון פאר רב דא אין וויליאמסבורג, איז על כל פנים דאס ביסל אידן דא "היתה לפליטה והיה קודש".
"מען ווייסט וואס זיי ווילן, זיי ווילן אז א געוויסער מענטש זאל זיין דער מושל בכיפה וכל אשר ימרה את פיו ימות"
על כל פנים יהיה איך שיהי, מען איז געגאנגען בערכאות, איך האב גערעדט מיט א פאר רבנים פארוואס זיי זענען נישט מוחה, און איך האב זיי געזאגט אז מען קען נישט נאכגעבן און מען קען נישט פארהאנדלען, ס'איז נישט פאראן קיין דרכי שלום, זיי ווילן "עוקר זיין את הכל", ס'איז נישט שייך צו מאכן קיין פשרות, מען קען דא גארנישט נאכגעבן, אויב עס וואלט געווען וועגן געלט וואלט מען געקענט טענה'ן פון נאכגעבן וכדומה, אבער ביי דעם איז נישט שייך נאכצוגעבן, אויב חלילה אז מען גיט עפעס נאך איז מען "עוקר את הכל", - איך האף אז די ווערטער וועלן אנקומען, איך קען דאך נישט טענה'ן מיטיעדן.
נשלח ב-21/12/2009 20:34
מוראדיגע וועטער ממש יעצט צים אינזער מצב .
יעצט זעט מען נאכאמאל וואס מיר האבן ליידער פארלוירן מיט זיין פטירה ממש א בחינה פין חבל על דאבדין ודלא משתכחין זי"ע
נשלח ב-21/12/2009 20:40
רשכבהגולם כתב:
דא האט איר אפאר קורצע אוסציגן פון די דרשת
מרן מהר"א לייטנער זצוק"ל ווי ער לייגט אראפ די יסוד הנוגע לענינינו,