| נשלח ב-24/11/2009 16:53 |
|
| |
כולל שומרי החומות
ווי באקאנט פירט שוין ר' אהרן א ביטערע מלחמה יארן לאנג קעגן דעם ריזיגן מוסד "כולל שומרי החומות". זייט מען האט אויך אויפגענומען דעם סאטמאר'ן רבי'ן מהרז"ל שליט"א פאר "סגן נשיא" קען זיך ר' אהרן נישט בארואיגן. ער האט געהאלטן די באקאנטע "אנש דייקא" דרשה דערקעגן. און לעצטנס האט געטראפן א נייעם טריק זיך מיט זיי עמטליך צו שלאגן ווייל זיי אדווערטייזן נישט לויט זיין געשמאק.
וואס עס איז מיר אינטרעסאנט געווען צו באמערקן, וויאזוי דער אהרונישער שרייבער קליינע קאפ שרייבט:
עס איז דא 2 ברירות: 1- דער איד וועט איינהאלטן זיין מיאוס פענע "געווינען"
2- דער איד שרייבט ווייטער..... אנ"ש וועלן שטיצן היימישע צדקות "ווייטער געווינען".
איר כאפט וואס דא טוט זיך? כולל שומרי החומות, איז א ריזיגער מוסד וואס שטיצט טויזנטער אידן אין ארץ ישראל, כולל יונגעלייט, אלמנות ויתומים. און ווייל זיי האבן נישט אויפגענומען ר' אהרן אלס איינציגער הערשער, און האבן מחליט געווען צו נעמען אויך מהרז"ל אלס סגן נשיא. פרובירט ר' אהרן זיך אין זיי נוקם צו זיין וויפיל ער קען נאר. מילא, אויף קראנקע מענטשן איז די קשיא נישט אזוי גרויס, זאל ער זיך נוקם זיין יעדן טאג מיט עפעס אנדערש...
אבער פארוואס, אז אידן הערן אויף צו געבן צדקה פאר עניי ארץ ישראל איז דאס "ווייטער געווינען"? ווייל כולל שומרי החומות איז נישט: "איך מיך און זיך"! ער וויל אז יעדע פעני אהרונישע געלט זאל גיין, פאר "היימישע" (אהרונישע) צדקות, נישט פאר "יענעם"!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 17:12 |
|
| |
איך האב קיינמאל נישט געוויסט וואס ברענט פאר דעם בריסק'ער פארשטיי
דאס וואס ער שרייבט און דעם צווייטן "כל העולם" פארום
"דער סגן נשיא פונעם כולל ר' זלמניו, וואס איז געפארען אויף לייקוואד א וואך נאך רבינו שליט''א, ווייזען אז ער פיגערפירט אויף דעם אלטוועטליכע מאפע, און אז ער גייט מיט ווייסע שטרימפ אונדערוואכען,
וואו איז ער געפארען צו די מגולחים און די פייוו טאנס, זיי צו ווייזען אז ער האט א שיינע קאר, פארשלייערט און א סיבה צו מאכען געלט פארן כולל,
קען נישט עפעס אויף טאן דא?
טאמער מיינט ער די טובה פונעם כולל, איז אפשר נישט כדי אז ער זאל דעם שלמה מייער'ן אריין נעמען און די זכור אשר עשה לך עמלק קאמפיין? און באפרייען דעם כולל פון דעם געמיינעם פארשוין? "
ישר כוחך פאר רעדן דברי אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 17:33 |
|
| |
זיי פירן די זעלבע מערכה ווי צד מהרי''י די חילוק איז נאר, צד מהר''א פירט מיט שומרי החומות ווייל זיי שטיצען א צייטונג וואס איז לויט זיי א כתב פלסתר אין צד מהרי''י פירט די מערכה מיט זיבענבירגען אין חיבת ירושלים, ווייל זיי שטיצען נישט זייער צייטונג.
די נ''מ איז נאר, אז צד מהר''א אז דאס אנאנסירט וואכען פריער אלס א תקנה פין זייער קהל, אז איינער וואס וויל מאכען אפיעל'ס ביי זיי דארף נאכקומען די תקנה, אין צד מהרי''י האט נישט געשיקט קיין שום ווארענונג אין עס איז נישטו מיט וועם צו רעדן, ווייל זיי זאגען אז זיי לויפן אויף א ליניע וואס איז אבער פאקטיש סותר זייער התנהגות ספעציעל ביי דעם פאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 19:41 |
|
| |
ר' אהרן פערזענליך פירט שוין יארן לאנג א מלחמה מיט שומרי החומות, און האט אפילו געהאלטן א שמוציגע דרשה קעגן זיי, נאך בעפאר מען האט געטראפן דעם נייעם תירוץ זיי צו רודפ'ן...
און דער היפאקריט, איז נאך אלץ גרייט צו נעמען כבוד פון זיי, און גיין אלס סגן נשיא ווען ער קען דערפון בענעפיטירן.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 20:46 |
|
| |
וואס עפעס? ער קען באשטיין סיי צו זיין "סגן נשיא", און סיי זיין עולם זאל געבן דאס גאנצע געלט נאר פאר "איך מיך און זיך".... אפשר וועט ער קענען פאר ערגעץ צו אפאר מגולחים בשם דעם כולל כאפן אביסל כבוד אויך.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/11/2009 20:48 |
|
| |
| פארשטייצעך כתב: |  | |
וואס עפעס?
ער קען באשטיין סיי צו זיין "סגן נשיא",
|
|
ער איז שוין אפאר יאר א נשיא נישט א סגן נשיא
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2009 00:54 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | זיי פירן די זעלבע מערכה ווי צד מהרי''י
די חילוק איז נאר, צד מהר''א פירט מיט שומרי החומות ווייל זיי שטיצען א צייטונג וואס איז לויט זיי א כתב פלסתר
אין צד מהרי''י פירט די מערכה מיט זיבענבירגען אין חיבת ירושלים, ווייל זיי שטיצען נישט זייער צייטונג.
די נ''מ איז נאר, אז צד מהר''א אז דאס אנאנסירט וואכען פריער אלס א תקנה פין זייער קהל, אז איינער וואס וויל מאכען אפיעל'ס ביי זיי דארף נאכקומען די תקנה, אין צד מהרי''י האט נישט געשיקט קיין שום ווארענונג אין עס איז נישטו מיט וועם צו רעדן, ווייל זיי זאגען אז זיי לויפן אויף א ליניע וואס איז אבער פאקטיש סותר זייער התנהגות ספעציעל ביי דעם פאל.
|
|
אויפריכטיגע רייד, ניין???
|
|
|
|
| נשלח ב-25/11/2009 01:31 |
|
| |
זייער אינטערסאנט אז די אהרונים פירן אזא מאדנע מערכה
מה ראה לשטות זה?
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|