בית פורומים אידישע געדאנק

ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/11/2009 02:35 לינק ישיר 
ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'

פונקט היינט האב איך אריינגעטראכט ווי וועט 'פארמעגליך' מפרסם זיין זיינע טייערע רעיונות וואס ווערט
פארשפרייט איבעראל, און ב"ה איך זעה אז ער האט אויסגעוועלט די דאזיגע אכסניא, דאס איז א שטארקע
קאמפלימענט פאר דער ניייע פורום, און יעצט צו דיר פארמעגליך מיר האפן צו נהנה זיין פון דיין געלונגענע
ארבעט ביתר שאת וביתר עוז.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 02:40 לינק ישיר 

עס איז אונז באמת א כבוד אז נאך די פולע הפצרות צו פארמעגליך אז ער זאל אריבעקומען שרייבן אין אונזער פארום האט ער דאס היינט אנגענומען, און ער איז צוריק מיט זיין זיס פעדער'ל.

עס בלייבט אונז נאר איבער צו ווינטשןו פיל הצלחה און זיין ווערק.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 02:43 לינק ישיר 

אה כ'האב נישט געוויסט אז מען האט אים  איינגעלאדנט, א גרויסע ייש"כ מנהל! תשוח"ח!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 03:08 לינק ישיר 

 ברוכים הבאים! איך האב מיך שוין אזוי געבענקט.....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 04:13 לינק ישיר 

מיין באליבטער ר' מהדרין, נוטראלער-מנהל.

ס'ארא טעות האסטו דא געמאכט! וואס שרייבסטו? "דו" האסט אים געלאדנט? אופפססס... האסט נישט געכאפט...   אקעי, מאך ניש קאן עסק.. סגוט אזוי...

----------------

דרך אגב, איך קאן אייך איין זאך זאגן: דאס איז ניקס פארמעגליך. ודו"ק כי נכון הוא.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 05:58 לינק ישיר 

דער פארמעגליך (אויב ס'איז ער) האט זיך דא שרעקליך ציווילדעוועט און זיך גענומען שרייבן אויף רעכטס אין לינקס אן קיין שום חשבון אויב אין זיין ביז איצטיגע באשרייבונגען (אין אחים אנחנו) האט זיך אויסגעזען ווי ער האט עפעס א ציל מכלומרשט אויפצודעקן היסטאריע איז ער דא אינגאנצן א צווייטער סטיל ווי ער פליט ארום פון יונה מיט כ"א כסליו ביז די שחיטה מונחת און פאלאקס לאט אהן קיין פלאן עפעס ארויסצוברענגן אדער אויפטוען, און פירט נאך אויס צום סוף מיט א 'המשך יבא', כאילו ער האלט עפעס אינמיטן מסביר זיין.
דאכט זיך מיר אז ער שרייבט גארנישט אנדערש פון יונה ווילדע מליצות און פון מאל צי מאל ביליגע אויסדרוקן, אפילו אויף אייגענע(ווי רז"ל פילאפ) וואס הגם פאר זיין צד איז  ער א געשמאקע זאפטיגער שרייבער און אפשר אפילו פאר פרעמדע איז דאך דער אזוי אוועקגעמאכטער יונה'לע וחבריו א שטארק אנגענומענער און געלאנגענע שרייבער און די אויגן פון זיין צד .טא אויב אזוי ווי קומט דאס אז דער הער פארמעגליך זאל באקומען א זכות קדימה אז זיינע זאכן (שטותים צי נישט) זאלן פארנעמען דעם אויבן-אהן בפרט אז דער פארום האלט נאך אינמיטן שפילן נייטראל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 08:25 לינק ישיר 

פארמעגליך האט זיכער איבערגעגעבן זיין ניק פאר א צווייטן, די לעצטע תגובות איז סתם ליצנות אן קיין ערנסטע תוכן, גראדע גאנץ הומעריסטיש אבער נישט צופיל תוכן, בכלל זעהט ער אויס אביסל מאדי אמאל איז ער אין די מאד פון שרייבן פאר אפאר וואכן אין איין צי, אמאל איז ער נישטא צו באקומען פאר א רפואה,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 15:50 לינק ישיר 

איך וויל אייך אלע באדאנקען פאר די ווארימע אויפנאמע וואס איר האט מיר צוגעטיילט. איך בין דער זעלבער פארמעגליך פון אמאל, און איך בין דער זעלבער וואס האט געשריבען די אלע ארטיקלעך.

איי, אז דא האב איך געשריבען מיר האמאריסטיש ווי די פריערדיגע ארטיקלעך, דאס איז נישט אזא הארבע פראגע. איך מעג אמאל שרייבען אין מער א הומאריסטישען סטייל און אמאל מער א ערענסטע.

און ספעציעל פאר מיין גוטען פריינט "שארטקאטס", וויל איך זאגען אז יא. יא איך בין א מאדי מענטש.  אמאל בין איך אין די מאד  צו שרייבען און אמאל נישט. און ווייל דו ביסט אלעמאל אין די מאאד צו ליינען, איז דאס מיר נישט מחייב צו אלעמאל זיין אין די מאאד צו שרייבען.

איך וואלט אויך געווען אין די מאאד צו ליינען אויב וואלסטו געווען אין די מאאד צו שרייבען...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 17:23 לינק ישיר 

ברוך הבא פארמעגליך

די אלע וואס האבן טענות אויף פארמעגליכס איצטיגע ארטיקל זענען לכאורה קליינע קעפעלעך.

פארמעגליך האט דא געמאכט א געוואלדיגע ארבעט מיטן ארויסברענגען די "מהלך" פון די ארוינים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 21:02 לינק ישיר 

כבוד "פארמעגליך"
GOOD JOB
ווי אזוי שרייב איך אלץ אן ארוני אין די בעיקערי פורום
אז די הונט בילען א סימן אז די שטיין איז געלונגען

לדעתי ווער עס קען ליינען אידיש
איז די שרייבער פון די לעצטע פארמעגליך ארטיקעל די זעלבע פארמעגליך ווי חלק א'
מז"ט קאשוי רב איז שוין א שאלה...

"פארמעגליך"
אין די תורה שטייט מוצא שפתיך תשמור
מיר ווארטען אלע פאר חלק ב'
מיר פארשטייען אז די ביסט געווארן איבערגעהאקט מיט וויכטיגע געשעהנישען אין דער מיט
אבער חלק ב' האסטו צו געזאגט
און אז מען זאגט צו דארף מען האלטן ווארט

לאז אונז ביטע וויסן
בערך א צייט ווען חלק ב' וועט זיך אנהייבן


לסיים מעין הפתיחה
די יעצטיגען ארטיקל איז גוטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטטט





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 22:21 לינק ישיר 

ב"ה! זייט'ס ענק מחזק פולל פארס!...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/11/2009 22:43 לינק ישיר 

פארקקיסט און משה וואלף, לדעתי איז דאס בכלל נישט קיין קשיא אויפן מנהל אז ער האט געלאדנט 'פארמעגליך' און אים געגעבן די אויבן אן, ס'איז א פאקט אז פארמעגליך איז א זעלטענע שרייבער מיט געוואלדיגע כשרונות און ער לייגט אראפ זיינע שיטות דעות וכו' זייער קלאר און אינטערעסאנט וואס דאס ברענגט אסאך ליינערס אפילו נישט סאטמערע, און דאס איז דאך די הויפט ציהל פון אונזער מנהל א פורום מיט א הויעכע ניווא ממילא איז דאס געווען די פאסיגסטע זאך צו טוהן, איך מיין אויב די אהרונים וועלן אפירברענגן אזא גוטע שרייבער ווי פארמעגליך אבער אקעגן די זאלונים פארטיי וועט אים די מנהל אויך מכבד זיין מיטן אויבנאן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/11/2009 23:10 לינק ישיר 


העלא מיסטער פארמעגליך, ווער בין איך קליינער שרייבער אנטקעגן דיר אבער דאך הער מיך צו מיינע רייד

דיין ספעציעלקייט אין דיינע מאמרים ביז היינט איז געווען מיט דעם וואס דו האסט אפגעשריבן לאנגע באשרייבונגען פון היסטאריע אדער מיינונגען און געפארן מיט אַ זיכערקייט ווי אַ באן פארט אויף זיינע שינעס לאנגע דערפער און שטעט אן זיך צו רעכענען מיט די דערפער און וועלדער פון די זייטן ארום, און ווי נישט ווי גיט דאס אַ פארזיכערטע זיגל פון אמת און ווארהייט אויף דיינע רייד (וואס דאס איז דאך די סיבה פון פארשליסן דיינע באשרייבונגען מען זאל דיך נישט קענען אפווענדן).
און מיט דעם מהלך האסטו (עכ"פ ביי די זלונים) אראפגעשטעלט די פעסטע יסודות אז ר' אהרן ט"ב איז וואס ער איז און ר' משה פ"מ איז וואס ער איז, און טראץ דו האסט געוויסע פאקטן פארפעלט און פארדרייט, דעסטוועגן די ארגינעלקייט פון באשרייבן מיינונגען און היסטאריע האט געגעבן אַ חותם של אמת אויף דיינע ווערטער.
משא"כ אצינד האסטו דיך גענומען אַ נייעם שיטה, ביז צוריקגעקומען מלא כעס וחימה (און איך זעה נישט פארוואס אפשר ווייס איך נישט אלעס) ביסט שרעקליך גערעגט אויף דעם ר' אהרן אויף ר' ווידער אויף ר' יונה א.א.וו., אבער דו פארלירסט דיין ספעציעלקייט אין סטייל פון שרייבן, אסאך אידן וואס האבן פון דיר הנאה געהאט זענען זיכער פון דיר דעסיפוינטעט.
לדעתי וואלסטו זיך ווייטער געדארפט האלטן דער רואיגער היסטאריקער וואס באשרייבט אמת'ע פאקטן (אַ ווערטל קעגן זיי אינדערמיט שאד נישט קיינמאל) אבער אן קיין גופט און צארן.
איך האב אויף דיר איין לימוד זכות (איך האב דאס שוין מאל אמאל דערמאנט) דו ביסט אַ שליח (?) פון ר' משה פ"מ און דו מוזט ערפילן זיינע באפעלונגען לויט וויאזוי עס פאלט איהם איין (יא, פאר איהם פאסט דאס כידוע) אבער פליז פאררוף דיך נישט אלס אַ פארטרעטער פון די זלונים, נישט יעדער איז בייז און גערעגט ווען עס כאפט דיר, איך זעה נישט די עולם זאל זיין אזוי מיט צארן, אדרבה די צופרידנקייט שטייגט ב"ה.
איך שרייב דאס אַ יחיד אבער איך גלייב אז עס איז דא אַ רבים וואס האלט ווי מיר.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 20:14 לינק ישיר 

פארמעגליך איז שוין דא (אזוי הייסט עס- ביזדערווייל האט ער אפגעשריבן אפאר ווערטער און זיך צוריק געלאפן אין זיין לעכל)
אבער  ווייסט איינער ווי דער טעמבעל איז אהונגעקומען? ער האט אנגעהויבן א 'פארמעגליך סטייל' באשרייבונג אין אחים אנחנו פארום אין איז פארשווינדען געווארן אן איבערלאזן קיין שום שפירן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 16:47 לינק ישיר 

היינט האב איך געהערט אז ווי אן אהרוני טוט זיך אויף אז דוד עקשטיין האט שוין באוויזן אפצושפארן בית יואל,
און אפצושפארן פארמעגליך, האט איינער א השגה צו עס ליגט אמת דערין?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-7/12/2009 16:58 לינק ישיר 

זיין עכטער רבי היטלער ימ"ש האט געהאט אסאך מער הצלחה



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברוכים הבאים צו אונזער חשובע גאסט 'פארמעגליך'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext