בית פורומים אידישע געדאנק

צום יאר צייט פון קדושי מומביי - מי כעמך ישראל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/11/2009 19:53 לינק ישיר 
צום יאר צייט פון קדושי מומביי - מי כעמך ישראל

צום יארצייט פון קדושי מומביי: מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ!

 

 

אונז שטיי מיר יעצט פונקט א יאר פון ווען כלל ישראל איז געווען איננגעהילט אין אנגעצויגנקייט און שפאנונג, מ'האט זיך געזארגט און איינגעריסן לטובתם ולישועתם פון די פארכאפטע אידן און מומביי, און שפעטער ווען ס'איז ליידער נגזר געווארן די גזירה מן שמים און די קדושים זענען ליידער אוועקגעריסן געווארן פון אונז, האט דאס יעדער איד געפילט, יעדער איז געווען צובראכן און פארטרויערט אויף די אומגליק וואס האט פאסירט מיט אחינו בני ישראל, יעצט איז די פאסיגע צייט ארויסצוברענגן א נקודה וואס ברענגט ארויס אויף א געוואלדיגע פארנעם דעם "מי כעמך ישראל גוי אחד בארץ".

איך רעד נישט דא פון די חלק החסד מיט וואס כלל ישראל איז באשאנקן, אז איין איד וועט גיין אין פייער און אין וואסער א טובה טוהן א צווייטן איד אפילו ער האט נישט קיין השגה ווער דער צווייטער איז! איבער דעם נקודה קען מען שרייבן גאנצעטע ביכער און ס'וועט נישט זיין גענוג! איך וויל דא ארויסברענגן א צווייטע נקודה, דאס אז אידן בכל מקומות מושבותיהם, אפילו מ'איז צו'זייעט און פארשפרייט בין ארבע כנפות הארץ, זענען מיר "גוי אחד", מיר זענען איין פאלק! ווען פאר איין איד גייט שווער, ער איז אין א עת צרה, פילט דאס די גאנצע כלל ישראל! יעדער זארגט זיך, יעדער איז אינטערעסירט צו וויסן די וואוילזיין פון דעם באטראפענעם, יעדער איז מתפלל אויף א ישועה! אויב מ'קען ארויסהעלפן מיט עפעס וועט מען דאס געוויס טוהן, אבער אפילו אויב מ'קען אין מציאות נישט העלפן, מ'איז נישט ביכולת, זארגט מען זיך אבער, און יעדער פילט דאס ווי אן אייגענעם צרה.

דאס האט זיך ארויסגעזעהן אויף א זעלטענעם פארנעם אין יענע שרעקעדיגע שעות, די אנגעצויגענע טעג, ווען 5 מאחינו בני ישראל זענען געווען פארכאפט אינעם אידישן צענטער, דער חב"ד הויז, אין מומביי!

צו העלפן איז נישט געווען שייך, מיר זענען געזיצן ווייט ווייט אוועק פון די ארט ווי די אינצידענט איז אנגעגאנגן, אבער מיר זענען אלע געווען דארט! די הארץ, מוח, מחשבה, געפיל, אלעס איז געווען דארט אין די דריטע וועלט לאנד אינדיע!

>
די קול מבשר טלפון ליניע איז געווען ביזי ווי קיינמאל אין זייער 5 יעריגע עקזיסטענץ! מ'האט געברויכט רופן 20 צו 30 מאל ביז מ'איז ענדליך אדורכגעקומען צום ליין, און איינמאל מ'איז שוין געווען קאנעקטעט האט מען בשום אופן נישט געוואלט אראפלייגן, ווייל אפשר אין 5 מינוט וועט זיין א פרישע באריכט, און איך וויל דאס נישט פארפאסן.

 

> די אדמיניסטראציע פון "ישיבה וועלט" האבן איבערגעגעבן אז זיי האבן קיינמאל נישט געהאט אזויפיל מענטשען אויף איינמאל אויף זייער זייטל, ווי אין יענע אנגעצויגענע ליל ששי וואס הונדערטע אידן האבן געפראוועט וואך-נאכט, זיך נישט אוועקגערירט פונעם סקרין, ווייל ווי קען מען זיך לייגן שלאפן רואיג ווען מיינע ברועדער געפונען זיך צווישן לעבן און...

>
אין קאווע שטיבל, אין מקוה, אין פאליש, אופן גאס, יעדע קוקפע איז געווען פארנומען אנעליזירן דעם אינצידענט, צו טוען די קאמענדא אקציעס יא ריכטיג צו נישט. פאר קיין געלט האט איר נישט געפינען א קופקע זיך טענה'נען איבער די אנגייענדע וואלן צו איבער סיי וועלכע אנדערע נושא.

לאמיר אייך פרעגן: האט איר אמאל געקענט איינע פון די צוויי כשרות משגיחים? האט איר אמאל געוואוסט אז ס'איז פארהאן אזא משפחה וואס הייסט האלצבערג? דאכט זיך אז נישט! אויב אזוי: וואס האט דאס אייך אזוי אינטערעסירט? מענטשען וואס איר ווייסט ניטאמאל וויאזוי זי זעהן אויס, נישט פון אייער בית המדרש. פארוואס ווען קול מבשר האט ארויסגעגעבן די טרויעריג בארימטן מודעה "גדול כים שברינו אוי מי ירפא לנו! ליידער ליידער קענען מיר זאגען 5 מאך ברוך דיין האמת!" האט איר געפילט ווי די וועלט גייט אונטער? פארוואס האט זיך א ווינטערדיגע שבת פרשת תולדות געפילט ליבערשט ווי א שבת שחל להיות בתשעה באב?

ווייסט איר פארוואס? ווייל מיר זענען א "גוי אחד"! אב אחד לכולנו! בני איש אחד נחנו!

שוין פאר צוויי און האלב טויזענט יאר צוריק האט דאס המן הרשע געזען און נישט געקענט אראפשלינגן: "ישנו עם אחד" ס'איז דא א פאלק וואלס האט זיך באחדות, אפילו ווען זיי זענען "מפוזר ומפורד בין העמים", אפילו ווען זיי זענען פארווארפן אין אלע עקן וועלט!

לאמיר נישט פארגעסן: צווישען די צענדליגע אומגעקומענע און מומביי זענען געווען עטליכע אמעריקאנע בירגער, האט מען געזען אז די אמעריקאנע פאפירן זאלן זיין זיין פארנומען דערמיט ווייס איך ווי לאנג? ניין! מ'האט געדעקט די נייעס, טאקע פארגאסן אביסל טינט אויף די היימישע וואס זענען פארכאפט און אומגעקומען גאווארן, אבער זהו-זה! פון די אנדערע זייט איז אבער יעדע אידישע צייטונג, יעדע בלאט, געווען געווידמעט לזכרון פון די קדושים הי"ד! פונקט ווי די אמעריקאנע פאפירן זענען געווען פארנומען נאך סעפטעמבער 11, ווייל מ'רעדט פון "אונז", מ'האט באריר "אונזער" קרוין, פונקט אוזי האבן אויסגעזעהן די אידישע פאפירן נאך יענע ביטערע וואך! פארוואס? ווייל אונז זעמיר "גוי אחד בארץ"! "עם אחד"!

ווען ס'זאל זיין איינגעפירט ביי די אידען אראפצולאזן די פענער אלס טרויער אויף אן אייגענע צרה, וואלטן אלע בתי מדרשים אראפגענומען די פרוכת פונעם ארון קודש יענע פרייטאג נאכמיטאג, פונקט ווי תשעה באב! ווייל עטליכע פון אנשי שלומינו - אפילו ער געהערט נישט צו אונזער קרייז - איז אזוי טראגיש אומגעקומען!

דאס וועט איר נישט געפונען ביי קיין שום אומה ולשון! ביי קיין שום גלויבינג וועט איר נישט זעהן אז ווען איינער וואס גלייבט די זעלבע ווי מיר געפונט זיך אין א לאגע מיינט דאס מיר! זאל זיך די משפחה זארגן, די קאמעיוניטי זאל זעהן וויאוזי אים צו העלפן, אבער להבדיל אלף אלפי הבדלות ביי אונז אידישע קינדער איז יעדע איד בגדר "אחד מן החבורה" וואס "ידאג כל החבורה"!

פונקט ווי ווען בירגער פון א געוויסע מדינה געפונען זיך אין אן שווערע לאגע, זעט מען אז די מענטשן אין יענע מדינה זארגן זיך, ווען אמעריקאנע דזורנאליסטן ווערן געהאלטן אין נארט-קאריע צו סיי ווי, מישט זיך די אמעריקאנע געווערמענט אריין און פראבירט צו טוהן וואס מ'קען זיי ארויסצוברענגן פון דארט, פונקט אזוי ווען איינער א בן ברית געפונט זיך אין א פרעמדע מדינה אין א שווערע סיטואציע, פראבירט יעדע איד צו טוהן אלעס וואס ער קען און אפילו מער, יענעם ארויסצראטעווען!

ביי יעדע אינצידענט וואס פאסירט, א פליגער געטראסקעט, א שיף געזינקן, א בנין צוזאמגעפאלן א.א.וו. וואס איז די ערשטע זאך וואס מ'הערט די אידעלעך פרעגן איינער פון צווייטן: "איז רעפארטעט אידן צווישן די באטראפענע?", אויב נישט איז עס א פשוטע שטיקל נייעס, זאל עס הערשל פרידמאן גוט אנעליזירן אויף קול מבשר וואס איז געווען די סיבה דערצו און וויאזוי איז עס צוגעגאנגן, אבער מיט מיר פערזענליך האט עס נישט קיין ערנסטע שייכות. אנדערש אבער איז אויב א איד איז אינוואלווד, דאס טייטש דאך שוין גאר עפעס אנדערש! ס'מיינט שוין מיר פערזענליך!

>
יעדען טאג קראכן פליגערס מיט העליקאפטרס צווישן די הרי אררט, אבער ווען ס'רעדט זיך פון א היימישע דאקטאר פון מאנסי, מיינט דאס פאר אונז גאר עפעס אנדערש! אפילו נישט פאר זיינע פאציענטן!

>
מענטשן ווערן געכאפט יעדן טאג ביי די גרענעצן אריינשמוגלענדיג אומלעגאלע פראדוקטן, אבער ווען די רעדע איז איבער 3 אידישע בחורים, קען אדורגיין 20 חדשים און מ'האט נאכאלס נישט פארגעסן פון זיי.

>
מענטשן ווערן פארלוירן אין וועלדער טאג טעגליך בכל ארבע כנפות הארץ, אין בעסטן פאל לאזן זיך א גרופע געלערנטע זיכער אריין אין וואלד נאכצוזוכען די שפירן פונעם פארלוירענעם. אבער האט איר שוין געהערט אז פילע באסעס פון פשוטע מענטשן, וואס די איינציגע שייכות מיטן באטראפענעם איז אז זיי טראגן די זעלבע קליידער - און אפילו אויב נישט - זאלן זיך ארויסלאזן אויף א ווייטע נסיעה צו זיכן דאס פארלוירענעם מיידל?

דער באטראפענער מעג געהערן צו אן אנדערן קרייז, ספרדי, אשכנזי, תימני, אפילו פון די עשרת השבטים, זאל ער עסן מאשין מצות און נישט לייגן קיין רבינו תם'ס תפילין, דאס האט נישט קיין שייכות אהער, אויב איז ער אן אייניקל פון כ"ק מרנן אבותינו אברהם יצחק ויעקב זצוק"ל, איז ער מיין ברודער, אונז האמיר דאך צוזאמען געטאנצען ביים גרויסן חתונה פון כנסת ישראל מיט די תורה הקדושה, און איך זארג מיר פאר זיך וואוילזיין פונקט ווי א נאנטע ידיד!

                             און דאס איז א געוואלדיגע קידוש השם!!!

זאל'ן שוין די געוואלדיגע זכותים און די כוח פון אחדות דערנענטערן די גאולה שלימה, ווען ס'וועט זיין ובאו האובדים בארץ אשור והנידחים בארץ מצרים, ויקבץ נידחינו מארבע כנפות כל הארץ, און גאנץ כלל

ישראל וועט פאראייניגט ווערן אויף סאך א שטערקערע און שלימות'דיגע פארנעם, בביאת משי"ח צדקינו במהרה בימינו אמן

(גענומען פון אידישע נייעס)





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 20:04 לינק ישיר 

שוין דא א אשכול דערפאר – פארוואס דאפעלט?
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2718517&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/11/2009 20:04 לינק ישיר 

 לאמיר זיך מקבל זיין עפעס לע"נ אפי' ווען איינער האלט נישט פין איינעם זאל מען ניצען א איידעלע לשון אין ח"ו נישט פארזעדליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > צום יאר צייט פון קדושי מומביי - מי כעמך ישראל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext