בית פורומים אידישע געדאנק

פארמעגליך טייערע: אפשר אנדעקסטו מיר דעם סוד...

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/11/2009 14:04 לינק ישיר 
פארמעגליך טייערע: אפשר אנדעקסטו מיר דעם סוד...

 

גראדע בין איך נישט דער ערשטער וואס עס פלאגט די פראגע, אבער מיין נייגער האט זיך אין מיר געשטארקט און איך וואלט געקענט באשטיין אז מען זאל מיר געבן א צופרידענשטעלענדער ענטפער.

מיט א צייט צוריק איז ארויפגעשווימען אויפן האריזאנט א געוויסער פערזאן וועלכע האט זיך פארשלייערט אינטער א געוויסער נאמען, ווי ער האט א לענגערע צייט געליפטערט און געשריבן פארשידענע אינטערסאנטע שילדערונגען ווי ער האט בארירט סענסעטיווע טעמעס וועלכע האט געצויגען די אינטערעסע פון אירע ליינער.

מענטשן זענען געווען שטארק נייגעריג ווער עס איז דער וואס שטייט אינטער דער נאמען, די פארשונגען האבן זיך אנגעפאנגען אין א צייט ווען דער שרייבער האט אפירגענומען איינער פון די בארימטע רבנים און אנגעפאנגען אראפמאלן זיין ביאגראפיע, איבערלעבענישן, מעשים וואס זענען געטוהן געווארן אין זיינע יונגע יארן, און שפעטער און זיינע עלטערע יארן, דער שרייבער האט זיך נישט פארהוילן פון דערציילן אז ער איז נאנט באקאנט מיט דער רבי, און ער האט נישט איינמאל מיטגעהאלטן ווי דער רבי האט געשטיצט די טעראר, און אליינס געשטאנען אינטער די אלע אקטן וועלכע זענען אפגעטוהן געווארן, עס האט ארויסגעשיינט פון צווישן זיינע שורות אז דער שרייבער איז פערזענליך באקאנט מיט די אייגענשאפטן פונעם געטראפענעם, ער האט ארויס יענעמ'ס פערסענאלעטי, און ער איז ברייט באקאנט מיט זיין סדר היום, מיט זיינע כסדר'דגע ווערטליך און וויצן וואס ער פלעגט זאגען פאר זיינע בחורים.

אין אנפאנג האט בלויז אויסגעזעהן ווי דער ארטיקל גייט בלויז ארויסזאגען דער מיינונג פון איר שרייבער, און מען גייט בלויז ארומרעדן היסטאריע, אבער ווער עס האט אביסל צוגעדרוקט די ברילן האט באלד באמערקט אז דער וואס האלט די פענע אין האנט איז עמעצער וועלכע איז טאקע נאנט באקאנט מיט יענער אויבערדערמאנטע רבי, אבער די באקאנטשאפט האט זיך געהאט איבערגעריסן ביי א געוויסע געלגענהייט, און עס האט שפעטער ארויסגעשיינט ווען מען האט געזעהן די שארפע לשונות וועלכע זענען גענוצט געווארן אנטקעגען יענעם, און די ביליגע אויסדרוקן אז דער שרייבער האט זיך געדרייט אינטער זיינע פליגלן און געווען ווי באקאנט שטארק אינפארמירט מיט די אלע אקטן (איידל גערעדט) און ווען די ענדע פון זיינע אקטן איז געקומען צוליב א אומאיינגענעמע סיבה וועלכע וועט איצט נישט אויסגעשמועסט ווערן האט זיך אנגעפאנגען דאס וואס עס האט זיך אנגעפאנגען.

צענדליגע ארטיקלן זענען געשריבן געווארן אלעס געצילט קעגען דער זעלבער מענטש, ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן צווישן אנדערן דער אומאיינגענעמע ריח וועלכע קומט ארויס פון זיין מויל... פון וואס אירע ליינער זענען שטארק באאיינפלוסט געווארן...

איצט דא און אונזער 'נוטראלער' אפגעהיטענע' באשיידענע' פארום אינטער די נייע אנפירערשאפט (א געלעכטער און א זייט) זעה איך אז דער אויבערדערמאנטע שרייבער איז ווידער דא נאכן זיין אויף וואקאציע א לענגערע צייט, מעגליך נאכדעם וואס מאנכע האבן אויפגעברענגט פארשידענע צווייפלן אז דער וואס באהאלט זיך אינטער דער............איז גאר.............דער יונגערמאן ואס מ'האמיר געשמועסט.........

אבער לאמיר נישט אריינקריכן........ס'איז נישט אזא סוד אז אז עס זאל דארפן א באזונדערע אפהאנדלונג, איז מיין פערזענליכע בקשה און פראגע: ווי איך זעה האט דער שרייבער פון הודעה יונה בעקער: כ"א כסליו טריפ! (סוד גדול) שטענדיג פארמאגט צוטריט צו פארשידענע אפציעס וואס אונז פשוטע שרייבער האבן נישט, ווען ער האט געוואלט אז זיינע ארטיקלן זאלן לאנג געזעהן ווערן האט עס באלד באקומען א בכבוד'דיגער ארט אויבן אן און עס איז קיינמאל נישט גערירט געווארן, און איצט ווען דער אחים אנחנו פארום איז פארשלאסן געווארן און עס האט זעך געעפנט דער אידישער געדאנק פארום איז ער ווידעראמאל דער איינציגער וועלכע האט צוטריט צו  אפציעס וואס קיינער פארמאגט נישט, איז מיין פראגע וואס איז דער באדייט דערפון? און איז טאקע אמת אז מען דארף זיין דער מנהל צו קענען מאכן אז די אייגענע ארטיקלן זאלן פארבלייבן אויפן אויבן אן?... אדער לעב איך גאר אין א טעות?... אדער האב איך אויך א וועג אז מיינע ארטיקלן זאלן קענען אראפגעזעצט ווערן אויבן אן נעבן די תקנות הפרום, און עס זאל נישט קענען זיין רירבאר?............!




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/11/2009 16:52 לינק ישיר 

איך בין אויך שטארק צומישט פון די אנפירערשאפט פון דעם פארום, ווייל אין דער צייט וואס "אחים אנחנו" האט פרובירט זיך צו האלטן נייטראל און כמעט נישט געמעקט קיין תגובות חוץ אין אויסנאם פעלער ווען מ'האט ממש עובר געווען אויף תקנות הפארום, איז דער איצטיגער "אידישע געדאנק" פיל ווילדער און מעקט תגובות אן קיין שהיות און קיין שאלות בעיקר תגובות אקעגן הרע"ה ט"ב מקרית יואל, ער האט מיר שוין געמעקט אפאר מאל נארמאלע תגובות אן קיין שום סיבה נאר ווייל ס'איז קעגן דעם סבלן הרע"ה הידוע.. דעריבער קלער איך אז דאס איז א ארונישער מנהל וואס קען באשטיין אריינצוכאפן דא די זאלוינישע שרייבערס אין זיין זאק אריין..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-23/11/2009 18:21 לינק ישיר 

לויט ווי איך מאעק דער מנהל אויס אלעס וואס ס'ווערט געשריבן ווילד אין מיט שארפע משוגענע לשונות פין ביידע זייטן ווייל ער וויל מסתמה אז יעדער זאל דא ליינען אין שרייבן אין פרעמדע מענטשען זאלן אויך וועלן אריין קיקען אין דעם אשכול



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 03:24 לינק ישיר 

קארעספדאנט כתב:
 

גראדע בין איך נישט דער ערשטער וואס עס פלאגט די פראגע, אבער מיין נייגער האט זיך אין מיר געשטארקט און איך וואלט געקענט באשטיין אז מען זאל מיר געבן א צופרידענשטעלענדער ענטפער.

מיט א צייט צוריק איז ארויפגעשווימען אויפן האריזאנט א געוויסער פערזאן וועלכע האט זיך פארשלייערט אינטער א געוויסער נאמען, ווי ער האט א לענגערע צייט געליפטערט און געשריבן פארשידענע אינטערסאנטע שילדערונגען ווי ער האט בארירט סענסעטיווע טעמעס וועלכע האט געצויגען די אינטערעסע פון אירע ליינער.

מענטשן זענען געווען שטארק נייגעריג ווער עס איז דער וואס שטייט אינטער דער נאמען, די פארשונגען האבן זיך אנגעפאנגען אין א צייט ווען דער שרייבער האט אפירגענומען איינער פון די בארימטע רבנים און אנגעפאנגען אראפמאלן זיין ביאגראפיע, איבערלעבענישן, מעשים וואס זענען געטוהן געווארן אין זיינע יונגע יארן, און שפעטער און זיינע עלטערע יארן, דער שרייבער האט זיך נישט פארהוילן פון דערציילן אז ער איז נאנט באקאנט מיט דער רבי, און ער האט נישט איינמאל מיטגעהאלטן ווי דער רבי האט געשטיצט די טעראר, און אליינס געשטאנען אינטער די אלע אקטן וועלכע זענען אפגעטוהן געווארן, עס האט ארויסגעשיינט פון צווישן זיינע שורות אז דער שרייבער איז פערזענליך באקאנט מיט די אייגענשאפטן פונעם געטראפענעם, ער האט ארויס יענעמ'ס פערסענאלעטי, און ער איז ברייט באקאנט מיט זיין סדר היום, מיט זיינע כסדר'דגע ווערטליך און וויצן וואס ער פלעגט זאגען פאר זיינע בחורים.

אין אנפאנג האט בלויז אויסגעזעהן ווי דער ארטיקל גייט בלויז ארויסזאגען דער מיינונג פון איר שרייבער, און מען גייט בלויז ארומרעדן היסטאריע, אבער ווער עס האט אביסל צוגעדרוקט די ברילן האט באלד באמערקט אז דער וואס האלט די פענע אין האנט איז עמעצער וועלכע איז טאקע נאנט באקאנט מיט יענער אויבערדערמאנטע רבי, אבער די באקאנטשאפט האט זיך געהאט איבערגעריסן ביי א געוויסע געלגענהייט, און עס האט שפעטער ארויסגעשיינט ווען מען האט געזעהן די שארפע לשונות וועלכע זענען גענוצט געווארן אנטקעגען יענעם, און די ביליגע אויסדרוקן אז דער שרייבער האט זיך געדרייט אינטער זיינע פליגלן און געווען ווי באקאנט שטארק אינפארמירט מיט די אלע אקטן (איידל גערעדט) און ווען די ענדע פון זיינע אקטן איז געקומען צוליב א אומאיינגענעמע סיבה וועלכע וועט איצט נישט אויסגעשמועסט ווערן האט זיך אנגעפאנגען דאס וואס עס האט זיך אנגעפאנגען.

צענדליגע ארטיקלן זענען געשריבן געווארן אלעס געצילט קעגען דער זעלבער מענטש, ווי עס איז אויסגעשמועסט געווארן צווישן אנדערן דער אומאיינגענעמע ריח וועלכע קומט ארויס פון זיין מויל... פון וואס אירע ליינער זענען שטארק באאיינפלוסט געווארן...

איצט דא און אונזער 'נוטראלער' אפגעהיטענע' באשיידענע' פארום אינטער די נייע אנפירערשאפט (א געלעכטער און א זייט) זעה איך אז דער אויבערדערמאנטע שרייבער איז ווידער דא נאכן זיין אויף וואקאציע א לענגערע צייט, מעגליך נאכדעם וואס מאנכע האבן אויפגעברענגט פארשידענע צווייפלן אז דער וואס באהאלט זיך אינטער דער............איז גאר.............דער יונגערמאן ואס מ'האמיר געשמועסט.........

אבער לאמיר נישט אריינקריכן........ס'איז נישט אזא סוד אז אז עס זאל דארפן א באזונדערע אפהאנדלונג, איז מיין פערזענליכע בקשה און פראגע: ווי איך זעה האט דער שרייבער פון הודעה יונה בעקער: כ"א כסליו טריפ! (סוד גדול) שטענדיג פארמאגט צוטריט צו פארשידענע אפציעס וואס אונז פשוטע שרייבער האבן נישט, ווען ער האט געוואלט אז זיינע ארטיקלן זאלן לאנג געזעהן ווערן האט עס באלד באקומען א בכבוד'דיגער ארט אויבן אן און עס איז קיינמאל נישט גערירט געווארן, און איצט ווען דער אחים אנחנו פארום איז פארשלאסן געווארן און עס האט זעך געעפנט דער אידישער געדאנק פארום איז ער ווידעראמאל דער איינציגער וועלכע האט צוטריט צו  אפציעס וואס קיינער פארמאגט נישט, איז מיין פראגע וואס איז דער באדייט דערפון? און איז טאקע אמת אז מען דארף זיין דער מנהל צו קענען מאכן אז די אייגענע ארטיקלן זאלן פארבלייבן אויפן אויבן אן?... אדער לעב איך גאר אין א טעות?... אדער האב איך אויך א וועג אז מיינע ארטיקלן זאלן קענען אראפגעזעצט ווערן אויבן אן נעבן די תקנות הפרום, און עס זאל נישט קענען זיין רירבאר?............!




עס זענען דא 2 אפשענס אז דיינע ארטיקלעך זאלן קובע מקום זיין נעבן די תקנת הפורום, איינס איז דער אישי פאסט קעסטל, צווייטענס איז דער אימעיל [email protected], בוסט מכובד זיך דארט איינצומעלדן וואס פארא סארט שרייב ווערק די ווילסט אהערשטעלן פארן ציבור און מיר וועלן דאס בעזר השם מכבד זיין פונקט ווי פארמעגליך'ס ארטיקלעך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-24/11/2009 04:04 לינק ישיר 

די פארשטייסט באמת נישט פארוואס פארמעגליך'ס ארטיקלעך האבען דעם מקום מכובד אפן ערשטע שורה?

ווער עס ברעגט ליינער באקומט דעם אויבן אן, אפילו איך האלט פערזענליך פון זאכען וואס ער שרייבט אז ער איז נישט נאמן, למעשה האבען זיינע ארטיקלעך געברענגט גרויס פובליסיטי




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-24/11/2009 22:54 לינק ישיר 



תוקן על ידי ווער_איז ב- 24/11/2009 23:05:53




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 04:51 לינק ישיר 

איך האב שוין געשריבן אין א אנדערע צווייג (אשכול בלע"ז) אז פארמעגליך באקומט דער אויבן אן פשוט ווייל ער שטעלט אהער א הערליכע ארבעט און איך בין זיכער אז יעדער וואס וועט שרייבן אזעלכע געלונגענע ארטיקלעך אפילו קעגן מהרי"י וועט אויך באקומען די זעלבע כבוד ווי פארמעגליך.

לגבי אויסמעקן תגובות וויפיהל איך באמערק האט מען אויסגעמעקט מער תגובות אנטי אהרוני ווי אנטי זאלי דו"ק ותשכח.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פארמעגליך טייערע: אפשר אנדעקסטו מיר דעם סוד...
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext