השתדלות והרבו תחינה, השתתפות פון טאהשער רבי'ן מוטל בספק
אי"ה קומענדיגען מוצאי זאת חנוכה זינטאג נאכט וועט אין קרית טאהש געפראוועט ווערן די חתונה פון די 2 עלטעסטע איר אייניקלעך פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מטאהש שליט"א. די רבי געפינט זיך יעצט אויף דאטשע און עס איז מוטל בספק אויב די כוחות פון רבין וועלן אים ערלויבן זיך משתתף צו זיין ביי די גרויסע שמחה.
השתדלו והרבו תחינה ובקשה לפני מלך רם ונשא
מרן משולם פייש בן צירל
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 20/11/2009 08:06:13
נשלח ב-20/11/2009 01:49
נפל שרייבט עס איז מוטל בספק אויב די כוחות פון רבין וועלן אים ערלויבן זיך משתתף צו זיין ביי די גרויסע שמחה.
הרה"ק מ'טאהש געפינט זיך ב"ה אין א גוטע געזינט צושטאנד, די ספק צו די רבי וועט קומען אויף חנוכה און די חתונה איז נאר וועגן און קרית טאהש איז זייער שטארק פארשפרייט די מאמפס וויירוס ווי א גרויסע צאל איינוואוינער (אריינגערעכנט טאהש'ע רב ר' אלימלך) זענען נעבעך אנגעשטעקט מיט די וויירוס, און אזויווי די רבי'ס דאקטער האלט אז עס איז נישט גוט אז די רבי זאל נעמען די פלוי שאט ווייסט מען נאך נישט איוב די רבי וועט קומען צו פארן צו די גרויסע חתונה. ר' נפל מתפלל זיין פארן טאהש רבי'נס געזינט איז שטענדיג וויכטיג אבער מען דארף נישט איבערשרעקן דעם עולם מיט א אזא קעפל ווי כאילו עפעס ספעשל גייט פאר מיט די טאהש'ע רבי זאל זיין געזינט
נשלח ב-20/11/2009 02:10
דא האט איר א בילד ווי הרה"ק מטאהש פירט ראש חודש טיש נעכטן מיטוואך און פלארידא ער איז ב"ה ביי די כוחות
נשלח ב-22/11/2009 02:15
נפל טייערער מיר פארשטייען אז די ביסט א חסיד פון טאהשער רבי שליט"א ה' יאריך שנותיו בבריאות השלימות אבער מיר חבירים ווייסען פונקטליך אלע אנטוויקלונגען און טאהשער שטעטעל נאר מפני כבוד פון הרה"ק שליט"א איז השתיקה יפה ממילא זוך ניש יעדען טאג א נייע אשכול פון טאהש
עס דערמאנט מעך די תקופה פון קאשוי סוף די לעצטע פאהר יאהר האט מען פאר יעדען יומא דפגרא גיהאנגען בקשו רחמים צעטלעך אפשר וועט איינער זיך דערמאנען אז עס עקזיסטירט
כלל ישראל איז מתפלל לקיים בנו חכמי ישראל ובתוכם הרב ר' משולם פייש בן צירל חזק כוחו ויתחדש כנשר נעטריו ויזכה לקבל פני משיח צדקינו עם כל צדיקי הדור וכל ישראל אמן
נשלח ב-29/11/2009 07:26
עס איז דא שמועות אז הרה"ק וועט בלייבען אין פלארידע אין נישט אהיים קומען צילוב א אנדערע סיבה. (נפל דרייט א קאפ.... אז איז נישט געזינט... ער איז ב"ה געזינט אין פריש!) דער פראבלעם איז אז די "מאמפס" וויירוס איז זייער שטארק פארשפרייט אין קרית טאהש אין אבד"ק מייליך טאהשיר וואס איז דער שבת געווען אין קרית יואל האט פאר צוויי וואכען געלעגין אין בעט מיט דעם קרענק אויך!! איז דעריבער האט מען מורא אהיים צי ברענגען דעם רבין אז ח"ו ער זאל דאס נישט כאפען פון עולם צי פון "בנו חביבו"... אין דער דאקטער לאזט נישט געבען פארן רבין די "נידעל" קעגין די מאמפס וויירוס. "בקשו רחמים" בילדער פון רבין שפאצירען געזונט אין פלארידע. "חסדי השם"
תוקן על ידי SatmarBum ב- 29/11/2009 07:39:05
נשלח ב-29/11/2009 21:58
ב"ה
נשלח ב-29/11/2009 21:59
נפל די מיזט טוישן דיין ניק בלליב מיט די זעלבע מיין נישט אז יעדער איז זאלי אין כאפט נישט דיינע פערדרייען
בלומבערג די פיקשטער פון מונקאטשער רב אינטער דיין ניק האט דיר נישט געהאלפן שטעלן א פנים אז די ביסט א מונקטשער, איך דארף נישט אנקומען צו דיינע סארט דריידלעך, די האסט א אהנונג אין טאהש בערך אזוי ווי אין מונקאטש.
די פראבלעם מיטן רבי'נס זיך משתתף זיין ביי די חתונה איז נישט די געזינט צושטאנד פונם רבין, די פראבלעם איז די נסיעה'ס אהין און צוריק.
דרך אגב עס איז נאך אלס נישט זיכער אז די רבי וועט זיך משתתף זיין, אזוי אויך איז אין די טעג געקומען די בשורה אז די טאכטער פון הגה"צ אב"ד קהלות טאהש שליט"א וועט גיין אינטער די חופה אנפאנג אדר בשעה טובה ומוצלחת.
נשלח ב-29/11/2009 22:15
בלומבערג כתב:
עס דערמאנט מעך די תקופה פון קאשוי סוף די לעצטע פאה יאהר האט מען פארי עדען יומא דפגרא גיהאנגען בקשו רחמים צעטלעך אפשרוועט איינער זיך דערמאנען אז עס עקזיסטירט
איך וויס נישט וואס קאשוי שטערט דיר דא, אבער אז די שרייבסט וועל איך דיר ענטפערן, איך האב געפרעגט איינע פון די קאשוי רב'ס נאנטע וועגען דעם נאך ווען ער האט געלעבט. האטער מיר געזאגט אז מען לייגט קיינמאל קיין צעטלעך סתם אזוי נאר ווען ער איז אריין און שפיטאל אדער ער האט געהאט א אפעראציע (וואס ליידער די לעצטע פאר יאר האט ער געהאט זייער אסאך(אפילו קליינע אפעראציע))
תוקן על ידי געזינט ב- 29/11/2009 22:21:34
נשלח ב-29/11/2009 22:44
ר' נפל ווען די שרייבסט אז בלומבערג האט א אנאנג וואס עס טוט זיך טאהש פינקט ווי און מונקאטש מיין איך אז די ביסט אויך א מונקאטשער ווייל לויט ווי די באשרייבסט כסדר וואס עס טוט זיך אין טאהש בפרט ווי די שרייבסט די טאהשע היסטערי (אויף א אנדער פלאץ) זעהט מען אז די האסט קיין אנאנג נישט וואס עס איז פארגעקומען דורכאויס די מחלוקה אין טאהש! ווען איך וועל האבן מער צייט וועל איך אי"ה אויפווייזען אלע דיינע שקרים.
נשלח ב-29/11/2009 22:55
איש גמזי, איך האב א מנהג נישט צו ענטפערן אויף אזעלכע סארט אטאקעס.
נשלח ב-29/11/2009 23:02
ווען איך האב נישט וואס צו ענטפערן האב איך אויך אזא מינהג
נשלח ב-29/11/2009 23:16
איש_גמזי כתב:
ווייל לויט ווי די באשרייבסט כסדר וואס עס טוט זיך אין טאהש בפרט ווי די שרייבסט די טאהשע היסטערי (אויף א אנדער פלאץ) .
ווי שרייבט ער?
נשלח ב-29/11/2009 23:16
האסט זייער ריכטיג אויפגעכאפט די נושא, חוץ O Yes האב איך נישט וואס צו ענטפערן און איך האלט זיך נישט ביים אריינלאזן מיט דיר אין א קינדישע O Yes O No געים...
איין זאך קענסטו זיין זיכער אז אויב איך בין נישט א טאהשער חסיד דאן האט טאהש נישט קיין חסידים...
מען ווערט נישט יא אדער נישט דורך דיין גוטהייסונג...
נשלח ב-29/11/2009 23:31
געזינט כתב:
עס דערמאנט מעך די תקופה פון קאשוי סוף די לעצטע פאה יאהר האט מען פארי עדען יומא דפגרא גיהאנגען בקשו רחמים צעטלעך אפשרוועט איינער זיך דערמאנען אז עס עקזיסטירט
איך וויס נישט וואס קאשוי שטערט דיר דא, אבער אז די שרייבסט וועל איך דיר ענטפערן, איך האב געפרעגט איינע פון די קאשוי רב'ס נאנטע וועגען דעם נאך ווען ער האט געלעבט. האטער מיר געזאגט אז מען לייגט קיינמאל קיין צעטלעך סתם אזוי נאר ווען ער איז אריין און שפיטאל אדער ער האט געהאט א אפעראציע (וואס ליידער די לעצטע פאר יאר האט ער געהאט זייער אסאך(אפילו קליינע אפעראציע))
כ'געדענק אז די לעצטע פאר יאר פלעגט לויפן א עד אין די צייטונג (קען זיין אז אינעם שמיציגען צייטונג אויך, כ'ווייס נישט) בערך בזה''ל:
דארפט איר א ישועה וכו' כאפט אייך אריבער קיין קרית קאשוי פארעסט היללס צו הרב וכו מקאשוי שליט''א וכו'
א ווען פארט יעדן טאג פין.... רופט..