די הכנות זענען שוין אין פולסטען ברען צו גרויסען מעמד סעודת הודאה ודינער השנתי כ''א כסליו תש''ע לפ''ק
ביטע באריכטען דא אלע אפדעיטס בנוגע דעם גרויסען אווענט והמסעתף
דער יערליכער אווענט וואס דינט אלס אזא גרויסער כינוס לצדיקים ואנשי מעשה אינאיינעם מיט בעה''ב ואבריכם פין סאטמערע תלמדים אין תומכים וועט היי יאר כ''א כסליו געפאלען ליל ב' וישב הבעל''ט.
אין די עסקנים גייען שוין ארום אין די הייזער פין סאטמערע יודן
אין מ'בעט דעם עולם, יעדער זעהט וואס מ'האט דא באוויזען אויפצושטלען אין די פאר יאר, מיט א זעלטענע סייעתא דשמיא עד להפליא, אין די קורצה 3 יאר, זינט מ'האט עס איבערגעפרישט האט זיך שוין דער מספר התלמידים כמעט געדאפעלט בליעה''ר,
אין סיי די איכות פין די וומ''ס מוסדות וואס איז ב''ה גיט מפורסם, סיי די ת''ת אין סיי די בית רחל וועלכע דינען ווי א וועג ווייזער פאר אנדערע. - טראץ וואס קיינער האט נאכנישט באוויזען עס נאכצומאכען.
דאס וואס אזא מוסד מיט אזעלכע גרויסע פראיעקטן בכמות ובאיכות זאל קענען אנהאלטן צו צאלען צייטליך פאר די איינגעשטעלטע ממש וועכענטליך, איז נאכנישט געווען אין די סאטמערע היסטאריע, אין דאס גיבט גאר אסאך צו צי די איבערגעגבנקייט פין די איינגעשטעלטע וואס יעדער מבית ומחוץ קען עדות זאגען דערויף ב''ה, כן יעזור להלאה.
אין די פירות דערקענט זיך ב''ה שטארק,
עס וואלט געפאדערט א לאנגע ארטיקעל אפצושרייבען די אימגעהויערע ארבעט וואס ווערט אריינגעלייגט אין יעדן ברענטש ביי די מוסדות הק', אבער כ'וועל עס לאזען פאר די וואס פארשטייען דערצו מער ווי מיר.
נשלח ב-19/11/2009 00:40
וואו גייען די ארונים היי יאהר אפרעכטן די סעודת הודאה ?
נשלח ב-19/11/2009 07:43
די סעודת הודאה כ"א כסליו וועט אי"ה היי יאר געפראוועט ווערען אין די ריזיגע זאל פין סטיינערס סטודיא אין די ברוקלין נעווי יארד אין וויליאמסבורג,
נשלח ב-19/11/2009 15:31
א זאל אדער א טענט?
נשלח ב-19/11/2009 20:27
עס גייט זיין אינעם גרעסטן זאל פון סטיינערס סטודיא.
זיי האבן דארט אסאך זאלן, די זאל ווי עס גייט זיין כ"א כסלו איז אפאר זאלן אינאיינעם וואס האט פארעדיגע ווענט און צוזאמען איז עס גרויס בערך 43000 סקווער פיס, און אן קיין איין פאול.
די זאל האט גאר אסאך מעלות, עס קומט אויס וויייניגער ווי האלב פרייז פון מאכן א טענט, די דאך איז הויעך בערך 50 פיס, און עס איז אין ווילי.
אז מען רעדט שוין יא, דארף מען דא געבן א דאנק פאר משה דוד נדיערמאן UJO וואס האט געהאלפן שטיינער סטודיא, צו קענען בויען דא אין ווילי זייער סטודיא, אזוי כאטשיג איין גוטע זאך איז ארויסגעקומען דערפון, אשריך משה דוד.
כ'האב הנאה אז ענדליך וועט מען האבן א נארמאלע זאל, און מ'וועט נישט מוזן פארן און זיצן אין א גרויסן טענט
די טענט איז נישט געווען אזוי געפערליך ווי די לייגסט עס אראפ, ס'האט זיך געשפירט גאנץ באקוועם, ס'פארט נישט געווען די סחורה'נע טענט
אבער דאך איז א פארמאכטע בילדינג א שטארקע מעלה, ספעציעל אז מ'דארף נישט פארען אזוי ווייט, אין ס'קומט אויס אסאך ביליגער, כו'
נשלח ב-23/11/2009 01:47
אין קווינס זעהט זיך שוין אן די הכנות צו כ''א כסליו
מ'האט שוין געשיקט די בחורים רייסען צעטליך
נעבעך!
נשלח ב-23/11/2009 02:07
סאיז שקר אז די זאלונישע בחורים רייסן די צעטלעך
די הנהלת הישיבה אין 82 האבן שוין מיט 3 יאר צוריק אפגעמאכט אז עס איז א שאד צו ספענדן געלט אויף די אלע קאלירטע מודעות אזויפיל וואכן פארן דינער, וויבאלד די אהרונים דערמאנען שוין דעם עולם עס קומט כ"א כסלו...
די מעלדונג וואו עס וועט זיין איז צייט צו מעלדן א וואך פארן דינער
אט אזוי שפארט מען געלט
נשלח ב-23/11/2009 03:04
די אהרונים דערמאנען אלעס די זאליס
זייער פיין דוד'ל
נשלח ב-23/11/2009 23:07
דוד46 כתב:
סאיז שקר אז די זאלונישע בחורים רייסן די צעטלעך
די הנהלת הישיבה אין 82 האבן שוין מיט 3 יאר צוריק אפגעמאכט אז עס איז א שאד צו ספענדן געלט אויף די אלע קאלירטע מודעות אזויפיל וואכן פארן דינער, וויבאלד די אהרונים דערמאנען שוין דעם עולם עס קומט כ"א כסלו...
ביזט גערעכט די ארוינים רייסען אליין די צטעליך......