בית פורומים אידישע געדאנק

ברעקינג!! התראת בית דין אקעגן די מוסרים

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2009 21:10 לינק ישיר 

אז ר' מאיר יודל איז פלעינער עם ארץ האב איך אלץ גיוויסט,ווייל די אלץ תלמיד חכם האסט אליינס איינגעזען? ניין ווייל זיינע אלע תלמידים ווייסן דאס, אבער אז ר' יואליש מארגנשטערן קען נישט קיין לערנען ווייל די אלץ תלמיד חכם האסט אליינס איינגעזען ווייל צי שראבן אזא התראת בית דין איז א עם הארצות, בין איך שאקט,אה קיי אויף ענגליש זאגט מען יא אר אבאיט טא פאינד אאיט די אדער וועי אראנד ?????????????? 
דאס איז א התראת בית דין? יא אין כאן לא התראת ולא בית דין
 
האט שוין עמיצער גיזען א התראת בית דין אן א הזמנה לבית דין?,דא רעד מען פין מסורה זיי געבן ארויס א פסק אן אפילו פרעגן וואס סגייט פאר ליין ווייטער לגבי א מסור, אויב איז דאס פסק בית בנוגע מסורה איז דאס א פסק דין אין נישט א התראת בית דין, פסקים קענען זיי שראבן וויפיל זיי ווילן אבער א התראת בית דין קימט מיט א הזמנה לדין תורה, זיי שראבן בנוגע טענתכם, זיי האבן זיי אפילו נישט אוסגיהערט אין זיי ווייסן שוין די טענות ליין ווייטער לגבי א מסור, אין וואס מיינט יקוב הדין את ההר? זיי קענען אפילו נישט קיין טייטש, די קענסט ? נישט נאך איך קען דאס נאר אפילו מיין 4 יעריג קליינער ברידער ווייסט דאס אויך, א באנדע ליצנים,די מחוצף וואס די ביסט יא אהרון"ס א תלמוד 7טע ריפ יוכח חוצפה באדערט דיך? איז נאך דא אויף דעם עולם גרעסערע מחוצפים פין דע בני זועל? ,אין אפשר איז דאס גאר א פאלשער מודעה,אפס א בלאט חכמה שקרנים העולמי דן לכף זכות מעיבי. זיי ווילן אז דוד עקשטיין זאל שיקן א הזמנה,יא מעגסט וועלן!!! דוד האט נישט קיין שום תביעה, אלעס גייט ב''ה כשורה,מיט וואס דאס הויז איז ער מודה אז סאיז נישט זיין ער איז גארנישט מודה, די ווילסט איינרעדן אז ער איז מודה, אויב גייט זיין א דין תורה וועט ער תובע זיין דאס הויז נאר אין קארט האט איר דאס גיכאפט בגניבה, סיפארט זייער גיט,יעדע עבירה איז זייער זיס ניין, ביי אונז אידן איז א מצוה אויך זייער זיס, אין האפענדליך וועלן זיי באקימען פינעם דשאדש א גיזינטן שטראף אזוי וי זיי דיזערוון,ויפתח ה" את פי האתון אין ער שעלט קענסט עס סטאפן, קים צו דין תורה. אין אויב האבן די בני זועל צי סגעפעלט מיר יא, עפעס א תביעה זאלן זיי שיקן א הזמנה לבית דין, אה קיי? דאס לעצטע מאל אין נזקוקן איך קען נישט אזוי פיל מאל איבער קייען די זעלבע זאך קענסט דאס איבער קייען נאך הונדערט מאל איז דאס נאך אלץ די ליצנות פין די סענטערי, א טיפיקל זאלי עם הארץ וואס ווייסט נישט וואס אין נזקקין מיינט, אין נזקקין איז א עונש פארן גיין אין ערכאות, דא איז דאס א עונש פאר ענק, סא די האלט נאר אין איין שרייען אין נזקקין , אין בכלל אפשר ווייסט איר ווער זענען גיווען די ערשטע תובע צי זיין היימישע אידן אין ערכאות,אהרון וכת השקרנים העולמי לייקן לייקן לייקן לייקן לייקן, אין ווען איך וועל ברענגן דעם כתב וועסטי שרייען מזוייף, אין ווען איך וועל ברענגען דעם טעיפ וועסטי שרייען פאלש, יעדער גידענקט די זיסע שלש שידעס תורות פין ר' אברהם לייטנער ווי ער האט פאענפערט די בני זועל פארן גיין אין קארט ראטעווען זייערע נכסים, איך מיין די גאנץ ערשטע ווען מען האט נאכנישט גיהערט אזא באגריף פין גיין אין קארט, ווער האט דאס אנגיהויבן? דאס זענען גיווען די בני זועל,די שקרן ניין די ביסט דער שקרן, זיי האבן גיריפן אין קארט נאך א ליגענט אמת ויציב, אין ר' אברהם לייטנער ז''ל האט מזביר גיווען אז צי ראטעווען נכסים הייסט נישט גיין אין ערכאות נאך א ליגענט, נאך אלץ די זעלבע אמת, סא, ר' יואליש, ר' מאיר יודל אין ר' משה בער, דא האבן מיר א היתר פין ר' אברהם לייטנער צי גיין אין ערכאות צי ראטעווען אינזערע? געגנבעטע נכסים, אויב האט איר טענות, קימט אייך אדארעך מיט ר' אברהם לייטנער.
די מחוצף וואס די ביסט די אויסווארף ווען האסטי דאס לעצטע מאל געלערנט צויי שעה רציפות אזוי ווי דע 3 ידען לערנען אגאנצען טאג זיי לערנען א גאנצן טאג צוויי שעה רצופות? די ראצער האנט אינדערפרי ווען איך האב גילערנט צוויי א האלב שעה ווי דער רבי שליט''א האט גיהייסן, איין שעה מסכת יומא איין שעה שולחן ערוך אין א האלבע שעה חק, אין דאס איז אסאך מער ווי ר' מאיר יודל האט גילערנט די לעצטע צויי חדשים ציזאם.   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 21:47 לינק ישיר 

סברעגט נישט קיין כבוד פאר קיין איין צד אזוי צי שרייבן אויף רבנים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 21:57 לינק ישיר 

איז גערעכט אז גערעכטער זאל אזוי ארויסגיין פון די כלים 

אויסער דעם וואס ס'גיבט אים א אומגערעכטער פנים איז עס אויסגעהאלטן לויט די תקנות?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 21:57 לינק ישיר 

סקאטמאלען כתב:
לצים
אויסער דעם האסטו נאך עפעס וואס צו שרייבן  

 איך מיין איך האב שוין גענוג געשריבן איבער די נושא. און בל"נ דאב איז די לעצטע מאל וואס איך שרייב דערוועגן.

1. תשס"ד האט קהל אפגעהאקט ענקער וואסער.

2. ענק האבן געהאט 2 ברירות אדער גיין צו די"ת אדער קארט

3. האט עטס געטענה'ט, אז די"ת איז אויסגעשלאסן צוליב אין נזקקין, מסכים, געזונטערהייט גיי און קארט.

4. נו אז דער תובע וויל דוקא קארט מוז מען דאך מיטגיין אין קארט.

5. אז מ'גייט אין קארט קומט עס מיט ריסקס, ס'קומט מיט מעגליכע קאנטער תביעות פונעם נתבע, אזוי אז ביידע צדדים זאלן ריזיקירן מיטן קארט. דאס איז א פשוט'ער יושר. איך דענק נישט אז איינער זאל דעמאלטס האבן געהאט טענות, פארן אריינגעבן די קאנטער תביעות, ווייל יעדער פארשטייט אז דאס איז פעיר-געים.

6. איינע פון די קאנטער תביעות איז געווען אז דער ביהמ"ד איז אומלעגאל,

7. די סיבה פארוואס קהל האט אריינגעגעבן די קלאגע איז נאר אך ורק אז ענק זאלן אויך ריזיקרן מיט די קארט, ווי געשמועסט.

8. בית יואל האט מיט דעם ריזיקירט זייער גאנצער בעלות אויפן הויז ווייל אויב זייער ביהמ"ד איז אומלעגאל קען זיי קהל אנהאלטן ביים קארג זאלן קומען פארהאנדלען.

9. יעדער האט פארשטאנען אז ווער אימער ס'געווינט גייט דער געווינער אינפארסירן דער געווינס. דאס מיינט אז ביידע האבן דא גענומען ריסקס, קהל אומווילנדיג אין די רביצין ווילנדיג.

10. דער קלאגע אז דער שול איז אומלעגאל איז געווען פון די ארגינעלע קאנטער קלאגעס נאך בשנת תשס"ד, נישט יעצט נאכן אפעלאט תש"ע, דאס איז געווען איינע פון די זאכן וואס דער קארט האט דן געווען דורכאויס דער גאנצער קארט פראצעדור, און יעדער האט פארשטאנען אז דאס איז א ריסק וואס די רביצין מענטשן נעמען דא.

11. דער פסק קומט ארויס פון אפעלאט, און זיי געבן נאך דעם קאנטער קלעים, אז דער שול איז אומלעגאל. דער אפעלאט שרייבט "אז דער פארבאטונג פון דעם אראנדש קאונטי קארט צו אפען האלטן דעם הויז פאר א שול זאל בלייבן בתוקפו"

12. דאס מיינט עטס האטס דערלייגט דעם איינשטעלונג. און קהל האט דא געהאט אלע רעכטן צו איינקעשן דעם געווינס. און ענק אנהאלטן ביים גענאק מיט דעם.

13. וואס טוט א נארמאלער מענטשן אין אזא מצב, מ'שלעפט יענעם אין געריכט 6 יאר, מאכט שאדן אומגעהויערע לעגאלע קאסטן, און נאכדעם דערלייגט מען? האט מען כאטש אביסל דיסענסי צו אפפערן א פארגוטיגונג, אפפערן אז מ'זעמיר גרייט צו פארהאנדלן, מ'זאגט כאטש איים סארי, עפעס.

14. דערווייל גארנישט, מ'נעמט זיך פייערן נצחון, אז מ'האט 15 יאר צוריק געווינען די הויז, מ'מאכט זיך אינגאנצן נישט וויסנדיג, אלעס גייט אן כאילו לא הי'.

15. אומפארשעמטע חוצפה במלא מובן המלא!

16. אויף דעם זאגט קהל, דו האסט מיך געשלעפט אין געריכט, דו האסט איינגעלייגט דיין ריסק, אזוי לאנג איר טוט נישט דו מינדעסטע מענטשליכקייט פון עכ"פ אפפערן זיך אראפזעצן פארהאנדלן ווי א נארמאלער מענטש, נאכן פארלירן, וועט זיין קאנצעקווענצן פאר ענקערע אייגענע מעשים, און מ'האקט אפ די לעקטער אין וואסער.

17. קהל זאגט קלאר אז טראץ וואס זיי האבן די געווינס, טראץ וואס זיי האבן אלע רעכטן צו איינקעשן די געווינס, זענען זיי ווייטער גרייט זיך אראפזעצן פארהאנדלען ווי נארמאלע מענטשן.

18. ווי זאגט די גמרא אכל שום וריחו נודף יאכל שום, זיי האבן שוין דערלייגט דער קארט זיי ליידן די קאנצווענצן, גארנישט, האבן זיי ווייטער די העזה צו נישט מער אין נישט ווייניגער וואו נאכאמאל שלעפן אין קארט אז מ'זאל זיי שוין צוריקגעבן די סוער.

19. זיי האבן ווייטער דערלייגט, זעלבסטפארשטענדליך קומט ווייטער קאנצקווענצן, און זייער נארמאל צו אריינגעבן א קאנטעמפט אוו קארט קלאגע.






סיי וויאזוי, כ'זעה מ'רעדט דא פין היסטאריע, דער ''ערשטער'' מסור וואס איך געדענק הייסט ''יוסל וואלדמאן'' אין אלע היינטיגע מוסרים זענען זיינע תלמידים,
אגב, לויט ווי איך הער איז ער נאך געהעריג אקטיוו, ער האט אינזין צו מחלל זיין ש''ש ביי יעדן גרודער אין ק''י מיטן ברענגן די פרעסע.
אין ער איז מהיושבים ראשונה ביי געוויסע פארטייען, א חרפה!

---------------

צום ענין: א התראת בי''ד, איז טייטש יענער רופט מיך אין קארט אין וויל נישט קומען צו די''ת, דא איז די מעשה ''פינקט פארקערט'', די רעביצין'ס מענטשן האבען געקלאגט אין קארט, אין זיי ווילן נישט קומען צו די''ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 22:16 לינק ישיר 

PARRKIST
גערעכטער ארויס פין די כלים? מיינסט צי שרייבן גערעכטער זאל אזוי ארוס נעמען פין די כלים, גערעכטער האט נישט גישריבן קיין איין קללה קיין איין שקר אלעס גישריבן זייער רוהיג אין צי דערזאך, אין אלעס נאר דעם אמת, אין איך האב נישט געוויסט אז שראבן אמת איז אקעגן די תקנות, קענסט מיך אפרעגן בי מיי געסט, איך בין גרייט פאר א נורמאלע דיסקאשן, אין די קענסט מיר אפילו ענפערן אין נזקקין אז מע דארף מיר נישט ענטפערן, ווייל בא ענק אויף וואס מע האט נישט וואס צי ענטפערן שראבט מען אין נזקקין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 22:49 לינק ישיר 

איך פארשטיי נישט וואס דא גייט פאר.
די רבנים פון די בני יואל [וואס לשיטות הארונים זענן זיי א באנדע עם הערצים, נגד התורה'ניקע'ס] האבן ארויסעגבן א בריוו וואס זיי שרייבן אז דוד עקשטיין מיט זיין חבר וויינשטאק זענן מוסרים, וואס איז דער איבערקערניש וואס מאכן זיך די ארונים צו טוהן
זיי ווייסן דאך דעם אמת אז די הנהלת קבל בית יואל האט געריפן אין ערכאות דוד עקשטיין, אזוי אויך האט דאך דוד עקשטיין געהאט א היתר פון זיינע דיינים נו! וואס איז דער פראבלעם, זאל ער ארויסגעבן א בריוו אינטערגחתמ'ט פון דעם דייין אז ער האט מתיר געווען.
זאלן די רבנים פון בני יואל  [עמי הארצים לשיטתם] פלאצן

חוץ מזה בין איך אינגאנצן צו מישט וואס איז דער דין ודברים דא?
אינעם מסירה שטייט אז ער קלאגט אן די דריי חברה שקצים פארן האבן א בית המדרש אין א פריוואטע הויז
פאר זיין עולם שרייבט ער אז ער וויל מאכן א בית המדרש דארט
בין איך אדער דע נארמאלע ארונים משוגע.
ער פארקויפט פאר זיין עולם אין די דרשה אז ער האט אליין געזהן איין טאג אז יעדן טאג נעמן די חברה האנטוכער פון זיין בית המדרש.
אין ער מוז אפסטאפן
וועגן דעם ריפט ער אין קארט אז ער זאל דארפן צושטעלן דארט האנטוכער
 בין איך צודרייט אדער א צווייטער
איך האב נאר אנגעהויבן מיין עראשטע קשיות איך בין נאכנישט פארטיג, אבער איך אייל זיך




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 23:50 לינק ישיר 



 סקאט, שטאטליך,
"דיינע פאקטן" הייבט זיך פון תשס"ד האסט אויסגעלאזט 9 יאר קאורט פארדעם, אקעי דעס איז אגב, עפעס אנדערש די שרייבסט פאקטן!, איך שרייב אויך פאקטן  די חילוק איז נאר אז דו געסט נישט קיין מקור צו דיינע פאקטן.. און איך ברענג דיר א ביכל מיט דאקומענטן וואס פון דעי גענצע ביכל האט עקשטיין מכחיש געווען די מעשה מיטן ילד, מן הסתם ווייסט ער אויך אז יעדע דאקומענט קען מען וועריפייען ביים קאונטי קלויק, אבער אויף די מעשה מיטן ילד איז נישטא קיין דאקומענטן.. דעריבער קען מען עס יא לייקענען, איך פארשטיי. 

איבער דיין מבינות אויף מורי הוראות, האב מיר שוין געשמועסט, גיי איך מיך נישט באפאסן.

איבער דיין בקיאות אין חושן משפט גיי איך מיך אויך נישט באפאסן.

דו האסט א טענה אז די רבנים שרייבן טענתכם און ס'איז שקר מ'האט נאכנישט אויסגעהערט ענקער צד, האסט א שטארקע טענה, כ'האב אבער פאר דיר נייעס אז דער שליח וואס האט איבערגעגעבן דעם קאנטעמפט האט סיי פאר זלמן לייב וואלדמאן און סיי פאר מאיר דייטש פונקטליך געזאגט וואס דער טענה איז און פארוואס ער ברענגט דעם צעטיל!


וואסערע תביעה פאר א גוט יאר האט בית יואל-הולכי ערכאות צו קיט"ל? דו האלטסט און איין שרייבן מוסרים, וואס קענסטו נישט רעדן אביסל מער באריכות אין דעם נושא? הייב נישט אן ביים סוער!! (אויב דו ווילסט שטארק וויסן איבער'ן סוער, אין בית צדיקים האט מען ענק שוין איינמאל געענטפערט, אויב דו האסט עפעס צו זאגן דערויף, זאג!! רעד נישט פארנעפל'דיג, אין לויף אוועק..




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 23:52 לינק ישיר 


אגב, און וואס איז מיט אין נזקקין אויף די בני יואל וואס האבן געריפען קהל צו דין תורה איבער די דאך וכו' (ביים יעצטיגען קעיס), דארטן איז אין נזקקין געשטארבען...

ד''ה, אזוי אין נזקקין טאר מען נישט ניצען פאר דיך נאר פאר מיך

נאך א זאך:
פארוואס איז לפנים משורת הדין פאר די בני יואל צו גיין צו דין תורה, האבן זיי אן אדערע שלחן ערוך?

נו! פארשטייסט שוין ווי ענקער דיינים מאכען ליצנות פין זיך אליין'ס?




תוקן על ידי דיןתורה ב- 23/11/2009 23:57:40




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2009 00:02 לינק ישיר 

א) דאס וואס דו זאגסט אז "בית יואל" (נישט בני יואל) איז געגאנגען אין ערכאות, לו יהא אז זיי זענען טאקע געגאנגען, זענען זיי אויך געגאנגען ברשות, ווייל איינמאל די הולכי הערכאות העולמי האט אריינגעפירט דעם סכסוך אין ערכאות של עכו"ם (כדרכם איבעראל) איז שוין בי"ד אין נזקקין לו, דאך פלאר וואנט סוער, רוף עס וויאזוי דו ווילסט, הסבלן וכת דיליה זענען געגאנגען אין ערכאות, איז ב"ד אין נזקקין לו.

ב) דא רעדט מען נישט פון ערכאות צו א סכסוך, דא רעדט מען פון א "מסירה", מ'איז געגאנגען מסר'ן צו איינזעצן מענטשן, די כת מוסרים ומלשינים האט איינגעגעבן א פינסטערע מסירה וואס דראעט תפיסה פאר מענטשן, און אויף דעם האט די בי"ד פון דריי אויסגערופענע תלמידי חכמים מובהקים (נישט קיין פאבליק סקול בערנאדא תלמידים אדער פעיראל דיינים) געשיקט א טאזהרה פאר די מוסרים אז זיי זאלן צוריק ציען זייער פינסטערע מסירה.
מישט נישט דא קיין קארט קעיס מיט פשוט'ע פראסטע "מסירה".




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2009 02:30 לינק ישיר 

לכבוד מר" גערעכטער
איך דארף לכאורה דיר נישט ענטפרען אויף דיינע נארישע שקרים וואס מען זעט ביי יעדע שורה ווי ווייניג די ביסט באקאנט מיט אלע כללים ובפרט ווען די שיסט ארויס א ווארט אויף הרב הגאון רבי מאיר יודל טענענבוים וואס איך קען עם אלס מיין ראש ישיבה אין עס איז נישטא קיין איין אינציג תלמוד וואס זאל זאגען אזא ווארט אויף עם אין דאס איז נאך א שקר פינעם כת השקרנים העולמי יעדער וואס טאנצט נישט נאך דיינע רבנים ווערט א עם הארץ עכ"פ איך קען מיט אזאנע ליגענערס וואס מאכען זייערע בויך סברות פאר פאקטען אין נאכדעם מיינען זיי אז מיטען איבער שרייבען ווערט עס שטערקער קען איך נישט פירען קיין וכיחים סא פאר דיר וועל איך מיטען באשעפערס הילף מער נישט ענטפערען פאר דיר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 02:33 לינק ישיר 

ענטפער טאקע נישט!

יעדער ווייסט די טיפשות און זינלאזיגקייט פון די אויבנדערמאנטע רבנים.

גערעכטער'ס רייד זענען גאר גוט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 02:39 לינק ישיר 

לדעתי האט גערעכטער1 געשריבן זייער צום זאך!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 02:39 לינק ישיר 

סיי וויאזוי, כ'זעה מ'רעדט דא פין היסטאריע, דער ''ערשטער'' מסור וואס איך געדענק הייסט ''יוסל וואלדמאן'' אין אלע היינטיגע מוסרים זענען זיינע תלמידים,

מסור ? וועם האט ער געמאסערט" זאג איין נאמען
ן ער איז געגאנגען אין קארט נאך 3 הזמנות מיט א היתר בי"ד
 אין דער סבלן איז נישט אנגעקומען
משע"כ ענק שקרנים העולמי האטס אפילי נישט קיין היתר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 02:41 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:


ד''ה, אזוי אין נזקקין טאר מען נישט ניצען פאר דיך נאר פאר מיך








תוקן על ידי דיןתורה ב- 23/11/2009 23:57:40


אין נזקקין מעג יעדער ניצן ווילאנג א בי"ד פסקנט, 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 02:44 לינק ישיר 

נישט דא קיין ערגערע מסירות פון זיך אויפשטעלן אויף סיקטי-מיניט'ס פראגראם אויף די טעלעוויזשאן בעפאר מיליאנער גוים און צוזאמרעדן כל דבר אסור אויף אידישע קינדער, און זאגן בתוך הדברים אז דער הייליגער רבי זצ"ל בעל ברך משה איז "כומעיני", עפרא לפומי'! (דאס איז נאר איין חילוק פון די מעשים תעתועים פון דעם רשע מרושע).

ויזכרו לחרפה ולדראון בעולם, די אויבנדערמאנטע 'תלמידי חכמים' וועלכע שרייבן 'התראת בית דין' וועלכע האבן אנגעפיהלט א מויל מיט וואסער און קיינמאל נישט מוחה געווען!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעקינג!! התראת בית דין אקעגן די מוסרים
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 ... 7 8 9 לדף הבא סך הכל 9 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.