די נעכטיגע מעמד סעודת הודאה אינעם ריזיגען סטיינערס קאמפלקעקס איז ב''ה געווען א זעלטענע סוקסעס
כ'געדענק נישט אזא געלונגענע מסיבה, סיי בכמות אין סיי באיכות ב''ה
חוץ איין פראבעלם, די עסקנים האבען נישט אינאכט גענומען דער ציבור בליעה''ר (אין אפשר יא, נאר וואס קען מען טוהן?), אין בשעת רבינו שליט''א איז אריינגעומען אום 8:40 איז מען שוין געשטאנען צידריקט אין די דורכגענג בלו גוזמא.
די תוכן פולא ווערטער פינעם חשוב'ן יו''ר הרה''ג ר' דוד פערל שליט''א
די ווארימע ווערטער פינעם סאטמאר וומ''ס רב שליט''א
די שיינע דרשה פין הרה''ג ר' יעקב ווייס שליט''א
די רייכע דרשה פינעם בארימטען נואם הכבוד הג''ר דוד שוסטאל שליט''א
די דברות קודש פין רבינו שליט''א – אשרינו מה טוב חלקינו
דערנאך די קורצה ווערטער פינעם אדמיניסטראטער, וועלכע האט אויסגערופן א לאנגע צייט די גערעסע סכומים צווישען 250,000 אין 10,000 (פין אינטער 10,000 איז אויך געווען א נחת צו הערן אנפאנג פינעם דינער פינעם יו''ר ר' דוד, וועלכע האט אויך גענומען א היבשע וויילע דורכצוגיין די נעמען פין די פילע נדיבים) דער עולם האט ב''ה אנערקענט די נחיצות פין שטיצען אזא יונגער אבער סוקסעפולען מבצר התורה ויראה, אין ס'איז אריינגעוקומען זעלטן שיינע סכומים ב''ה.