היינט נאכט
היינט נאכט געפאלט אויס דעם גרויסען טאג כ''א כסליו דער יום הצלה פין רביה''ק וואס האט מציל געווען אינזער דור נאך דעם ביטערן חורבן, דארפן מיר אינאיינעם דאנקען השי''ת אויף די גרויסע ניסים בימים ההם.
ספעציעל דארפן מיר סאטמערע יודן אויסניצען די גלעגנהייט, צו דאנקען הקב''ה אויף די גרויסע חסדים 'בזמן הזה' ספעציעל טאקע אין וומ''ס ווי בעלי בחירה האבען געצילט נאכצומאכען היטלער למחצה ולשליש 'ברחניות' מיטן חרוב מאכען די הייליגע ירושה פין רביה''ק זיין הייליגע קהילה ומוסדותיה', אבער והקב''ה מצלינו מידם ברוב רחמיו וחסדיו.
עס איז הזמן גרמה ווען מ'קומט זיך ציזאם האנט נאכט, אינעם גרויסען סטיינער קאמפלעקס צו דאנקען הקב''ה פאר די אפענע חסדים, צו שטיצען מיט א ברייטע האנט די הייליגע מוסדות אין וומ''ס, וועלכע זענען געגרינדעט געווארען מיט זעלטענע סייעתא דשמיא - ממש מ'קען באלד זאגען חוץ לדרך הטבע, אז אזא מצב האט מען געקענט אויפאיינמאל עפענען אזעלכע גרויסע מוסדות, אין זיי זאלען גאר זיין א מוסטער פאר אלע אנדערע מוסדות סיי די ת''ת אין די בית רחל, וועלכע שמ'ן מיט א זעלטענע כתר שם טוב.
אדאנק די זעלטענע סייעתא דשמיא אינעם זכות פינעם מיסד רביה''ק ז''ל.
 |
|
|