בית פורומים אידישע געדאנק

ויהי כי זקן יצחק וכו' ויקרא את עשו "בנו הגדול"

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/11/2009 23:42 לינק ישיר 
ויהי כי זקן יצחק וכו' ויקרא את עשו "בנו הגדול"

"בנו הגדול" איז אלעמאל געווען עשו'ס טיטול!

דריי און זעכציג יאר האט דער בנו הגדול ארומגעפאפט דעם טאטן און די וועלט מיט זיין לומדות און צידקות אבא איך מעשרין את המלח ואת התבן, פאקטיש איז ער דאך געווען אויפן יאכט א גאנצן טאג האט ער אוודאי אויך געהאט דעם גרעסטן שעכט הויז בימים ההם! און דער טאטע האט שטארק געהאלטן פון זיין בנו בכורו און אים געשעצט ער האט זיך געגרייט נאר אים צוגעבן די ברכות, מה עשה הקב"ה ער האט צוגעפירט בהשגחה עליונה אז דער יונגערע ברודער זאל עס באקומען.

אזוי ווי דער בנו הגדול האט זיך דערזען כי כלתה אליו הרעה דער יונגערער ברודער האט אים ב'גנב'עט, וישא את קולו ויבך מען באגאנבעט אים מ'לאזט אים נישט צו צום טאטען, פארשטייט זיך ס'האט זייער שנעל געהאלפן! אדאנק דעם האט ער אנגעהויבן צו באקומען סימפאטיקער מער און מער ביז ער איז געווארן א רבי פון, הונדערט זעכטציג טויזענט פאנאטיקערס (יעדע איש פון די ארבע מאות האט געהאט אונטער זיך ארבע מאות)

ער מיט זיינע פאלויער'ס האבן אבער נישט געוואלט און ווילן נישט וויסן פון עפעס אנדערש נאר אז דער יונגערער ברודער איז א פאלנער גנב, דער טאטע האט דאך קלאר געזאגט פארן בנו הגדול אז ער גייט עס באקומען, אמת! אבער דער בנו הגדול ווייסט נישט, צו וויל נישט וויסן, אז אמאל האט טאקע דער טאטע געהאלטן פון אים אבער בלאף האט אויך א שיעור און שקר אין לו רגלים! דער טאטע האט דערשפירט דעם ריח גיהנם וואס זיין למדן טראגט מיט זיך דער טאטע פארשטייט זייער גוט אז די גניבה מיטן יונגערען ברודער איז געווען א השגחה פרטית און א חסד צוגעפירט פון אויבן דורכ'ן מסבב כל הסיבות, און איז נישט בלויז א מענטשליכע אקציע אנדערש וואלט זיך גארנישט נישט קיין משהו אויסגעלאזט פון דעי גניבה.  

 מ'דארף הויעך ענטפערן דעם בנו הגדול ותלמידיו יא! אונז האב מיר ג'גנב'ט!! און מיטן אייבערשטן'ס הילף וועט מען ווייטער גנב'נען פון דיר וואס מ'קען נאך, מיר וועלן נישט צולאזן דו זאלסט פארפאטשקענען און פארדרייען אלעס לויט דיין געשמאק אָן קוקן ווי אזוי דיין טאטע און זיידע האבן זיך געפירט!, און אויך ברויך נישט דער בנו הגדול וואס האט זיך גענומען א פרוי ביי די בני ישמאעל קרוגען דעס אלעס!

 דו האסט נישט קיין שום דין קדימה! נישט ווייל, דו ביסט  בנו הגדול!!!

נישט ווייל, דו ביסט א תבן ומלח וועלטס למדן!

נישט ווייל דו ביסט דער 'שר הטבחים' פון אלע שעכט הייזער!

און נישט ווייל דו האסט הונדערט זעכטציג טויזענט  נאכשלעפערס!

 קיין איינער ווערט נישט נתפעל פון דיין צביעות! און גארנישט וועט פארדעקן דיין שווארצע היסטערי פון 'על חרבך תחי'!!!קיינמאל!   

  ווען דער בנו הגדול איז אלט געווען 40 יאר האט ער חתונה געהאט, זאגט אויף דעם רש"י הק' אז עשו איז דומה לחזיר מיער, לכאורה איז שווער דער בנו הגדול האט דאך נאכגעטון זיין טאטע יצחק וואס האט אויך חתונה געהאט מיט רבקה ביי די 40 יאר נו פארוואס איז דער בנו הגדול א חזיר ער גייט דאך ס"ה אינעם טאטען'ס דרכים, נאר טאקע דעס וויל רש"י ארויסברענגן ווי רש"י זאגט ווייטער אז פונקט ווי א חזיר שטעקט זיך ארויס זיינע פיסלעך צו ווייזן פאר יעדעם קוק טהור אני, די זעלבע מיטן בנו הגדול טאקע ווייל ער פירט זיך אויף אנדערש ווי זיין טאטע האט זיך געפירט דערפאר ברויך דער נבילה זיך כסדר בארימען קוק איך טו זאכן וואס דער טאטע דער זיידע האבן געטון!

 קומענדיגע מאל וועלן מיר שרייבן איבערן ביזוין המת וואס דער בנו הגדול האט צוריקגעטון צום ברודער אלס נקמה פאר די גניבה. המשך יבוא אי''ה

 

נ.ב. איך האב דירעקט נישט דערמאנט דא פאליטיק, נאר פשוט אביסל חומש רש"י פון די וואכנדיגע סדרה; ווער עס וויל זיין א מזכה את הרבים, קען דאס ארויספרינטען און אויסלייגן אין זיין שבת-שול צוזאמען מיט די אנדערע גליונות. (די נאכפאלגענדע קללות ברויך מען נישט ארויסנעמן ווייל דעס איז א עקסטערע חן וואס דארף אויך געזען ווערן,) יש''כ    




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/11/2009 23:51 לינק ישיר 





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 00:08 לינק ישיר 

תתפתל

גאנטץ גיט איבער הויפט דא ווי דער עולם פין ביידע זייטן ווערען אסאך מאל גיט גערעגט קען נישט שאטען אביסעלע געלעכטער אויך

ביי דע ווע לויט דיינע ארטיקלן קיקסטו נישט אויס אזא תתפתל



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 00:10 לינק ישיר 

איך לייג עס אוועק צום שיער ליל שישי, זייער שיינע דברי אגדה,

איין קשיא וואס איך האב שוין לאנג, איך מיין אז די וועסט מיר עס קענען ענטפערען,

מען זעט די וואכעדיגע סדרה,
אז עשו איז געווען אזוי גרויס און די מצוה פון כיבוד אב אזש מיר ליידן נאך עד היום פון זיינע טרערען דא און גלות,
ווי אזוי קען זיין אז דער זעלביגער זאל זיך אויס דריקען יקרבו ימי אבל אבי, וואספארא סארט כיבוד אב איז דעס, אז מען זאגט זאל שוין דער טאטע פייגערען,

געדענקט איינער און היסטוירי אזא סארט כיבוד אב?
איך מיין אז דאס קומט טאקע פארציילען מען זאל וויסען ווי אזוי כיבוד אב ניסח עשו זעט אויס, וד"ל




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 05:45 לינק ישיר 

         לצנותא ד'עבודה זרה,

          משל דומה לנמשל,   

         קורץ און שארף,        

           זיי מהנה אידען ווייטער, 

       ואנו תפילה לאל חי' שיהי פתחון פה למיחלים לך בב"א  



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 15:12 לינק ישיר 

ביי דע ווע לויט דיינע ארטיקלן קיקסטו נישט אויס אזא תתפתל   ע''כ דברי ר' יחצל:
די סיבה איז איינס, ענה כסיל כאוולתו, דארט ווי מיינע ארטיקלן זעען נישט אויס אזא תתפתל, האט עס צו טון ווער דער עִקש איז דארט,
 
נו,  צוריק צום ענין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 15:33 לינק ישיר 

אז די הונט בילט א סימן אז די שטיין איז געלונגען רוכטיג!!!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-18/11/2009 18:14 לינק ישיר 

תתפתל,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 18:21 לינק ישיר 

כ'האב הנאה אז חאחאחא איז אויך מודה! איז די שטיין איז געלונגען ריכטיג!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 19:57 לינק ישיר 

נארישע טענה'רייען נישט דא



תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 23:26:40




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 20:48 לינק ישיר 

ביטע אפהיטן די תקנות 

תוקן על ידי המהדרין ב- 18/11/2009 23:27:44




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 21:29 לינק ישיר 

יותר ממה שקריתי לפניכם כתיב כאן,

דעי וואך אין חידושי תורה תשכ"ח, טייטש די רבי אויף א דגל וואס די רבי זאגט פריער אז עשו בימיו איז געווען פון די גדולי הדור, ברענגט די רבי צו פונעם דגל אז לעתיד לבוא וועט עשו זיך איינוויקלען אין א טלית און זיך אריינזעצן צווישן די גדולי הדור, זאגט דער רבי אז לעתיד לבוא מיינט דער דגל צו זאגן בעיקבתא דמשיחא, וועט עשו קומען אנגעטון מיט א גרויסן טלית און ער וועט זיין פון די מנהיגי הדור.
אויב איך מאך נישט קיין טעות איז עס אויך געדרוקט אין דברי יוא',  


ווי ס'שיינט האבן מיר זוכה געווען צו דעם דור וואס ר' יהודה האט געזאגט  "יתי ולא יחמינה", דער אייבישטער זאל באשיצן מיר זאלן זיך קענען האלטן און נישט לאזן זיך פארפירן פון די מחבלי כרמים,

מיין כוונה איז ח"ו נישט פאליטיק, נאר פשוט 'מעניני דיומא' גערעדט. 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 21:57 לינק ישיר 

דברי רבשבבהגולם:
מען זעט די וואכעדיגע סדרה, אז עשו איז געווען אזוי גרויס און די מצוה פון כיבוד אב אזש מיר ליידן נאך עד היום פון זיינע טרערען דא און גלות,
ווי אזוי קען זיין אז דער זעלביגער זאל זיך אויס דריקען יקרבו ימי אבל אבי, וואספארא סארט כיבוד אב איז דעס, אז מען זאגט זאל שוין דער טאטע פייגערען,


רבשבבהגולם, צו האסטו פארגעסן אז כיבוד אב גייט נאר אן ווען דער אב איז מכבד דעם בנו, איינמאל דעס ווערט א פארגאנגעהייט איז יקרבו ימי אבל אבי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/11/2009 23:41 לינק ישיר 

כ'געדענק מיין רבי אין חדר פלעגט אונז זאגן אז עשו איז געגאנגען מיט א שטריימל און בעקיטשע ווי א רעבע




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 17:20 לינק ישיר 

אוי ווי ריכטיג האט רבקה אמנו געזאגט, למה אשכול גם שניכם ביום אחד! ווער ווייסט אפשר האט דאס א שייכות מיט דעם אשכול?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 17:27 לינק ישיר 

תתפתל! דעס קענסטו נאכאמאל איבערזאגן הויעך! יותר ממה שקריתי לפניכם כתיב כאן!!!!!, אוי ווי אן אמת ליגט דערינען!!
 אבער ישרכח פאר דיין ארטיקל אי דע וועי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ויהי כי זקן יצחק וכו' ויקרא את עשו "בנו הגדול"
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext