בית פורומים אידישע געדאנק

פרייליך: א חב''ד הויז אין וויליאמסבורג!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/11/2009 20:44 לינק ישיר 
פרייליך: א חב''ד הויז אין וויליאמסבורג!!

עס גלייבט זיך נישט אבער עס איז שוין באלד א פאקט אז חב''ד פלאנט אין די נאנטע טעג צו עפענען א שטיבל
אין ווילאמסבורג זיי האבן שוין א לאקאל מיט יונגעלייט ווי מען וועט לערנען שיעורים אין טיפע חסידות און זיך
 צוזאמקומען פאר חסידישע פארברענגן און צו זעהן מראות קודש פון מלך המשיח שליט''א.

עס ווערט ערווארטעט אין וויליאמסבורג א שווערע מערכה מיט אטאקעס וואס וועט מעגליך דערמאנען דעם
ציבור פון די אטאקעס אויף די חב''ד הויז אין מומבאי אינדיע און עס וועט צוריק ווערן אויפגעפרישט די אלטע
 גוטע צייטן ווען עס פלעגט כסדר פארקומען הריגות צווישן די סאטמארע חסידים און די ליובאוויטשערס.

עס וואלט געווען אינטרעסאנט צו הערן וואס דער ציבור האלט צו מען דארף פירן א מערכה מיט זיי
אדער ליבערשט איגנארירן??
קען דאס זיין א סכנה פאר נאאיווע יונגווארג זאלן ווערן אריינגעשלעפט אין ליובאוויטש?
און טאמער יא צו עס איז א פראבלעם?
ווער עס האט עפעס א מיינונג זאל זיך ביטע לאזן הערן



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/11/2009 20:55 לינק ישיר 

העלד ביטע מאך די זאך קלאר, וועט דאס זיין משיחיזים אדער חב"ד? רוב חבד הייזער האבן גארנישט מיט די משיחיסטן, אין ב"פ איז דא א בית חב"ד אויף 16 עוו. אסאך סאטמארע אינגעלייט דאווענען דארט מנחה מעריב, ס'האט מיט משיחיזים גארנישט, אסאך היימישע אינגעלייט האבן שיעורים דארט און עס שטערט קיינעם נישט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 01:38 לינק ישיר 

איך שטעל מיך פאר אז דאס גייט זיין אין די יאפי געזעלשאפטן, דער פותח האשכול וויל סתם מאכען לעבעדיג?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 01:47 לינק ישיר 

הודו לה'!

מ'וועט האבן אביסל ווי צו פארברענגען געשמאק!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 04:13 לינק ישיר 

דער עיקר איז נישט זיין ביזי מיט די נארישע סאטמערע מחלוקת



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 19:19 לינק ישיר 

איך מאך נישט קיין פורים דאס איז א זאך וואס קאכט זיך שוין א לענגערע צייט
 און האלט ביי די לעצטע פאזעס,
עס גייט נישט זיין משיחיסטיש געשטימט אבער
די שיעורים און דרך החסידות וועט זיין לויטן מהלך פון לעצטן ליובאביטשער רבי'ן
ר' מנחם מענדל נ''ע, א זאך וואס קען ארויפברענגן בייז בלוט ביי סאטמארע
חסידים די שאלה איז נאר צו עס וועט זיין א הייסע מערכה דערקעגן
ימים ידברו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 19:41 לינק ישיר 

אויב דאס גייט נישט זיין משיחיסטיש געשטימט ווען קיין מערכה נישט ווערן.

חוץ... אויב די ארוינים וועלן דארט מאכן נזקים צו קענען נאכדעם באשלודיגן די זאלי'ס. אזוי ווי זיי האבן געטון מיט סקווירא רבי.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 00:55 לינק ישיר 

חוץ אויב די ראשי המערכות וועלן מחליט זיין אז מ'דארף אנפירן א הייליגע מערכה ע"ד "גל-פז", "פרעס טראק", וגו'



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 01:01 לינק ישיר 

אויב ווענדט זיך עס אין די ראשי המערכות ווי לא עליכם שרייבט דאן האב זיי א גרינג פעלד,

ווער ס'באקאנט די ראשי המערכות האבן כמעט אלע געטראפן א דזאב אין האבן שוין נישט אזויפיל צייט פאר די מערכות.
עכ"פ די פירערס פין די 'גל פז' און 'פרעס טראק' מערכה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פרייליך: א חב''ד הויז אין וויליאמסבורג!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext