בית פורומים אידישע געדאנק

די גאנצע אמת אויף 'אליאור חן'

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-26/11/2009 16:20 לינק ישיר 
די גאנצע אמת אויף 'אליאור חן'

היות ס'איז דאך א דעמאקראטישע פלאץ דא און נאך דערצו מיט 'היימישע' אידן האב איך מיר דערוואגט ארויפצוברענגן די נושא
אויפן טיש, ווער ס'האלט מיט די פרייע מידיא אין מדינת ישראל ווייסט אז די לעצטע פאר וואכן איז מען געווען זייער פארנומען
מיט דער מענטש 'אליאור חן' און בכלל במשך די לעצטע אנדערהאלבן יאר איז דאס כסדר ארויפגעשווימען אויף די העדליינס.

בעצם הערט זיך די מעשה זייער מאדנע און מער א חלום ווי א אמת'ע פאסירונג אבער כרגיל נעמט די המון עם אן דאס וואס
די מידיא פארציילט מיט בלינדע אויגן און בפרט אז מען הערט נישט קיין קול וואס נעמט זיך אן פאר אים,
איך האב מברר געווועןדי מעשה פון אלע צדדים און איך בין ארויסגעקומען מיט זייער א קלארע בילד
וואס ס'איז די ריינע אמת דא און איך האב באשלאסן עס
דא צו באשרייבן, צו מפרסם זיין די אמת און ווייזן ווי ווייט די ציונים קענען אנקומען אוועקצולייגן א פרומע איד.

קודם וויל איך אבער מקדים זיין פאר די וואס וועלן טענה'ן גלייך אז מען טאר זיך נישט אננעמן פאר אים, אז כמה צדיקים
ות"ח נעמן זיך אן פאר אים: כ"ק האדמו"ר מפשעווארסק פרעגט זיך כסדר נאך אויף אים און אזוי אויך געהייסן די משפחה
זאל גיין צו הגה"צ ר' יעקב מאיר שעכטר זאל צולייגן א נאמען און כך הוה הגה"צ ר' יעקב מאיר האט אים צוגעלייגט די נאמען
אליהו, כ"ק האדמו"ר מהרי"י מסאטמאר האט זיך אליינס משתתף געווען און צאמנעמן געלד פאר זיינע משפטים, און לאנדאן
איז פאררופן געווארן א טיי אווענט לטובתו דורך הרה"ג ר' הערשל שנעק דומ"ץ חסידי סאטמאר מהרי"י און דורך הרה"ג ר' שמואל בנימין קרויס מרבני סאטמאר מהר"א און ס'האבן גע'חתמ'ט פאר די טיי אוונט רוב רבנים פון שטאט ווי די מרא דאתרא
הרב פדווא, הרה"ג ר' אליעזר דוד פרידמאן, הרה"ג ר' זאב פעלדמאן און נאך, און מאנטריאל האבן גע'חתמ'ט הרה"ג ר' יוחנן
וואזנר דומ"ץ סקווירא מחבר שו"ת חיי הלוי וואס ער האט אליינס מברר געווען די מעשה און גובה עדות געווען און ער איז אויך געפארן קיין אמעריקע צאמשטעלן געלד פאר אים, און אזוי אויך הרב טירנויער דומ"ץ חסידי סאטמאר, און אזוי אויך הגה"צ ר'
ישעי' יעקב פארטוגאל בנו הגדול פון כ"ק האדמו"ר מסקולען.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2009 16:52 לינק ישיר 

די מעשה וואס די מדינה פארקויפט אויף אים איז כדלהלן:
ס'איז געווען א איד מיטן נאמען אליאור חן וואס ער איז געווען א ספעציעלע כאריזמאטישע מענטש
מיט א עלוי'שע קאפ, און ער האט געצויגן צו זיך א קבוצה חסידים וואס ער האט מיט זיי עוסק געווען
און ספרי ברסלב און אויך אין קבלה, במשך די צייט האט ער פאלש אפגעלערנט די אלע זאכן און ער איז
צוגעקומען צו שוידערליכע פשטים, אזוי אויך האט ער באוויזן מופתים גלויים ער האט געקענט זאגן
פאר א חסיד לייג אריין די הענט אין טאש וועסטו טרעפן 100 שקל און כך הוה אדער פלעגט
ער גיין אין מקוה אין די מקוה איז געווען פארשפארט האט ער געזאגט א שם און די
טיר האט זיך אויפגעמאכט און נאכדעפ פלעגט ער קענען בלייבן אונטער די וואסער פון מקוה
פערציג מינוט אן אויפהייבן די קאפ אינמיטן און נאך אסאך אזעלכע מופתים און רוח הקודש.

ער האט געהאט א חסיד וואס האט געהייסן דוד ש' און ער איז געווען
חתונה געהאט צו מיכל און זיי האבן געהאט 8 קינדער איין טאג האט דער אליאור חן (וואס איז געווען חתונה געהאט
און געהאט צוויי אדער דריי קינדעלעך שוין) מחליט געווען אז ער וויל חתונה האבן מיט איר ממילא האט ער
איינגערעדט די פרוי זאל זיך גט'ן פון איר מאן און כך הוה די פרוי האט זיך גע'גט און דא הייבט זיך אן
די גאנצע פרשה.

די פרוי זייענדיג אליינס מיט אכט קינדער האט זיך נישט א עצה געגעבן און געקומען צו איר רבי אליאור חן און
געבעטן א עצה אליאור האט איר געענטפערט אז ער וועט זיך אריינציען צו איר אינדערהיים מיט זיין ווייב און
קינדער און איר צוהעלפן, אליאור האט זיך טאקע אריינגעצויגן און מיטגעברענגט אהין נאך 4 בחורים פון זיינע
חסידים זאלן לערנען מיט די קינדער, די קינדער זענען געווען זייער ווילד האט אליאור געזאגט אז דאס קומט
פון שלעכטע רוחות וואס געפונען זיך אין די קינדער און כדי זיי ארויסצוטרייבן מוז מען פייניגן די קינדער מיט
פארשידענע סארט מיטלען און אזוי האט מען טאקע אנגעהויבן צוטוהן מען פלעגט אריינלייגן א קינט אין א רענצל
און דערנאך געווארפן די רענצל אויף אלע זייטן און די קינד האט מען איבערגעלאזט אינעווייניג פאר לאנגע שעות
אן עסן, אדער האט מען גענומען א האק פון האלץ און אנגעהאקט די קינדער אדער פלעגט מען נעמן די קינדער
צו די אויוון און פארברענען זייער הענט פוס וכו' און אויך פלעגט מען קענען הייסן א קינד אויסטרונקן א גאנצע גלאז
ערק פון 40% אלכוהול און דערנאך אים דערשטיקן אין וואסער פאר אפאר מינוט, א.א.וו.

ביז איינמאל האבן די קינדער געדארפט וויכטיג א שפיטאל איינער וועגן זיין ברי און איינער האט פארלוירן די אטעם
מען האט זיי קיינמאל נישט געלאזט גיין צו א דאקטאר אבער דא האט איינער פון די קינדער אלאמירט הצלה
און דעמאלץ איז מען געוואור געווארן פון דעם.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2009 18:05 לינק ישיר 

מזל

איך גיי נישט אריין און דעם עצם פון די סקאנדאל


אבער איין זאך ווייס איך אז דער סאטמארער רבי האט נישט געשאפן קיין געלט פאר די משפטים.
 
מיט דעם אלעם נעם אין נישט קיין מיינונג צו די פארדאכטן קעגן עם זענען אמת צו נישט.
 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2009 18:05 לינק ישיר 

ווען מען לערנט מורה נבוכים
דארף מען קודם לערנען די תירוצים און נאך דעם די קשיות
ווייל אויב נישט
קען ח"ו געשעהן אז מען וועט לערנען די קשיא און מען וועט מוזן מפסיק זיין וועט ער נישט קענען ענדיגן די תי' וועט ער זיך ארום דרייען די גאנצע צייט מיט א קשיא חלילה אין אמונה

לענינינו מזלמזל הייבט אן צו שרייבן ער שרייבט די מידיא נוסח
און ער לאזט עס אזוי און גייט אוועק................



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/11/2009 22:16 לינק ישיר 

סוג, איך ווייס נישט צו וועלכע סאטמאר דו געהערסט אבער סאטמערע רבי מהרי"י האט זיך יא משתתף
געווען און געמאכט אפאר טעלעפאנען אפילו, פאר עסקנים אין לאנדאן זאלן צוהעלפן, און אזוי אויך האט ער
געזאגט אז אויב מ'וועט וועלן וועט ער אנרופן נאך מענטשן און אז דו ווילסט ווענד זיך צו מיר אין אישי און
איך וועל דיר געבן נעמן און טעלעפאן זאלסט עס הערן פון די בעל המעשה אליינס.

רבי יונה ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אבער וואס זאל איך טוהן דאס קאסט כח און צייט און אזוי
אויך וויל איך שטארק אכטונג געבן צו שרייבן אלעס קראנט אז מען זאל מיך נישט קענען כאפן ביים ווארט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/11/2009 23:07 לינק ישיר 

א גרויסן יישר כח פאר'ן זיך נעמען די מיה צו שרייבן איבער די נושא.


איך האב פרובירט עטליכע מאל צו דערגיין וואס דא גייט פאר, און ס'איז מיר אפילו געווען נוגע אויך, ווייל איינער האט מיך געבעטן צו טאן עסקנות דערפאר.
איך האבן יענעם געענטפערט, אז איך מוז האבן א רב וואס זאל מיר באשטעטיגן אז ס'איז א בלבול, האט ער מיר געגעבן א נומער פון א רב, איך האב יענעם געקאלט, און געפרעגט צו ער האט דאס מברר געווען, האט ער מיר געזאגט אז ער האט נאר געהערט פון די עסקנים וואס טוען דערין, פערזענליך האט ער נישט מברר געווען, פון די אנדערע זייט האב איך גערעדט צו אידן אין ירושלים וואס זאגן אז זיי ווייסן קלאר אז דער אליאור חן איז רוצח.
אבער איך ווייס נישט ווער ס'איז גערעכט, אז איך הער אז דו האסט מברר געווען דעם ענין, בעט איך דיך ביטע פארענפער די אלע שווערע באשולדיגן קעגן אים.





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 01:10 לינק ישיר 

פארשטייצעך, איך האב הנאה פון דיר, גענוי די זעלבע זאך האט פאסירט מיט מיר, נאר איך בין קודם
געגאנגען צו משפחת חן און געהערט קלאר זייער גירסא, און דערנאך בין איך געגאנגען צו די מענטשן
וואס ווייסן 'קלאר' אז ער איז שולדיג און ס'האט זיך ארויסגעשטעלט אז די מענטשן וואס ווייסן 'קלאר'
האבן געהערט פון איינער וואס האט געהערט פון איינעם וואס האט געהערט אז ער האט געלערנט
קבלה זייענדיג נאך א בחור ממילא אויב אזוי איז זיכער אז ס'איז אמת וכדו', איך בין עס דערגאנגען די
מערסטע וואס קען זיין, גערעדט מיט די פאליציי אדוואקאטן וכו' וכו', און ס'איז קלאר אז ס'האנדלט זיך
פון א הוילע בלבול פון אפאר פורקי עול.

נ.ב. אויב ווילסטו וויסן פונקטליך ווענד זיך צו מיר אין אישי פאר אינערליכע איינצעלהייטן.


תוקן על ידי מזלמזל ב- 27/11/2009 01:59:26




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 01:23 לינק ישיר 

המשך
דא איז די סאושעל סערוויס אריין אין דער בילד, און מען האט אנגעהויבן חקירות, מען האט איינגעשפארט די
מאמע אויף טשיילד אביוז קלאגן און מען האט אפירגעזוכט דער טאטע און אויך איינגעזעצט, און ביידע האבן געלייקנט
שטיין און ביין, ביז די מדינה איז דערגאנגען די 'אמת' אז די מאמע איז פארכאפט פון א רב וואס איז מחנך מיט
קלעפ פארברענען דעשטיקן וכו' און דאן האט מען אנגעהויבן צו זוכן אליאור, ערשט האט מען איינגעזעצט 4
בחורים, רועי צורף (וואס ער געפונט זיך אין היים ארעסט) דוד קוגמן אברהם מסקאצ'י און שמעון גבאי וואס
זיי זיצן נאך אין תפיסה עד היום הזה צוליב דעם וואס זיי האבן צוזאמען מיט די מאמע געפייניגט די קינדער
בהוראת אליאור חן, און אויף די שאלה אז זיי זענען דאך נארמאלע בחורים וואס מען קען זיי האט מען מסביר
געווען אז דער אליאור האט געהאט א כח דורך קבלה מעשית צו אריינלייגן זיינע מענטשן אין א היפנאזיע
וואס די מענטשן האבן נישט געוויסט בשעת מעשה וואס זיי טוען, און זיי ברענגן א ראיה דערויף פון די עלטסטע
קינד א 14 יעריגע בחור וואס איז מעיד אז ער פלעגט קלאר קענען זען ביי זיין מאמעס אויגן אז זי איז נישט דא
זי איז געפאנגן ביי איינעמס כוחות אזוי טענה'ט די קינד.
און אליאור חן איז אנטלאפן קיין מאנטריאל און דערנאך קיין בראזיל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 01:57 לינק ישיר 

המשך
דאס איז מער ווייניגער בקיצור נמרץ מאד די ראשי פרקים פון די מדינה'ס צד פארשטייט זיך אז איר קענט
טרעפן אין פארשידענע צייטונגען שינויי נוסחאות דאס איז צוליב די שקרים פון די מעשה האט יעדע נייעס
סטאנציע צוגעלייגט כיד ה.. הטובה עליו, פול מיט סתירות קענט איר טרעפן ביי די זעלבע צייטונג היינט
האט ער געשריבן אזוי און מארגן פארקערט, פארשידנס, מען האט געטוהן וואס מ'האט געוואלט ואין פוצה
פה ומצפצף און דערצו האט מען אים נאך צוגעגעבן א בכבוד'דיגע כינוי "הרב המתעלל" אזא שטייגער ווי
"אמא המרעיבה" "אמא טאליבאן" און נאך, אלץ פאר די איין עבירה ווייל די אויבענדערמאנטע זענען דאך
חרדים.

מען קען דא זיך אפשטעלן און פרעגן אסאך קשיות אבער איך וועל נישט מאריך זיין מיט די קשיות נאר
אראפלייגן עטליכע פון זיי:

א) אויב איז עס אמת דאס וואס די קינדער זענען אדורך, (איך האב נאר געשריבן א קליין חלק פון וואס זיי זאגן
זיי האבן א לאנגע ליסטע פון אזעלכע שוידערליכע פיינונגען וואס די קינדער זענען כביכול אריבער) וויאזוי קען
זיין אז ס'איז נישטא קיין איין קינד וואס איז געשטארבן, זענען דאך אריבער די פיינונגען א לענגערע תקופה און
אזוי אויך צווישן זיי קליינע קינדער פון 4 יאר וכדו' מען האט זיי אריינגעליייגט און א רענצל און ארומגעווארפן
און געלאזט דארט שעות און די קינדער לעבן נאך? דאס איז שוין טאקע א בעל מופת, נישט נאר דאס נאר אפילו
אין שפיטאל איז קיינער נישט אנגעקומען ביז די טאג וואס מ'איז געוואור געווארן די מעשה.

ב) אפילו ווען די צוויי יונגערע קינדער זענען שוין יא אנגעקומען אין שפיטאל, ווי זענען די אנדערע 6 קינדער
קיינער האט נישט געדארפט אריבערגיין ניטאמאל באנדאזשירן פאר די ביטערע מכות, וויאזוי איז דאס
מעגליך אז זענען אלע בריאים ושלימים אן קיין שום סימן פון קלעפ מען האט געפייניגט א משפחה פון
8 קינדער און נאר צוויי האבן סימנים און ביי די אנדערע טרעפט מען נישט אפילו נאכן זאגן 'אמר ר' בנימין' דריי מאהל.

ג) אויב האט דער אליאור חן טאקע געהאט אזא שיטה פון חינוך, איז וואס איז פשט אז ביי קיין איינע פון די משפחות
פון זיינע תלמידים האט מען נישט געטראפן די שטייגער פון חינוך.

ד) בשעת מען האט אים געזוכט איז געשטאנען אין די מידיא אז 'יש חשד על מנהיג הקבוצה אליאור חן שהוא
אשם בההתעללות' וכדו', נישט מער, און אליאור איז ארויסגעפארן מיט זיין אייגענע פאספארט, ער האט נאך אפילו
נישט געהאט באקומען א הזמנה פון די פאליציי ער זאל קומען אויף חקירות, און ווי נאר ס'איז נתפרסם געווארן
אז ער איז אנטלאפן פון לאנד איז גלייך באוויסט געווארן די שוידערליכע מעשיות, א פלא וויאזוי איז מען אין די
פאר שעה געוואור געווארן אזוי פיהל פרטי פרטים.

ה) אליאור חן'ס ווייב איז לכולי עלמא א נארמאלע געזעצטע פרוי, קיינער האט נאך נישט גערעדט קעגן איר
און מצד שני זאגן זיי אז זי האט אבער געוויסט פון אלעס, וואס איז פשט טאקע אז אזא נארמאלע געזעצטע
פרוי איז פארבליבן מיט אים אגאנצע צייט און גאר געהאלטן פון אים, וועסטו וועלן זאגן אז דאס איז אויך די כח
פון די קבלה מעשית און ער האט איר אויך אריינגעלייגט אין א היפנאזיע, איז עכ"פ יעצט איז זי שוין מער ווי 18
חדשים אן אים און זי שרייט נאך אלץ אז אלעס איז שטותים.

ו)אויב האט ער טאקע געהאט אזעלכע כוחות אז ער האט געקענט מאכן מענטשן טוהן וואס ס'האט זיך נאר אים
פארגלוסט אדער אפילו געקענט אויפמאכן א פארשפארטע טיר מיט א שם ווי אויבן דערמאנט, טא פארוואס מאכט
ער נישט יעצט קבלה מעשית און מאכט אויף די טירן פון תפיסה אדער א שם און די שופט זאל שוין זאגן גערעכט
שוין ארויס פון תפיסה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 04:02 לינק ישיר 

מזלמלז

אפילו אויב מען נעמט אן דיין ווערסיע פון די מעשה איז נאך זייער שרעקליך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2009 04:40 לינק ישיר 

קודם כל האלט איך נאך פאר מיין ווערסיע, צווייטנס זיי מסביר וואס איז שרעקליך די בלבול?
זיי מסביר פוטקליך וואס איז דיך שווער און איך וועל דיך פארענטפערן בל"נ.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 04:56 לינק ישיר 

מיר איז אויך שווער געווען צו גלייבן אלעס וואס דערציילט אויף אים, פון די פאר קליפס וואס האט זיך ארומגעדרייט פון אים קוקט ער אויס צו זיין גאר א נארמאלער מענטש, ער קוקט נישט אויס צו זיין קיין בלאפער, ער קוקט אויס ווי אן איידעלער צוריקגעצויגענער מענטש.

אבער כ'האב געזעהן בילדער פון די קינדער מיט בריען פון א ביגלאייזן אויף אפאר פלעצער, די בילדער זענען שרעקליך!!! כ'גלייבן נישט אז ער האט עס געטון, אבער וואס דארט איז יא פארגעגאנגען ווייס איך נישט.

שרייבסט אז ער איז ארויסגעפארן מיט זיין אייגענעם פאס נאך פאר מען האט אים גערופן אויף חקירות, פארוואס איז ער אנטלאפן? איז עס נישט קיין ראי' אז אויפן גנב ברענט דאס היטל?

נאכאמאל, איך נעם נישט קיין צד, ער קוקט מיר אויס ווי גאנץ א נארמאלער מענטש, אבער עפעס איז דארט געווען און ווילאנג מען הערט נישט קיין מעשה וואס לייגט זיך אויפן שכל איז שווער צו וויסן וואס האט זיך דארט אפגעשפילט.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-27/11/2009 05:02 לינק ישיר 



תוקן על ידי אךטוב ב- 27/11/2009 05:03:47




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 05:35 לינק ישיר 

איך האב הנאה אז מען פרעגט, אזוי ווייס איך וואס זענען די קשיות.

ער קוקט אויס ווי א איידעלע מענטש ווייל דאס איז ער טאקע און אזוי זענען זיינע עלטערן ר' יעקב חן
און אזוי אויך זיינע געשוויסטער ר' אסף חן א יונגערמאן א ברעסלובער א ת"ח ער האט הוראה פון
ביד"צ עדה החרדית, זיינע שוועסטער אויך אזוי, איידעלע חשוב'ע.

לגבי די בילדער וואס דו האסט געזעהן, א ביגלאייזן? פון ווי ווייסטו פון וואס ס'איז? ווער זאגט
דיר אז די בילדער זענען טאקע פון די קינד? וואס ס'איז פארגעגאנגן? וועל איך מסביר זיין.

בעצם האב איך געפלאנט צו שרייבן די גאנצע מעשה פון אנפאנג, לויט מיין גירסא, אבער ס'קען זיין
אז ס'איז בעסער אזוי בדרך שאלה ותשובה מען פרעגט קשיות און אזוי וועל איך צוביסלעך אראפלייגן
די אמת'ע בילד.

דו פרעגסט וויאזוי האט די קינד אזעלכע בריען, איז אזוי, דוד ש' האט זיך גע'גט פון זיין פרוי און
ער האט איר איבערגעלאזט אליין מיט 8 קינדער זי האט געוויינט פאר אליאור אז זי געבט זיך
נישט קיין עצה האט אליאור געזאגט אז ביז דערווייל זאל זי זיך אריינציען ביי אים אינדערהיים
און מען וועט זעהן ווייטער וואס צו טוהן, כך הוה זי האט זיך אריינגעצויגן און כמובן מאיליו אז
די הויז איז געווען אינגאנצן צופארן, א קליינע דירה מיט 10 קינדער אין דעם און צוויי פארפעלקער,
ס'איז געווען ווינטער און ס'האט געברענט און די קינדער צימער א קליינע אויוועלע צו מאכן ווארעם
און דאס האט זיך ערגעץ אנגעכאפט און גורם געווען א שטיקל שריפה וואס פון דעם איז איין קינד
געווארן אפגעבריהט, לפי די גירסא פון איינע פון די קינדער האט עס א קינד דווקא צוגעשטופט צו
זיין ברודער כדי ער זאל זיך אפבריעהן, און דאס האט גארנישט געהאט מיט אליאור און נישט מיט
זיינע 4 בחורים.

פארוואס איז ער אנטלאפן? דאס איז א גוטע קשיא און לויט גרויסע אדוואקאטן האט זיין אנטלויפן גורם
געווען אז מען זאל קענען אויפמאכן אזא בלבול, אבער פארוואס טאקע איז ער אנטלאפן אויב האט ער
געוויסט אז ער איז נישט שולדיק, די סיבה איז אזוי, זוך אויף אין גוגל די נאמען 'אליאור חן' וועסטו טרעפן
א אלטע מעשה פון אפאר יאר צוריק, דער אליאור האט געהאט אפאר בעלי תשובות מיט זיך וואס זייער משפחה
האט עס געשטערט אז ער מאכט זיי פרום ויהי היום מ'האט ארעסטירט צוויי פון זיינע חסידים מיטן חשד אז
זיי האבן געוואלט מאכן א באמבע אויף הר הבית ביי די אראבער, מ'האט זיי חוקר געווען און געפרעגט ווער איז זייער
מנהיג האבן זיי געענטפערט אליאור חן האבן זיי אים ארעסטירט און געהאלטן מיט גאר שווערע תנאים פאר זיבן
טעג ווי דערביי איז ער אדורך פיינפולע אויספארשונגען, און ביים סוף האט זיך די מעשה אויסגעלאזט מיט גארנישט
מ'האט אלעמען באפרייט, ס'האט זיך ארויסגעשטעלט פאר א הוילע שקר,  אליאור קען נישט פארגעסן די מעשה
און ס'ליגט אים נאך אין די ביינער ממילא גלייך ווען ער האט געהערט אז מ'האט ארעסטירט איינע פון די בחורים
האט ער פארשטאנען אז ער קען אויך ארעסטירט ווערן, און א טאג דערויף באקומט ער א טעלעפאן פון די עלטסטע
קינד ש' ווי ער זאגט אים מ'וויל דיך ארעסטירן מ'בעט מיך איך זאל רעדן קעגן דיך ווייל טאמער נישט וועט מען מיר
נישט געבן צו עסן, דעמאלץ האט אליאור תיכף ומיד געהויבן פוס און געפלויגן קיין קאנאדא.







דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 05:59 לינק ישיר 


המשך

למעשה האב איך פארגעסן די הויפט קשיא די באמבע קשיא אויף די מעשה
די קשיא וואס קיינער קען נישט פארענטפערן!

פון ווי האט די מדינה אדער פרקליטות, פאליציי, יהיה מי שיהיה געוויסט גענוי די
מעשה אז אליאור חן האט געהאלטן אז די סיבה וואס די קינדער זענען ווילד
איז ווייל ס'ליגט אין זיי רוחות רעות וכדו' און דערפאר האט ער אויסגעלערנט
די מאמע מיט די 4 בחורים זאלן מאכן תיקונים אויף די קינדער
פון פייניגן מיט מכות רצח פארברענען דערשטיקן, און דאס איז די וועג זיי
צו מחנך זיין, רח"ל.

ווער האט זיי דאס פארציילט???

מילא אז מען האט געפייניגט, דאס איז דאך דא סימנים א קינד מיט א ברי און
נאך א קינד וואס איז געווען א צמח ווי זיי זאגן, אבער מהיכי תיתי אז ס'איז געווען
א שיטה פון תיקונים צו פארטרייבן רוחות רעות וכו' ווער האט זיי דאס געזאגט?

די מאמע? די מאמע לייקנט כסדר און טענה'ט אז אלעס איז שקר! פאר א אכט חדשים
צוריק האט די מידיא מפרסם געווען אז זי גייט מעיד זיין קעגן אים למעשה האט זי חוזר
געווען, אבער אפילו דאס איז אויך געווען נאך א לאנגע תקופה וואס זיי האבן שוין געהאט
געזונגען די שיינע מעשה פון תיקונים וכו' פונקטליך.

די קינדער? די קינדער האבן די ערשטע פאר וואכן אדער אפילו חדשים בכלל געלייקנט
אז מ'האט זיי געפייניגט! נאך א שטיקל צייט האט די עלטסטע קינד ש' מסכים געווען
צו מעיד זיין אין בית המשפט ווי למעשה האט ער דערנאך מודה געווען אז ער האט משקר
געווען.

די 4 בחורים? זיי שרייען דאך די גאנצע צייט לא היו דברים מעולם!

די טאטע פון די קינדער? ער זאגט אז ער ווייסט נישט וואס דארט איז געווען
ווייל ער איז בכלל נישט דארט געווען!

אויב אזוי, ווער האט זיי מגלה געווען די סודות וואס האבן זיך אפגעשפילט אינדערהיים
אויב אלע האבן דאך געלייקנט עכ"פ די ערשטע תקופה? און אפילו די מאמע מיט די קינד
וואס האבן יא מעיד געווען  שפעטער האבן שוין חוזר געווען פון זייער עדות שקר וואס מ'האט מיט גוטנס און בייזענס ארויסגעשלעפט פון זיי. 


                        די קשיא האט ביז דערווייל נאך נישט קיין תירוץ!!!                     



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-27/11/2009 08:53 לינק ישיר 

איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים, היות איך וואוין נישט אין ארץ ישראל, אבער לענ"ד - אויב ס'איז טאקע נישט מער ווי א בלבול - טוען די עסקנים גאר א שוואכע ארבעט.
מ'דארף וויסן אז ביי יעדע שערורי' איז אייביג דא מיימינים ומשמאילים, ממילא איז זייער שווער צו זאגן אז "דער האט אונטערגעשריבן" "יענער האט געמאכט טעלעפאן קאלס", ווייל ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז אויב איינער פון די עסקנים איז א מקורב ביי א געוויסע רב אדער רבי, וועט ער א ודאי אויסנוצן זיין כח ביי זיין רב ער זאל ארויס העלפן פאר זיין צד.
דערפאר איז וויכטיג דאס ערשטע צו זעהן וואס עס איז די מיינונג פון די רבנים וועלכע "קענען" אים פון די נאנט, ע"פ רוב דארף דאס זיין רבנים וועלכע וואוינען אין די זעלבע שטאט\געגנט וכדו', אדער רבנים וועלכע האבן שוין געהאנדלט מיט אים אין ענליכע פעלער, און געווענטליך דארפן די רבנים וויסן אפצושאצן צו די אלע שמועות זענען אמת אדער נישט. אויב אבער הערט מען נאר פון רבנים פון א צווייטן לאנד וועלכע נעמען זיך אן, שרייבן אונטער, מאכן אסיפות וכדו', האט עס נאך אלץ א זויערע טעם.
לדוגמא, ווער געדענקט דען נישט די גאנצע איבערקערעניש ביי העלבראנס, מיט טעללער דער [געוועזענער ??] איידעם פון האדמו"ר מקאשוי שליט"א, וועלכער איז ארומגעלאפן נעמען א היתר מאה רבנים, און ביידע משפחות, סיי זיינע געשוויסטער און סיי זיין ווייב'ס געשוויסטער האבן פארפירט דערקעגן, מיט די טענה אז זיין ווייב איז גרייט צו בלייבן מיט אים, נאר העלבראנס איז אים משכנע זיך צו גט'ן, ווייל ער וויל אים נעמען פאר אן איידעם. ס'איז דעמאלטס געווען רבנים פון מאנטריאל, וועלכע האבן זיך שטארק אנגענומען פאר העלבראנס, און אונטער געשריבן דעם היתר, דערנאך זענען געווען רבנים פון לאנדאן, וואס פארשטייט זיך ס'איז געווען איינס אדער צוויי "אנדרייערס" אין שטאט וועלכע זענען ארום געגאנען צו די רבנים מסביר זיין אז העלבראנס איז גערעכט, און די גאנצע טענה איז נאר א בלבול. אזוי ווייט, אז איינער פון די הויפט אנדרייערס אין לאנדאן, א זוהן פון איינער פון די רבנים, האט געשריבן אין זיין בריוו אז ס'איז נישטא קיין שום סמך אויף די שמועה אז ער פלאנט צו חתונה האבן מיט העלבראנס' טאכטער.  פון די צווייטע זייט זענען געשטאנען אלע רבנים פון מאנסי, וועלכע האבן געקענט העלבראנס פון די נאנט, און זיי האבן געשריגן פה אחד אז מ'טאר דאס נישט צו לאזן, און די גאנצע אמונת העלבראנס איז נישט אויסגעהאלטן, זיי האבן אפילו זיך מטריח געווען אנצוריפן די רבנים פון לאנדאן, אבער די לאנדאנער רבנים [כבודם במקומם מונח] זענען געווען באיינפלוסט פון די עסקנים דארטן, און האבן זיך אויסגעלאכט פון די מאנסי רבנים. היינט דארף מען פאר קיינעם זאגן, ווער ס'איז געווען גערעכט, ווען ס'איז נאר נישט אדורך קיין צוויי מעת לעת פון ווער ער האט באקומען די 100 חתימות, און דער טעללער האט געשטעלט א חופה אין לאנדאן מיט העלבראנס' טאכטער, און דער יעניגער אנדרייער איז געווען דער מסדר קידושין.
ווידער לעצטענס ביי די פרשה פון וויינגארטן פון מאנסי, הגם איך האב נישט קיין מושג בכלל ווער דער איד איז, אבער ס'איז קלאר ווי די טאג, אז די עסקנים האבן געמאכט א געוואלדיגע ארבעט, ווען זיי האבן געהאט בריוו פון אלע רבנים וועלכע דארפן אים קענען, סיי פון אנטווערפן וואו ער האט געוואוינט בשעת די אלע שמועות האבן אנגעבליך פאסירט, און סיי פון מאנסי וועלכע שרייבן אז זיי קענען אים פון די נאנט, און אלע זאגן קלאר אז ס'איז שוא ושקר. פארשטייט זיך אז טאמער ס'קומט נאכדעם אנדערע, אפילו ס'זאל זיין חשובע רבנים, וועלכע ווערן נשפע פון די אנדערע צד, בשעת די רבנים וועלכע זענען באקאנט מיט דעם איד און מיט די פרשה זענען מעיד אז ס'איז שקר, פארשטייט יעדער וועם מ'דארף גלייבן.
דאס זעלבע איז דא, איך ווייס נישט בכלל ווער דער אליאור חן איז, צו ער איז א ספרדי צו א אשכנזי, וואו פונקטליך ער וואוינט, ירושלים, בית שמש, ביתר וכו', אבער וויאזוי ס'זאל נישט זיין, דאס ערשטע דארף מען האבן חתימות פון רבנים וועלכע קענען אים שוין א תקופה פון עטליכע יאר, וועלכע קענען לכאו' מעיד זיין צו ס'איז בכלל עולה על הדעת די גאנצע זאך, וכש"כ אויב ס'איז דא רבנים וועלכע וואוינען דארט און קענען מעיד זיין אויף די מעשה בברירות, איז א ודאי א שטארקע זאך.
אבער בלויז מיט חתימות פון רבנים פון לאנדאן וועלכע האבן געהערט פון עסקנים, און טעלעפאן קאלס פון אדמורי"ם וועלכע האבן געהערט פון אנדערע עסקנים, א ודאי מיינען זיי אלע גוטס, און זיי האלטן באמת אז זיי טוען ריכטיג, אבער דאס איז קיין שום באווייז אויף די אמת'דיגקייט פון דין פרשה, ווייל די רבנים זענען נישט בכח צו מברר זיין דעם אמת, עס איז נאר אז זיי קענען די עסקנים וועלכע טוען דערפאר, און זיי קענען מעיד זיין אז די עסקנים האבן זיי אזוי פארציילט.
אה"נ ס'איז דאכט זיך נישטא קיין שום רב וועלכער באשטעטיגט בכלל א מקצת מן המקצת פון די גאנצע קלאגע, און אלעס איז נאר וואס די פאליציי אדער די צייטונגען זאגן, אבער ס'איז דאך נישט גענוג צו משכנע זיין דעם ציבור אויב מ'קען נישט טרעפן קיין רבנים פון זיין שטאט\געגנט וועלכע קענען מעיד זיין אויף דעם מענטש פערזענליך.
אדרבה, אויב איינער פון די עסקנים לש"ש ליינט מיינע ווערטער, זאל ער פרובירן צו טוהן דערינען, און לענ"ד וועט עס זיין א גרויסע תועלת.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די גאנצע אמת אויף 'אליאור חן'
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext