|
|
| נשלח ב-24/11/2009 05:19 |
|
| |
| true_fact כתב: |  | | איינער פארשטייט וואס באלאנד פרעגט? |
|
איך פרעג זייער פשוט, אויב האבן די אהרונים אזויפיל געלט געמאכט די אלע יארן, פארוואס לאזט זיי נישט מרדכי אלעזר הירש בויען א גיגאנטישן טענט? וועל איך דיר זאגן, מרדכי אלעזר איז זייער א נארמאלע מענטש און ער האט אויפגעוויזן פאר די אהרונים אז זיי דערלייגן יעדעס יאר אויף די כ"א כסליו חנגאות געלט, אמת טאקע אז עס ברענגט גרויס פ.ר. פאר ר' אהרן וואס לאזט דעמאלס פאלן באמבאסטישע סטעיטמענטס, אבער די מוסדות וואס געפינט זיך אין זייער זייער א שווערע מצב האט גרויס שאדן, דעריבער לאזט ער זיי מער נישט ספענדן די געלטער. פארשטייסט?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 06:04 |
|
| |
באלאנד, דו רעדסט נארישקייטן. איך האב אנגעקוקט די אהרונים ווי לוזערס יעדעס יאר ווען זיי האבן געמוזט בויען א טענט. ס'איז א שטארקע געווינס פאר זיי אז זיי האבן געטראפן א גרויסן בילדינג אין וויליאמסבורג און זיי דארפן נישט בויען א טענט ביים ברוקלין ברידזש.
האבן נישט ענק זאלונים אלעמאל חוזק געמאכט פון די אהרונישע טענטס? אפשר זאגסטו מיר וועלכער אהרוני ס'בענקט זיך צו די גרויסע סחורה'נע געביידעס ווען מען קען האבן א שיינעם גרויסן בנין אין וויליאמסבורג?
אדרבא, דער שכל זאגט אז די אהרונים זענען שטארק צופרידן אז מען דארף נישט גיין היי יאר אין א טענט.
סתם זיך ארויפכאפן אויף לופט ווייל דו ביסט א זאלי און ער איז אן אהרוני איז אויך נישט קיין קונץ.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 14:42 |
|
| |
אוודאי אזוי!
ברוך ה' אז מה'אט געקענט טרעפן א גרויסן בנין אין הארץ פון וויליאמסבורג, (אפיציעל האט אייביג געהייסן אז די זאלי'ס שטערן אלע פריווען צו טרעפן א בנין, וואס איז געשעהן היי יאר מיט די זאלי'ס?,
זיי זענען פארנומען מיט די סקווירא-זילבעבערג שבתים?...)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 14:43 |
|
| |
סאטאפ שפילן זאלי
די ביסט טאקע לא עליכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-26/11/2009 01:57 |
|
| |
דער בנין אדיר פין די הייעך
באקומען אין אישי
גענומען פין גוגעל מעפס
|
|
|
|
| נשלח ב-29/11/2009 23:49 |
|
| |
דעם וויק ענד האבען די קווינס בחורים מיט די הילף פין די יונגערע פיטום בחורים ווייטער שווער געארבעט אין געריסען צעטלעך א רחמנות אויף אזעלכע.
(עס קוקט אויס אז ווער עס גייט רייסען די מערסטע צעטלעך גייט אריינגיין אין א גורל פאר א אימזינסטע חלקה אין פאללאקס לאט)
|
|
|
|
| נשלח ב-30/11/2009 02:54 |
|
| |
זוי ווי מ'האט אראפגעונמען מיין אשכול איבער די פאלעטישענס היי יאר כ"א כסלו (מנהל, אפשר ביסטו טאקע מסביר פארוואס?)וועל איך עס איבערשרייבן דא.
די רבי שליט"א האט היי יאר מחליט געווען, אז מ'טאר נישט אויסרופען קיין שום פאלעטישן ביי די מעמד כ"א כסלו. דעריבער איז יעצט דער פלאן אז מ'זאל מאכן א עקסטערע באנקעט פאר די אלע הויעכראנגיגע פאליציי לייט, און די פאליטישענס אפאר שעה פאר די גרויסע מסיבה. די רבי שליט"א האט געזאגט אסאך סיבות, איינע פון די סיבות איז, אז די פאלעטישענס ווייסן סיי ווי די כח פון סאטמאר, די איינציגסטע סיבה פארוואס צו קומען, אז צו ווייזן פאר די עולם, העי! איך בין דא געווען פאר 10 מינוט, שטיצט מיר די קומענדיגע וואלן!. און דאס וויל די רבי שליט"א נישט. במילא ווער עס וויל קומען אן דען וואס ער וועט ווערן אויסגערופען אויפן מייק, יהי' בואו לברכה, ווער נישט, איז נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2009 19:57 |
|
| |
איך האב א פראגע
פארוואס איז דאס אז אלע ארוינישע כ"א כסלו מסיבות האבן אלע גאסט רעדנערס אין צד השוה,
זיי זענען אלע "ליטוואקס", ברודא, שלעזינגער, שוסטער
איז דאס פערצופאל אזוי?
אדער איז דאס ווייל נאר אזוי הייסט עס א "גאסט" אז א מתנגד רעדט צווישן חסידים?
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2009 20:00 |
|
| |
מיר זיכן נאר תלמודי חכמים, פינטל
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2009 20:02 |
|
| |
יעצט באליידיגסטו אלע חסידים, כאילו ביי זיי איז נישטא קיין תלמידי חכמים.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2009 20:08 |
|
| |
כ'זעה טאקע דעם עהרענטוי וועם די זאלי'ס ברענגן א מגי''ש אין ווילרייק (כ'האב ח''ו גארנישט קעגן אים, כ'ווייס אפי' נישט ווער ער פינקט ווי כמעט קיינער אין וומ''ס ווייסט נישט) אין די זאלי'ס פראבירן שוין עטליכע טאג איבעראל מיט א גאנצע ארטיקעל צו מסביר זיין ווי גליקליך זיי זענען צו ברענגן א רעדנער פין 'אנטווערפן', אין אז ער איז אפי' נישט קיין ציוני....
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2009 20:09 |
|
| |
בקיצר די ווילסט מען זאל ריפן ר' אייזיק ספינקער מיטן אראדר ? אינז זעמיר אין קאנפילקט מיט דיר דעמאלס .
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2009 20:13 |
|
| |
בנוגע די ליטוואקעס (ווי די ריפסט עס, ווייל לויט ווי איך ווייס הרב ברודא איז נישט קיין ליטפאק, אין הג' הר' שלעזניגער איז א בריסקער - געשטימט ליטוויש אבער זייער שטארק מיט אינזער השקפה) יעדער כ''א כסליו פלעגט מען כמעט אלע יארען ברענגן א 'גאסט רעדנער' פין די פרעמד, (אפי' ביי די זאלי'ס קוק ציריק וועסטו זעהן. ביי די זאלי'ס האט מען איין יאר געוואלט מאכען א טשעינזש אין ברענגן הג''ר חיים מאיר וואזענער שליט''א אין..... ער איז געווארען פארקילט..)
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2009 20:15 |
|
| |
סעודת הודאה אין ירושלים

|
|
|
|
| נשלח ב-7/12/2009 21:09 |
|
| |

|
|
|
|
|