בית פורומים אידישע געדאנק

ברעיקינג: דורכגעפאלענע אטאקע אויף ר' עזריאל גליק

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/11/2009 20:05 לינק ישיר 
ברעיקינג: דורכגעפאלענע אטאקע אויף ר' עזריאל גליק


די מערכה וועלכע עס ווערט געפירט מצד די חסידי מהר"א די מוסרים פון בני ברק, קעגן די סאטמארער קהלה מיטן ציל צו פארכאפן די שליטה און בעלות אויף די מעכטיגע ריזיגע "חברת שיכון קרית יואל" קארפארעישאן מיט אירע 300 מילאן דאלערדיגע פארמעגנס, וועלכע שטייט תחת נשיאות כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מוהרי"י), איז אריבער נעכטן צו א נייע פאזע.

אויב האט איינער געמיינט אז זיי האלטן ביים גיין צו א די"ת נכזבה תוחלתו, ווען יעדער ערענסטער רב וואס איז אריין בעובי הקורה, האט דערזעהן אז די מוסרים וועלכע שטייען ביים רידער פונעם "מרכז המוסדות" ווילן נישט גיין צו א די"ת, נאר באקומען אלע זייערע תביעות און נכסים אן קיין די"ת.

זונט דעם זומער פראבירן זיי ארויסווישן א פרישן בריוו פון די בני ברק'ער בתי דינים, אלס א תשובה אויפ'ן בריוו פון ביד"צ דסאטמאר, געציילטע טעג פאר יו"ט סוכות האבן זייערע פירער געסטראשעט אז איצט קומט א באמבע קעגן די זאלי'ס וואס זיי וועלן זיך נישט קענען ארויסדרייען דערמיט. י. ראטער האט געזאגט מיט זיינע ציגענע באקן פאר יעדן "אויב גייט די באמבע נישט געלונגען הייס איך נישט יחזקאל ראטער".

למעשה ווי עס קוקט אויס איז די באמבע אויפגעפלאצט געווארן פאר עס איז געשאסן געווארן, ווען ער האט נישט געקענט ארויסדערווישן קיין פרישן בריוו פון די בני ברק'ער בתי דינים, און זיי זענען פארוויקעלט געווארן מיט פראבלעמען (וואס מ'קען דערוויל נישט מבאר זיין) נישט האבן קיין שטעקן און די הענט, וועלכע זאל עם צוריק ברענגען די 280 אלפים וואס ער האט אויפגעהערט צו באקומען יערליך.

האבן זיי באשלאסן צו צוריק גיין און געריכט, אריינגיין בערכאות שלא בהיתר בית דין, כדי צו פראבירן צו צוריק פארכאפן די מאכט און די קאנטראל אויף די מעכטיגע קארפאראציע.

און דעריבער האבן זיי באשלאסן צו ארויסדערווישן אונטערשריפטן פון הרב החסיד ר' עזריאל גליק שליט"א משב"ק מרנן ורבנן זי"ע ולהבחל"ח שליט"א, פון די הויפט אייגענטימער און די שעיר האולדער'ס פון די קארפאראציע, וועלכער זאל אונטערשרייבן אויף געוויסע דאקומענטן כאוות נפשם, און דערמיט אריינטרעטן אין געריכט.

פון בני ברק זענען געקומען צופארן א גרופע פון אהרונים אנטיילנעמען בשמחת נישואי בן הרב חיים הערש מייזליש ראש ישיבת מהרי"ט, צווישן די גאנצע גרופע זענען געווען צווי יונגעלייט, וואס זענען געווען אויסגעשטעלט און מאשטירט צו פארזעצן דעם מעשה הזיוף, (באקומענדיג הילף פון די געניטע שווינדלער פון קרית יואל) וואס ווען עס וואלט ווען צושטאנד געקומען וואלט שמואל ווידער געהאט א העדליין פאר'ן "בלאט" אויף די וואך, און די רעזולטאטן פון די אקציע וואלט געווען אן ארטיקל פאר היסטאריקער.

ובכן.
נעכטן פארנאכט קאלט דעם טעלעפאן ביי ר' עזריאל'ן אינדערהיים, פון די צווייטע זייט הערט מען "העלא דא קאלט מעכיל שלעזינגער, איך קען נישט צופיל מאריך זיין אויפ'ן טעלעפאן, אין בני ברק גייט איצט א פייער, מ'מיז וויכטיג האבן געוויסע דאקומעטן, איך שיק אריין צווי יונגעלייט שוין איצט, און שרייב עס אונטער"

ר' עזריאל האט גלייך דערקענט אז עס איז נישט די שטימע פון ר' מעכיל שלעזינגער, און האט גלייך יענעם גענטפערט און טעלעפאן "וועם בלאפסטו און פירסט מיט ליגענט".

האלטענדיג אינמיטן רעדן אין טעלעפאן מארשירן אריין די צווי יונגעלייט, און זאגן "מיר זענען שלוחים פון ר' מעכיל שלעזינגער".

ר' עזריאל האט גלייך פארשטאנען וואס עס גייט דא פאר, און האט די צווי אידן באגלייט אחר כבודם ביזן אינדרויסן פון זיין הויז, זאגענדיג צו זיי, "מיט בלאף און שקר וועט איר און ערגעץ נישט אנקומען".


די צווי יונגעלייט וואס מ'האט זיי נעבעך איינגערעדט אז דער ר' עזריאל איז היינט און א מצב ווי סאסשע'ס טאטע, און זיי וועלן דערווישן פון עם אונטערשריפטן כלאחר יד, האבן אפגעיאגט פון געגנט כל עוד נשמתם באפם.


נאכן ארויסיאגן די שווינדלער און פאברעכער פון זיין הויז האט ר' עזריאל שליט"א אנגעקאלט זיין זון שיחיו און ר' מעכיל הי"ו, און האט זיי געזאגט געציילטע ווערטער: די איניוויזיע איז דורכגעפאלן


די איבעריגע איז היסטאריע !!!


תוקן על ידי yuchw ב- 25/11/2009 20:13:26




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 20:23 לינק ישיר 

אויב אזוי איז דער ר' עזריאל גאנץ א גוט שטיקל בטלן.

איך אין זיין פלאץ וואלט תיכף גענטפערט פאר די 2 אינגעלייט:

יא, אי, ר' מעכל האט מיר גערופן, קומט זעצט אייך אראפ, ווי דארף איך אינטערשרייבן? אה דא? נאר דא אדער איר האט נאך פאפירן? אה אויך די 3? פיין...

איך וואלט אריינגעשטעקט די הענט אין טאש ארויסצונעמען א פעדער או מיט דעם זעלבן הענט אריינגעלייגט אלע פאפירן אין טאש און דארט געלאזט...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 20:23 לינק ישיר 

איך האב היינט גיהערט אין ביהמ"ד, ווי איינער פון די מקשיבי השיעור צוזאמען מיט ר' עזריאל פארציילט די מעשה גענוי ווי דו שרייבסט.

ס'איז געווען א גיטע מילתא דבדיחותא פארן לערנען.. ובדחו בה רבנן



תוקן על ידי סעננדר ב- 25/11/2009 20:51:27




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 20:27 לינק ישיר 

בך בדחו אבותינו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 20:47 לינק ישיר 

 

תוקן על ידי סעננדר ב- 25/11/2009 20:52:38




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 20:53 לינק ישיר 

און פסוק שטייט אויך "זעקו ונמלטו", מ'האט געשריגן און זיי זענען אנטלאפן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 20:58 לינק ישיר 

אין פסוק שטייט אויך "ולא בושו"!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:11 לינק ישיר 

קעגען וועם דארף זיין דער קוארט קעיס? קעגען חתונה האל?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:18 לינק ישיר 

ס'איז מסודר רבי נחום, פארדריי נישט דעם שמועס ביטע..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:24 לינק ישיר 

אוי איז עס גוט

איך זעה אז די אהרונים זענען נאך טעטיג, זיי זענען אומרואיג מיט די בני ברק'ער סכסוך.

עס האט נישט געהאלפן די בריוון פון די ארטיגע רבנים, ווען קיינער מאכט זיך נישט צו טאן דערמיט, עדי כדי כך אז זיי מוזן נעמען פעלשן דאקומענטן.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:38 לינק ישיר 

סוג כתב:
אוי איז עס גוט

איך זעה אז די אהרונים זענען נאך טעטיג, זיי זענען אומרואיג מיט די בני ברק'ער סכסוך.

עס האט נישט געהאלפן די בריוון פון די ארטיגע רבנים, ווען קיינער מאכט זיך נישט צו טאן דערמיט, עדי כדי כך אז זיי מוזן נעמען פעלשן דאקומענטן.

    



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2009 21:40 לינק ישיר 

איך האב הנאה פון רבי עזריאל, ער פארלירט זיך נישט..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:46 לינק ישיר 

יא פארפאלן דער ר' זריאלע האט אלץ גישעמט אלץ א פיקח עצום אין א חכם עתיק



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/11/2009 21:47 לינק ישיר 

בעד טריי!


זיי האבן פארזעהן אז רבי עזריאל איז א אלטע געשולטע גענעראל, און זיי מוזן נוצן קליגערע תכסיסי מלחמה מיט אים...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-25/11/2009 21:52 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
 


ארוני פרובירט מיט שקר עזריאל טראסקעט אים ארויס  וויל ער עס נאכדעם לייקענען דאס הייסט א טיפיקל חלה דעקל
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/11/2009 22:08 לינק ישיר 

וואס מיינט א טיפיקל זאלי? אז משה גאבע זאגט ווען מע האט נישט וואס צי ענטפערן שראבט מען חלה דעקל, בלאבן זיי מיטן חלה דעקל, איך וואלט גימיינט אז איר זאלט שוין טוישן צי א קישן ציך!!!

זריאל טראסקעט, נעבעך נעבעך, דער זריאל ווייסט נישט בין ימינו לשמאלו, אין ער טראסקעט, אויף איינמאל ווערט זרילע א חכם אין א גענעראל, זיי האפן אז מע גידענקט נישט דעם אלטן גיועפטן זרילע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ברעיקינג: דורכגעפאלענע אטאקע אויף ר' עזריאל גליק
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext