קודם כל אויב טרעפסטו איינער פון די 'משמאילים' פרעג אים מיינע קשיות און זעה צו ער קען ענטפערן אויף דעם און אויב יא אדער ער פרעגט קשיות איז ברענג עס דא אראפ און מען וועט דאס אפווענדן בעז"ה.
די איינצעלהייטן וואס איך שרייב איז ריין אמת לאמיתו של דבר.
און דאס וואס דו זאגסט אז יעדע מעשה האט מימינים ומשמאילים און מען קען נישט וויסן ווער ס'איז גערעכט, דא איז אבער אנדערש, ווייל ווער זענען די משמאילים? דאס זענען שונאי הדת וואס ווילן פאר יעדע פרייז אוועקלייגן א פרומע איד, און די היימישע אידן וואס זענען ביי די מעשה משמאילים זענען נישט מצד עצמם דאס הייסט אז זיי ווייסן אז די מעשה איז אזוי נאר זיי זענען משוכנע אז די צייטונג האט געשריבן אמת, נו איז עס דאן משמאילים וואס מען דארף זיך צוטוהן מאכן?
דאס וואס דו ווילסט אז איך זאל כסדר אפדעטן, איך וויל אויך און איך האף אז איך וועל קענען, זאלסט וויסן אז איך האב בדעה צו שרייבן אזוי סאך ענינים בנוגע וואס איז געווען די וואך אליינס, אבער ס'נעמט אסאך צייט און כח און איך האף אז איך וועל טאקע אניאגען.
נשלח ב-1/12/2009 21:55
וואו איז מעגליך צו באקומען א קאפי פונעם ארטיקעל וואס איז געווען אין משפחה, בנוגע דעם ענין?
נשלח ב-1/12/2009 21:59
איך בין נישט באקאנט אין די פרשה, אבער עס וואלט ווען געדארפט זיין א המלצה בריוו פון אפאר רבנים, איך גלייב נישט אז די רבנים האבן מורא ארויסצוגעבן א בריוו אזויווי זיי האבן געגעבן ביי די מאמע וואס מען האט געמאכט א בלבול אויף איר,
היידפארק מעשיות אז פשעווארסקער רבי אדער אדמו"ר מהרי"י מסאטמאר שטיצן אים איז נישט גענוג באווייז,
נשלח ב-1/12/2009 22:57
פישמאן, איך האב שוין געזאגט אז ס'איז דא מערערע חתימות פון רבנים וואס האבן מברר געווען די מעשה (אנדערש ווי ר' לייבוש און סאטמאר מהרי"י וואס זיי פירן זיך לויט די ריינע הלכה אז א איד האט א חזקת כשרות און איינער וואס איז נישט קיין שותומ"צ קען דאס נישט אוועק נעמען) ווי למשל ר' זאב פלדמאן פון לאנדאן און רב פדווא, אבער חוץ פון דעם איז דא א חתימה פון א רב וואס קען אים אלע יארן ר' יוסף אוסתר.
חוץ דעם איז עס נישט קיין הייד פארק מעשיות דאס פון סאטמערער רבי און פשעווארסקע רבי, ווענד זיך צו מיר אין אישי וועל איך דיר געבן נעמען מיט טעלעפאן נומערען ווי דו קענסט דאס באשטעטיגען.
דאס וואס דו טענה'סט אז מען דארף יא קענען ארויסנעמען חתימות פון אלע רבנים אזוי ווי ביי די פרוי אין ירושלים, בין איך דיר מודיע אז דו האסט א טעות, קודם כל וועלכע רבנים האבן גע'חתמ'ט פאר איר חוץ 'עדה החרדית' וואס דארט געהערט זי און זיי זענען די וואס זאלן זיך אננעמען פאר איר אזוי ווי דא ר' יוסף אוסתר, צווייטנס דא איז די מעשה א ספרדישע איד אין ביתר וואס כמעט קיינער ווייסט אפילו נישט ווער דאס איז און מען פארקויפט דאך אזעלכע מאדנע און שרעקעדיגע מעשיות אז מען זוכט זיך נישט קיין צרות און אזוי ווי ר' חיים וואזנר האט געזאגט איך גלייב אז דאס איז נישט אמת אבער איך וויל מיך נישט אריינלייגן אין דעם מיט א חתימה געלד קען איך געבן און ער האט טאקע געגעבן, און חוץ פון דעם איז אויך דא די בריוו פון הגרמ"ש קליין וואס שטערט ווי אויבנדערמאנט און אי"ה וועל איך נאך דא אראפברענגן א לענגערע ארטיקל מסביר צו זיין וואס די בריוו האט געמיינט.
נשלח ב-2/12/2009 00:03
מזל טייערער דו קוקסט אויס צו זיין אמתדיג אבער ליידער ווי דו האסט שוין ארויסגעברענגט איז דער אנגענומענער מיינונג אויפן גאס זייער נישט גינסטיג מיט ר' אליאור, עס וואלטן זיך געדארפט אריינלייגן עסקנים און ארבעטן אויף די גדולי הרבנים ווי למשל כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א וועלעכער איז באקאנט אלס גרונטליך, ערליך, פשרה'לאז, זאל זיך משתדל זיין לטובת ר' אליאור, און איהם גיין באזוכען אין תפיסה, און לאזען הערן פאר די פרייע פרעסע אז די חרדים האלטן מיט מיט איהם און שאקלען זיך נישט אפ פון איהם, אודאי וועלן זיי פרובירן טייטלן מיט די פינגער אז אלע חרדים זענען רוצחים און........ אבער אז זיי וועלן וויסן אז שטארקע כח סימפאטיזירט מיט ר' אליאור קען עס זיכער העלפן. אגב וואב איז זיין פולע נאמען און זיין מאמעס נאמען צו מתפלל זיין לטובתו? עס וואלט געווען כדי מפרסם צו זיין אין די בתי מדרשים, אויך וועט דאס ברענגען אז מענטשן זאלן הערן אז עס איז דא א צווייטע זייט פון דער מטבע דא אויסער די פארשאלטענע איזרעילישע צייטונגען
מזל טייערער דו קוקסט אויס צו זיין אמתדיג אבער ליידער ווי דו האסט שוין ארויסגעברענגט איז דער אנגענומענער מיינונג אויפן גאס זייער נישט גינסטיג מיט ר' אליאור, עס וואלטן זיך געדארפט אריינלייגן עסקנים און ארבעטן אויף די גדולי הרבנים ווי למשל כ''ק גאב''ד ירושלים שליט''א וועלעכער איז באקאנט אלס גרונטליך, ערליך, פשרה'לאז, זאל זיך משתדל זיין לטובת ר' אליאור, און איהם גיין באזוכען אין תפיסה, און לאזען הערן פאר די פרייע פרעסע אז די חרדים האלטן מיט מיט איהם און שאקלען זיך נישט אפ פון איהם, אודאי וועלן זיי פרובירן טייטלן מיט די פינגער אז אלע חרדים זענען רוצחים און........ אבער אז זיי וועלן וויסן אז שטארקע כח סימפאטיזירט מיט ר' אליאור קען עס זיכער העלפן. אגב וואס איז זיין פולע נאמען און זיין מאמעס נאמען צו מתפלל זיין לטובתו? עס וואלט געווען כדי מפרסם צו זיין אין די בתי מדרשים, אויך וועט דאס ברענגען אז מענטשן זאלן הערן אז עס איז דא א צווייטע זייט פון דער מטבע דא אויסער די פארשאלטענע איזרעילישע צייטונגען
נשלח ב-2/12/2009 01:05
ביזט זייער גערעכט! מען ארבעט אויף דעם שטארק אבער דארפסט פארשטיין אז די גאב"ד ר' יצחק טוביה איז זייער א פארנומענער מענטש און די מעשה איז פון א מענטש וואס געהערט נישט צו זיין קהילה און נישט צו זיין שטאט און אויך האט אים איינער נאכגעזאגט אז ר' משה שאול האלט קעגן אליאור (וואס בעצם איז דאס אדער נישט ריכטיג אדער מיינט עס גארנישט אזויווי איך וועל נאך מסביר זיין) און ממילא כדי צו שרייבן א בריוו דארף ער מברר זיין כמה נקודות און אויף דעם האט ער נישט קיין צייט.
אבער לאמיר שוין זאגן אז מ'וועט קענען פועל'ן ביי ר' יצחק טוביה אזויווי ס'קוקט טאקע אויס אז מ'קען מיט אביסל ארבעטן אויף דעם וכדו' וועלן אבער די גבאים און עסקנים פון די עדה החרדית בשום אופן עס נישט צולאזן אלץ א פשוטע און ריכטיגע סיבה, היות לעת עתה איז כמעט נישטא אין א"י ווער ס'ווייסט אז די מעשה איז נישט אמת נאר פארקערט קיינער האט אפילו נישט קיין ספק ספיקא אז ס'איז אמת ממילא קען אזא בריוו גורם זיין פאר די עדה צו זיין ללעג ולקלס ביי די מענטשן וועלכע האבן נישט דעם "פולסטען" צוטרוי צום גאב"ד, בפרט אז די עדה האלט דא אינמיטן אפאר ביטערע מערכות פון שבת ובראשם די ביטערע מערכה וועגן די מאמע מרת מארקאוויטש קען אזא בריוו זייער שוואך מאכן זייער כח.
זיין נאמען איז: אליאור אליהו נועם בן וויוויאן. (די נאמען אליהו האט ר' יעקב מאיר שעכטר צוגעלייגט לפי בקשת אדמו"ר מפשעווארסק).
העלד, יישר כח פאר דיין תגובה איך זעה אז מיין ארבעט מיה און צייט גייט נישט לריק, ס'איז געווען א חיזוק פאר מיר.
נשלח ב-2/12/2009 01:46
המשך
יעצט וויל איך צוריקגיין צו די מעשה וואס איך האב אנגעהויבן פאריגע וואך מיט הגרמ"ש קליין,
הרב קליין'ס בריוו האט געהאט א שטארקע קלאנג און אסאך אידן וואס זענען אנפאנג נאך געווען
גרייט צו שטיצן ר' אליאור האבן מחליט געוווען עד כאן, סוף כל סוף איז ר' משה שאול פון די גדולי
פוסקי דורינו און א תלמיד מובהק פונעם פוסק הדור דער בעל שבט הלוי.
למעשה איז ר' ש.י. פון בראזיל צוגעגאנגן צו הגרמ"א אליאוויטש און געבעטן ער זאל פרעגן
ר' משה שאול מהיכן דנתני וואס זענען זיינע ראיות ווער זענען די עדים, הרב איליאוויטש האט
אנגערופן ר' משה שאול און אנגעפרעגט אויף די אויבנדערמאנטע פראגן, ר' משה שאול האט
געענטפערט אז קודם כל האט ער געזעהן אלע ראיות פון די פאליציי אבער פאשטייט זיך אז
דאס איז קיין ראיה ממילא האט ער געבעטן זיין טאכטער וואס טוט אין חינוך מיוחד זי זאל זיך
אריינלייגן אין די נושא און זי האט מברר געווען די מעשה און זיין פסק איז מער ווייניגער געבויעט
אויף אירע ווערטער.
מיט די אינפארמאציע אין די הענד איז געגאנגען ר' ד.ל. פון בראזיל און אויפגעהויבן א טעלעפאן
צו ר' משה שאול'ס טאכטער צו הערן פון די בעל המעשה אליין וואס זי האט געזעהן, זאגט אים
די טאכטער, איך האב געזעהן די צוויי קינדער אין שפיטאל איינער האט אפגעבריטע פוס און דער
אנדערער איז א צמח רח"ל, פרעגט איר ד.ל. און וויאזוי ווייסטו וויאזוי ס'איז געשעהן צו פון א שריפה
אדער בדווקא און טאמער בדווקא מאן יימר לן אז ר' אליאור איז דא אריינגעמישט ענטפערט זי מיט
א פשטות, וואס הייסט? יעדער איינער ווייסט דאס ס'איז דאך געשטאנען אין אלע צייטונגען די פונקטליכע מעשה! ר' ד.ל. נישט גלייבנדיג וואס זיינע אויערן הערן אז דאס איז די גאנצע ראיה וואס הגרמ"ש
קליין האט זיך סומך געווען האט איר פראבירט צו מסביר זיין אז דאס איז ווייט פון א ראיה
דאס ווייסט דאך יעדער אז א "צייטונג" איז ביי אונז אידן קיין ראיה נישט און נאך בפרט
פרייע צייטונגען וואס זענען כסדר מעליל עלילות אויף פרומע יודן כידוע, זאגט זי אים אבער יעדער
ווייסט דאך דאס ווייל די פאליציי זאגט אויך אזוי. ע"כ.
הערנדיג דאס האט ר' ד.ל. אויפגעהויבן א טעלעפאן צו ר' משה שאול און אים איבערגעגעבן די רייד
פון זיין טאכטער און אים אויפגעקלערט אז זיין טאכטער ווייסט גארנישט מער ווי סתם איינער וואס
האט געליינט די צייטונג, דא האט זיך אנגעהויבן א שטארקע ויכוח צווישן ר' משה שאול און ר' ד.ל.
וואס האט זיך געצויגן א לאנגע תקופה במשך די צייט האבן כמה רבנים ביניהם מורי הוראות מפורסמים
און אויך פונעם זעלבן בי"ד פון רב וואזנר זיך געוואנדן צו ר' משה שאול און געבעטן ער זאל נאכאמאל
שוקל זיין די ענין און אזוי אויך אויסהערן די צד שני וואס ר' אליאור האט צוזאגן אויף די אלע באשילדונגען
אבער גארנישט האט געהאלפן ר' משה שאול האט זיך ווייטער געהאלטן ביי זיינס.
אינצווישן האבן אדוואקאטן אנגעהויבן צו ארבעטן פלייסיג אויף די קעיס איינע פון די אדוואקאטן איז
מר מרדכי ציבין א גרויסע אדוואקאט א שותו"מ (ער האט לעצטנס אויך געארבעט פאר די יאפאנע
בחורים) דער מרדכי ציבין האט זיך אריינגעלייגט אין די פרשה און ער איז ממש שאקירט געווארן ווי קען
מען אויפטראכטן אזא נידרעכטיגע בלבול נאך דערצו אויף אזא איידעלע איד ווי ר' אליאור, און ווען
ציבין האט געזעהן אזא בריוו פון ר' משה שאול האט ער נישט געקענט פארשטיין וויאזוי פאסירט
דאס אז אזא גאון ווי ר' משה שאול זאל אריינפאלן אין אזעלכע בייזוויליגע הענד, אומר ועושה ער
האט תיכף אפגעשריבן א שיינע בריוו צו ר' משה שאול ווי ער ברענגט ארויס דארט קלאר די גאנצע
אמת אזוי אז ס'לאזט נישט איבער קיין שום פלאץ פאר א ספק, ער האט געווארט אפאר וואכן אבער
קיין ענטפער איז נישט אנגעקומען, זעענדיג דאס האט ער אפגעשריבן נאך א בריוו מיט נאך וויכטיגע
דעטאלן פון די מעשה, און דאן האט ער באקומען א שארפע בריוו פון איינע פון ר' משה שאול'ס גבאים
(וואס מחמת כבודו שרייב איך נישט ארויס די נאמען) ווי ער רייסט אים דארט שארף אראפ פארן זיך
וואגן צו מציע זיין פאר רבנים וואס צוטוהן און דערנאך איז ער ממשיך מיט סטראשערייען ווי למשל
'אם פניך למלחמה' קען מיר אונז בעסער, בקיצור א שפראך וואס חסידישע יודן האבן זיך נישט
געפירט צו נוצן בפרט נאך אז ס'קומט 'כאילו' פון ר' משה שאול, ח"ו.
זענען די איינצעלהייטן א קשיא אויף הגרמ"ש קליין?
הערט אייך צו: אינגאנצן נישט!
פארוואס? וועל איך אייך פונקטליך מסביר זיין. איך האב שוין געהערט יארן צוריק אז ר' משה שאול ביי
זיך איז אמת'ע עניו, פון איין זייט איז ער פון די עמודי ההוראה וואס כלל ישראל איז זיך סומך היינט
בפרט אין הלכות טהרה און אין הלכות סת"ם וואס כידוע האט ער געמאכט גרויסע תיקונים און די פעלדער
אבער פון די אנדערע זייט כאפט ער נישט בכלל וואס פאר א כח ער האט וואס פאר א נאמען ער האט
וואס פאר א שטארקע משמעות זיינס א ווארט האט, און וועגן דעם איז דא מאל וואס ער קען פארזען
במחילת כבודו געוויסע זאכן וואס ער וואלט געדארפט מער אכטונג געבן צוליב די גרויסע ראלע וואס
זיין נאמען שפילט היינט אין גאס, און אז ס'איז גענוג אז ער געבט א נאר א קנייטש מיט די נאז
אויף איינעם וועט די עולם שוין נישט האלטן פון יענעם הגם ר' משה שאול אליינס כאפט דאס
אינגאנצן נישט.
די דאזיגע מעשה איז א שטארקע ביישפיל צו דעם, נאך א לאנגע צייט וואס ר' משה שאול האט
באקומען טעלעפאנען פון אלע זייטן איבער זיין וואונדער פסק בנוגע אליאור חן, האט ער זיך
אויסגערעדט פאר א רב: איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון מיין לעבן האבן איך האב דאך קיינמאל
נישט געשריבן קעגן אליאור חן ביי מיין בריוו ווערט נישט דערמאנט בכלל די נאמען אליאור חן
איך האב געשריבן א פשוט'ע פסק אז א מזיק וואס איז א סכנה פארן ציבור מעג מען איבערגעבן
פאר די פאליציי, און איך האב געמיינט צו זאגן אז אויב האבן די בראזיליאנע רבנים מברר געווען
בבירור גמור אז ער איז א מזיק מעג מען אים איבערגעבן צו די פאליציי און טאמער נישט איז פשוט
אז מען טאר נישט עכ"ל, און אויף די פראגע אז ער האט דאך געשיקט זיין טאכטער מברר זיין
און לויט ווי מען ווייסט האט ער על סמך דעם געגעבן די בריוו האט ער געענטפערט אז ער האט
אויבענאויף געוואלט וויסן כמה נקודות אבער וויבאלד זיין טאכטער'ס עדות איז טאקע קיין באווייז
נישט וועגן דעם האט ער ביי די בריוו געשריבן נאר די ווארט 'מזיק' און נישט דערמאנט בכלל
אליאור חן,
און אזוי אויך ווען ער האט באזוכט אין לאנדאן איז צוגעגאנען צו אים ר' ב.ש. און געפרעגט
אז ער וויל פארשטיין זיין פסק האט ר' משה שאול אים אויך געזאגט איך האב גארנישט
געמיינט, האט ער אים געפרעגט צו מעג איך אים העלפן דאס הייסט מיט געלד פאר
אדוואקאטן "כדי מ'זאל אים קענען ווי שנעלער ארויסנעמען פון תפיסה" האט ר' משה שאול
געענטפערט" "אוודאי יא".
למעשה האט מען געבעטן ר' משה שאול אויב אזוי אז דו האסט גארנישט געמיינט
איז שרייב א בריוו ס'זאל זיין ברור ווייל די ברייו וואס דו האסט געגעבן האט געהאט
א שטארקע השפעה און מענטשן זענען זיך דערפאר מונע צו העלפען אבער ר' משה
שאול האט עס נישט געגלייבט ער האט געטענה'ט אז ביי זיין בריוו שטייט נישט קיין
נאמען ממילא מיינט עס גארנישט און ער האט נישט פארשטאנען אז צוליב זיין שטארקע
און גרויסע נאמען דארף נישט שטיין קיין נאמען, נישט אומזיסט האבן חז"ל מתיר געווען
פאר א ת"ח דעם "שמינית שבשמינית"!
ווידער האט מען אים געבעטן אז אפשר זאל ער מסכים זיין אויסצוהערן די צווייטע
צד אזוי דערנאך קענען ארויסגעבן אן אפיציעלע דעת תורה וואס איז די ריכטיגע מעשה
דא, אבער דאס האט ער אויך נישט געוואלט און למעשה האט ער טאקע נאך קיינמאל
נישט אויסגעהערט די צד פון אליאור חן.
ממילא סך הכל וואס קומט ארויס דא איז אז ר' משה שאול האט בכלל נישט מברר געווען
די מעשה און דערפאר האט ער קיינמאל נישט געשריבן קיין בריוו קעגן אליאור חן נאר
געשריבן בכלליות די ווארט מזיק אן מפרט זיין וועם ער מיינט (די נאמען אליאור חן
ווערט נישט דערמאנט דארט, טאקע דערפאר) דאס הייסט אז אויב וועט ווערן
נתברר מיט ריכטיגע ראיות עפ"י תורה אז ער איז א מזיק דעמאלץ איז געזאגט געווארן
די כלל וואס שטייט אין בריוו אז א מזיק מעג מען איבערגעבען פאר די פאליציי און אזוי
ווי ר' משה שאול אליין האט מסביר געווען זיין בריוו ווי דערמאנט פריער, אבער פאר די
מענטשן וואס ווילן האלטן אז ר' משה שאול האט יא געמיינט קעגן אליאור פאר זיי האב
איך געברענגט די פרטים וואס ר' משה שאול האט געוויסט פארן שרייבן די בריוו וואס
פארשטייט זיך אז אזא גאון ווי ר' משה שאול וואלט זיך נישט סומך געווען אויף קיין צייטונגען
צו פסקנ'ן א הלכה, בפרט אן אויסהערן "ביידע צדדים" אזויווי די הלכה איז,
און חוץ פון דעם האט די בי"ד עדה החרדית הספרדית, נאכן מברר זיין
מיט ר' משה שאול וואס ער האט געמיינט, מפרסם געווען אז די בריוו פון ר' משה שאול
האט נישט קיין שום תוקף ואין בו ממש, טאקע דערפאר אז מענטשן זאלן נישט א טעות האבן מיט די בריוו.
נשלח ב-2/12/2009 22:44
ווייטערדיגע באריכטן פון דער פראנט:
יעצט וויל איך אביסל באשרייבן וואס איז פארגעקומען די וואך, ווער ס'האלט מיט זעט ווי מאדנע ס'איז
ווי די מעשה גייט שוין אן אנדערהאלבן יאר און ער בלייבט אייביג אויף די העדליינס, איך בין פונקט
לעצטנס אריין און אפאר סייטס פון נייעס ווי מעריב ידיעות וכו' און איך האב אריינגעלייגט דארט די
נאמען 'אליאור חן' האב איך געזעהן ווי אגוטע פאר באשרייבונגען אויף אים פון אנפאנג פרשה איז
נעלם געווארן (דאס איז פארשטייט זיך עפ"י בקשתם פון די פראסעקיוטערס אבער אויף דעם וועלן
מיר אצווייטע מאל שרייבן בל"נ) אבער איך האב געמאכט א חשבון וויפיהל באשרייבונגען ס'איז שוין
געווען אויף אים און וויפיהל קומט דאס אויס אויב מען זאל דאס צוטיילן אויף וואכן און לא יאומן כי יסופר
דאס קומט אויס בערך א באשרייבונג "פא יעדע וואך", יא יא אנדערהאלבן יאר באשרייבט מען אים יעדע וואך
אויב מען צוטיילט דאס אויף וואכן, די ראש הכופרים לשעבר פון די מדינה אולמערט ווערט באשולדיגט
מיט געפערליכע שווינדלערייען און אפילו ער וואס איז געווען דער ראש ממשלה האט נישט געהאט
אזא אויסערגווענדליכע דעקונג, דאס שרייט "דרשני".
און דאס האט א ספעציעלע מטרה ווי איך גיי מסביר זיין, די שופטים זענען דאך פשוטע בשר ודם
אנשים מגושמים אנשי בצע לויט אלע פירושים דאס אלעס איז נאך פאר זייער פריוואטע געבורטס
שנאה וואס די אלע פרייע אין מדינת ישראל האבן צו די פרומע, ממילא דער שופט ליינט דאס וואס
שטייט אין צייטונג געווענליך איז ער מקבל אז לכאורה רעדט מען טאקע דא פון א געפערליכע רוצח
אדער גנב וכדו' און ווען ער קומט צום משפט ווייסט ער אז מ'האנדלט דא פון א שולדיגער מ'דארף
נאר דן זיין ווייפיהל יאר טורמע וכדו' און אמאל מאכט זיך א גוטע אדוואקאט וואס איז מצליח צו מגלה
זיין דער שופט אז די מעשה איז נישט אזוי אבער אויף דעם דארף מען האבן א גוטע אדוואקאט בפרט אויב
דער נידון איז שוין באשמוצט געווארן אין אלע צייטונגען, דאס איז געווענליך ביי יעדע פאל ווער רעדט
נאך ווען ס'האנדעלט זיך פון א פרומע איד דעמאלץ קומט עס נאך באגלייט מיט א שמחה און א שנאה
צוזאמען, און נאכדעם האט נאך דער שופט א פראבלעם צו פסקנ'ן דער אמת אפילו אויב ער וויל ווייל אויב
דער גאנצע פאלק האלט אז יענע מענטש איז שולדיג ווייל ס'איז דאך א בפירושע צייטונג וועט דער שופט
ווערן שטארק קריטיקירט און ארפגעריסן וואס דאס קען אים קאסטן זיין פאסטן און פון דעם ציטערט ער.
די פראסעקיוטערס ווייסן גוט די כח פון באשמוצען און די צייטונגען אזוי אז דאס שפארט זיי א געוואלד
ארבעט דער שופט באקומט שוין מלכתחילה א שלעטע בילד אויף דער מענטש און ער קומט גרייט
פארן געבן די תפיסה יארן די שאלה איז נאר וויפיהל און דאס איז די סיבה וואס די פרקליטות הערט
נישט אויף צו פרעדיגן און די צייטונגען, כדי ס'זאל ווערן א דבר פשוט אז דאס איז די מציאות.
משא"כ ווען די פראסעקיוטערס זענען זיכער ביי זיך אז מען האנדלט טאקע פון א פושע פעלט
גארנישט אויס מען לייגט אריין די פשוטע זאכן אין די צייטונג און מען ווארט רואיג ביז דער משפט
ווי דעמאלץ ווייזט מען פאר דער שופט, דא האסטו די ראיות, און דער שופט געבט אפאר יאר תפיסה
און דעמאלץ געבט מען ארויס צו די פרעסע די איינצעלהייטן מיט וואס דער שופט האט אים באשולדיגט
און וויפיהל יאר תפיסה ער גייט באקומען, און אזוי גייט טאקע געווענליך, פארשטייט זיך אז ביי א מעשה
וואס א פרומע איד איז אריינגעמישט וועט די טראסק זיין פיהל גרעסער אבער דאך וועלן זיי זיך שפירן
רואיג ביז די משפט און זיך פאטשן די בויך וויסנדיג קלאר אז ער גייט באשולדיגט ווערן, דער פראבלעם
הייבט זיך נאר ווען זיי ווייסן ביי זיך אז קיין ראיות איז נישטא דעמאלץ ווארפן זיי זיך ארויף אויף די
פרעסע און טוען פרעדיגן אן אויפהער ביז די משפט.
אבער פון די אנדערע זייט אויב זעט מען אז די מעשה האלט און איין ווערן ארויפגעברענגט אויף די
העדליינס זעט מען פון דעם אז די פראסעקיוטערס זענען אונטער דרוק פון פארלירן ממילא דארפן
זיי פרעדיגן דורך צייטונגען, און דאס האבן זיי געטוהן ביי די "אם המסורה" מרת מארקאוויטש תחי'
זיי האבן סיי פראבירט איר צו באשמיצן כסדר און נאכמער זיי האבן געלייגט גרויס געוויכט איר דווקא
איינצוזעצן נאך פאר די משפט און ס'איז געווען אזעלכע וואס האבן נישט פארשטאנען וואס גייט עס זיי
אזוי בנפשם, קענען זיי נישט ווארטן ביז צום ענדע משפט, די תירוץ איז ניין, ווייל דאס אז מען וואלט
איינגעזעצט די פרוי פארן משפט דאס וואלט געוויזן פארן שופט אז דא רעדט מען פון א זיכערער
שולדיגער און וועגן דעם האבן די פראסעקיוטערס נישט אויפגעגעבן אפילו נאכן ליידן שווערע דורכפעלער
און בושות.
איך וויל אייך אראפברענגן א ארטיקל וואס דער שרייבער פון 'בחדרי חרדים' יצחק נחשוני האט
געשריבן בשעת ס'האט זיך געטוהן מיט מרת מארקאוויטש און דאס ברענגט ארויס זייער קלאר
די בילד:
אין לפרקליטות שום הוכחות ביד!
מי מאיים ב'פולסא דנורא' על אנשי 'הדסה' ועובדי הרווחה? • איזו 'מתנת יום הולדת' העניק 'ישראל היום' לנתניהו? • ומי מעוניין לנשל את לבייב גם מנכסיו הערכיים? • טורו היומי של יצחק נחשוני
יצחק נחשוני, בחדרי חרדים
תאריך: 21/10/2009 13:17:00
הפרקליטות ניסתה להשפיע על השופט
היום נפתח משפטה של האם ממאה שערים (כתובת זמנית?) בבית המשפט המחוזי בירושלים. המשפט מתנהל בפני השופט יוסף שפירא, הנחשב להגון ועיניני, אבל אסור לסמוך על העובדה שלמרות שאינו חובש כיפה, הוא נסע להתפלל באומן, ולהאמין שאת תפילותיו שם הוא זקף למענה.
צריך להמשיך ולהרבות בתפילה בעצמנו.
נכון להיום, ישנן הרבה מאוד סיבות אובייקטיביות לקוות שהמשפט הזה יסתיים בטוב. בית החולים 'הדסה', שעל עדויות אנשיו מבוססות רוב ההאשמות נגד האם, היה מעורב מאז פרצה הסערה הזו, בעוד מעשי רשלנות, שלא הסתיימו בטוב. המקרה של הילד המסכן שכמעט גווע ברעב משום ש'מחלתו' לא אובחנה בצורה נכונה, הוא קל יחסית ללידת התאומים שהסתיימה במותה של היולדת הד"ר גלית סעדה-אופיר. רק לפני ימים אחדים קבעה ועדה של משרד הבריאות, כי "כשלים ומחדלים חמורים בתפקוד הצוות הרפואי בבית-החולים הדסה עין-כרם היו בין הגורמים שהביאו, בסופו של דבר, למותה".
איש לא יעלה על הדעת שבנק שפושע בכספי לקוחות, או מוסד חינוכי שנתפס כשהוא משחית נפשות ילדים יוכל להמשיך ולתפקד כאילו לא קרה דבר. על אחת כמה וכמה שמנהליו ונציגיו אינם יכולים לשמש כ'עדים מומחים' במשפט מעילה או פגיעה בילד, התנהל בתיק אחר.
אין שום סיבה שבעולם שמוסד רפואי כמו 'הדסה'-עין כרם, ש"כשלים ומחדלים" שהוא היה שותף להם הביאו למותה של אישה צעירה בת 37 שהשאירה אחריה עוללים בני יום, לא ייתן את הדין, וגם יהפוך, במשפט אחר, מנאשם למאשים.
אבל את עיקר הביטחון שלנו בהיחלצותה של האם מהמשפט הזה בטוב, או לכל היותר עם המלצה לטיפול ובהדרכה נכונה, אנחנו מבססים על התנהגותה המשתוללת ואחוזת האמוק של הפרקליטות.
מי שיש בידיו הוכחות מוצקות ומבוססות עם עדויות של אנשי מקצוע ובני משפחה ועם סרטים מזעזעים - כפי שדווח בתקשורת לגבי התיק הזה - צריך לשבת רגע לפני תחילת המשפט בחיבוק ידיים, או לכל היותר לחכך אותן זו בזו. מי שזקוק לתימוכין חיצוניים של שופט אחד, על הבעיות התפקודיות, כביכול, של האם כדי להשפיע בעקיפין, על השופט אחר, אין ספק שאין לו שום דבר אחר ביד.
אין מנוס מהמסקנה שהתביעה שהועלתה בסמוך להתחלת משפטה העיקרי של האם, להרחיק אותה מילדיה הבריאים, שנפלה בערכאה של בית המשפט המחוזי, והערעור המתוקשר מאוד שהוגש באותו עניין לבית המשפט העליון, לא נועדו אלא להשפיע על השופט שפירא. המטרה היתה לכבול את ידיו, שהרי אם מקבילו רביד, או השופט דנציגר מבית המשפט העליון, היו קובעים שהיא מסוכנת לילדיה הבריאים, המשפט על הילד החולה כבר היה מיותר.
הנתונים בתחילת המשפט, מבחינה זו, הם טובים ומעודדים. מי שיכול לטרוף את הקלפים הם רק ה'קמבצים' למיניהם, המתקבצים להם עלינו בכלי התקשורת הכלליים, והופכים את עצמם ל'דוברי' המערכה שאיש לא הכריז עליה.
היום מופיע אחד מהם, יואליש קרויס, ב'ידיעות אחרונות' ומצהיר: "אם נראה במשך חודש-חודשיים שהמשפט לא מתנהל כמשפט צדק, ישנם גורמים שכבר הצהירו שיעשו פולסא דנורא לבכירי 'הדסה' ולרווחה ואז כבר לא יהיו עדים ולא יהיה משפט".
עדים, יואליש, אין להם גם בלי ה'פולסא דנורא' שלך. ול'משפט' היינו מעמידים דווקא אותך על רדיפת האם בדברים הלא אחראיים שצוטטו מפיך.
ער ברענגט זייער גוט ארויס די מטרה, וויאזוי די בילד וואלט געדארפט אויסקוקן ווען די מעשה וואלט
געווען אמת און וויאזוי ס'קוקט למעשה אויס, דאס אלעס איז צו אנגרייטן א גרייטע שווארע בילד פארן שופט.
די זעלבע זאך טוען זיי יעצט מיט אליאור, אבער חוץ פון פרעדיגן אגאנצע צייט האבן זיי דא געטוהן א כיטערער
שטיקל, זיי האבן אים געלייגט צוזאמען מיט "יעקב טייטל" וואס מען באשולדיגט אים אז ער האט געהארגעט
אראבערס בקיצור א ריכטיגע רוצח (איך האב נישט קיין אנונג וואס די אמת איז דארט איך גלייב ענדערש אז
ס'איז נישט אמת ווייל ס'איז א חזקה אויף זיי, אז זיי זעצן איין אומשולדיגע אבער איך ווייס גארנישט), הגם בעצם
איז דאס צוויי אנדערע עבירות אינגאנצן, יענער ווערט אנגערופן אלץ 'אסיר בטחוני' וכדו' דאך האבן זיי אים געלייגט
צוזאמען פשוט צו קענען ארויסקומען נעקסטע טאג צו די פרעסע מיט די גרויסע נייעס און דאס וועט אוטאמאטיש גורם
זיין צו פארשווארצן זיין בילד אזוי אז סיי די פאלק און סיי דער שופט זאלן אים אנקוקן אז ער איז מער ווייניגער די זעלבע
ווי יעקב טייטל.
און דא ברענג איך אייך אראפ א קאפי פון די גרויסע שמחה:
*-- >Article, Credits, Toolbar **-- Article, Credits, Toolbar **-- ARTICLE_CONTENT_START ******** type="text/" src="/online/nrg/include/js/wmv_player_small.js">>******* type="text/" src="/online/nrg/include/js/slider.js">>
*--global_section_pic*
*******>>
*--art_global_gallery_picture*על אחד "השתלטו כוחות הטומאה", השני "גאה להיות שליחו של האל". שניהם נמצאים יחד, בתא אחד, וממתינים למשפטם: אליאור חן, המוכנה "הרב המתעלל", ויעקב (ג'ק) טייטל, חולקים אותו תא מעצר בכלא "שקמה" שליד אשקלון.
*-- ARTICLE_MAIN_PIC_START *
*-- ARTICLE_MAIN_PIC_CREDIT_START *
אליאור חן בבית המשפט צילום ארכיון: פלאש 90
*-- ARTICLE_MAIN_PIC_CREDIT_END *
*-- ARTICLE_MAIN_PIC_END *כתבי האישום נגד השניים הם מן החמורים ביותר. אליאור חן, בן 28 מביתר עלית, נמלט מהארץ לברזיל לפני כשנה וחצי והוסגר לישראל בחודש שעבר. לפני כשלושה שבועות הוגש נגדו כתב אישום בגין סדרה של התעללויות קשות בשמונת ילדיה של אם מירושלים.
בין היתר, מיוחסות לו הכאת הילדים בפטיש, שרפת אבריהם במצית, כליאה של אחד מהם במזוודה, האכלתם בצואה ועוד מעשים כיד הדמיון החולני. אחד מהם, שהוכה באכזריות רבה, שרוי עד היום בתרדמת.
יעקב (ג'קי) טייטל, בן 37, נשוי ואב לארבעה מההתנחלות שבות רחל, מואשם בשני מעשי רצח של פלסטינים בשנת 1997, בארבעה ניסיונות רצח, ובכמה עברות נשק והסתה לטרור ואלימות.
*--global_section**--<<>>***--header*
מוחזק בצינוק
על פי כתב האישום, שהוגש נגדו לפני כשבועיים, הוא הטמין מטען חבלה בפתח ביתו של איש השמאל פרופ' זאב שטרנהל, ושלח מטען נפץ לביתה של משפחה יהודית משיחית מאריאל, שכתוצאה ממנו נפצע נער באורח קשה. הוא מואשם עוד כי הניח מטען חבלה בתחנת המשטרה בהתנחלות עלי, כדי להניא את הרשויות מלאבטח מצעד גאווה בירושלים.
לאחר הגשת כתב האישום נגדו הועבר טייטל ממתקן השב"כ בפתח תקווה לכלא "שקמה". כמי שמואשם בביצוע פשעים על רקע לאומני, מוגדר טייטל כאסיר ביטחוני, ולכן נאסר עליו לשוחח בטלפון או לקבל ביקורים באופן סדיר. בקביעת
היום (ב') צפוי טייטל להיפגש לראשונה מאז מעצרו עם אשתו רבקה. פרקליטו, עו"ד עדי קידר, פגש אותו אתמול. "טייטל נמצא בתנאי הפרדה קשים ביותר", מספר עו"ד קידר. "הוא בצינוק. שני אנשים בקושי יכולים לעמוד בו זמנית יחד בתא".
הוא הוסיף כי "לא מאפשרים לו שיחות טלפון ואפילו המפגש עמי, עורך דינו, נעשה מאחורי קיר הפרדה. אנחנו מתכוונים לעתור לבית המשפט נגד תנאי המעצר. ההנחיה לכלוא אותו בתנאים כאלה היא תמוהה לאור העובדה שהוא שיתף פעולה עם החוקרים והודה בחשדות נגדו".
נשלח ב-3/12/2009 19:22
תוקן על ידי העלד ב- 03/12/2009 19:23:00
נשלח ב-6/12/2009 02:00
תיקון טעות:
אזוי ווי איך בין מקפיד זייער שטארק צו שרייבן דא נאר קראנטע אינפארמאציע אן קיין שום גוזמאות אדער שקרים
ווייל דאס איז שוין דא בריווח פון די אלע פרייע צייטונגען, ממילא וויל איך פארריכטן א קלייניגקייט וואס
איך האב געשריבן און למעשה איז עס נישט פונקט אזוי.
איך האב געשריבן אז נאך וואס ר' ד.ל. האט געהערט פון הגרמ"ש קליין'ס טאכטער וואס אירע ראיות
זענען האט ער אנגערופן הגרמ"ש מיט די אינפארמאציע, למעשה האב איך א טעות געהאט ער האט
נישט גערעדט מיט הגרמ"ש נאכן רעדן מיטן טאכטער אבער אנדערע האבן יא גערעדט מיט הגרמ"ש
דערוועגן, און ר' ד.ל. אליינס האט שוין דערנאך נישט גערעדט מיט הגרמ"ש.
נשלח ב-6/12/2009 02:16
ס'איז כדי ארפצוברענגען דא א קאפי פון איינע פון די תגובות וואס א 'פרייער' האט געשריבן
אויף איינע פון די באשרייבונגען אויף אליאור חן אין די 'ידיעות אחרונות'.
31.
הפרשה הזאת מעלה אין סוף תמיהות...
דפנה
,
תל אביב
(29.10.09):
ראוי לדעתי להסית הדיון מאליאור חן ולא להתמקד אך ורק בו .
בראש ובראשונה נבצר מבינתי כיצד יכלה האם להחשף לכל הזוועות הללו ולהחריש
הרי אם הילד לא היה צמח , יכול להיות שהזוועות היו ממשיכות כנורמה שבשגרה .
עם כל ההבנה לכאבו של האב הביולוגי ,וההתמודדות הנוראית עם מצוקתם של הילדים את ייסורי המצפון הוא הרוויח ביושר , כי גם אם לשיטתו אכן הוא התבקש לעזוב את הבית , בלתי מתקבל על הדעת שהוא ייתבקש לנתק קשר מהילדים , ואם ייתבקש אז מדוע הוא נאות והסכים .
הילדים אני מניחה היו במוסדות חינוך , היכן היו כל המחנכים הגננות הרבנים שבחדר , זה לא מתקבל על הדעת שהם לא נחשפו להתנהגות חריגה אצל הילדים מצוקה נוראית אותות ששידרו חמור מכך אם ידעו מדוע החרישו .
והשכנים איפה הם היו , לא שמעו איפה אגף הרווחה של הישוב ביתר עלית .
הסבים והסבתות איש לא ידע , הדודה הדוד שמתראיינים המומים ודואבים .
איש מבנייכם לא יכול להסתכל ביושר ולהגיד לא אני שפכתי את הדם הזה ,
בשתיקתכם התמוהה של כל הגורמים , סללתם את הדרך באין מפריע לחבורה של תמהוניים , שטופיי מוח הזויים וכמסוממים מתורת הנסתר , לבצע את אחת הפרשיות המזוויעות אם לא המזוויעה שידענו .
הפרשה הזו צריכה ללמד אותנו לכל הפחות את הלקח , להיות קשובים , לפקוח עיינינו תדיר כחברה , שלא נתעורר שוב ושוב לבוקר מבעית מעציב , מקומם ומפחיד , כפי שארע בזה המקרה .
טאקע גוטע קשיות!
אבער א פשוט'ע סברא אז אפשר אי די מעשה
נישט אינגאנצן אמת, דאס פאלט זיי נישט איין!!!
נשלח ב-6/12/2009 16:56
ווייטערדיגע באריכטן פון די פראנט:
די פרקליטות זענען זייער באזארגט אויף דער פאקט אז משפחת חן האט אויסגעוועלט די אדוואקאט אריאל עטרי
וואס ער איז ממקורו א תימן'ער און ער שרייט ארויס הויעך ווען מ'טוט אומלעגאלע זאכן, און דאס ווילן זיי פאר יעדע
פרייז מבטל זיין, און זיי פראבירן כסדר אים ענג צומאכן כדי ער זאל זיך ארויסלאזן פון די קעיס,און פון טאג צו טאג
זעט מען ווי ווייט זייער חוצפה קען אנגיין.
קודם כל פירן זיי אן מיט א משפט קעגן אים אויף 'שיבוש הליכי משפט', ווייל אנפאנג מעשה איז עטרי געפארן
קיין בראזיל באזוכן אליאור איז ווען ער איז צוריקגעקומען האט ער באזוכט אין תפיסה די פרוי די מאמע פון די
קינדער און ער האט איר איבעגעגעבן א גריס פון אליאור, און וויבאלד ווי זיי זאגן איז זי היינט די עד מדינה קעגן
אים ממילא איז א גריס פון אים קעגן די געזעץ ווייל דאס קען גורם זיין זי זאל נישט וועלן מעיד זיין קעגן אים.
למעשה איז דאס א שטיק ליצנות ווייל סתם א גריס איז בעצם נישט געפערליך אבער בפרט אז דאס איז נאך
געווען בערך אכט חדשים פאר זי האט מחליט געווען צו מעיד קעגן אים וואס דעמאלץ האט נאך קיינער נישט
געהאט קיין הוה אמינא בכלל אז זי וועט אמאל מסכים זיין צו מעיד זיין קעגן אים, נו איז וויאזוי וואלט ער דאס
געדארפט וויסן ער איז דאך נישט אזא בעל מופת מיט קבלה מעשית אזויווי אליאור חן וואס לשיטתם פלעגט
ער זאגן פאר מענטשן וואס מען טראכט.
הוארך בשמונה ימים מעצרו של הרב אליאור חן החשוד בהתעללות בילדים המדינה - נשקלת העמדתו לדין של הסניגור - נפגש עם אם הילדים טרם הובהר אם חן יואשם גם בניסיון רצח
בית משפט השלום בירושלים האריך (ה', 29.10.09) בשמונה ימים את מעצרו של הרב אליאור חן, החשוד בהתעללות בילדים. חן הובא להארכת מעצר לאחר שאתמול בצהריים הגיע בטיסה מברזיל, בעקבות הסגרתו לישראל.
אחד הנושאים שעמדו על הפרק בדיון במעצרו של חן היה שאלת ייצוגו על-ידי בא-כוחו עו"ד אריאל עטרי. בא-כוח המדינה המפקח מלכיאל הטב טען כי יש לפסול את עטרי מלייצג את חן זאת על-רקע חקירה נגדו בשל מפגש "אסור" שקיים לכאורה עם אמם של הילדים. הטב טען כי לשכת עורכי הדין מסרה שתמליץ על השעייתו של עטרי "לאחר שיתקיים שימוע נגד עו"ד עטרי יוחלט אם יוגש נגדו כתב אישום מאחר והחקירה בעניין זה כמעט הסתיימה".
לעומת זאת, עטרי טען כי המפגש שקיים עם אם הילדים היה לפני שהפכה לעדת מדינה וכי באותו זמן היה זכאי לקיים את המפגש. הוא חשף עוד כי הופעלו עליו לחצים "לרדת מהתיק". "אתמול בבוקר עת שעשה הרב חן את דרכו ארצה, יצר עימי קשר עורך דין המטפל בעניינים מול משרד המשפטים ואמר לי כי קיבל פניה בה נמסר לו כי משרד המשפטים יהא מוכן לבטל ההליכים נגד אם אהיה מוכן לא לייצג את אליאור חן. הוא אמר לי כי קיבל פנייה דרך גורם שלישי במשרד המשפטים בה נמסר לו שאם לא אהיה מוכן להגן על חן, יהיו מוכנים שלא לנקוט נגדי בהליכים. זו התנהגות המתאימה למדינות העולם השלישי. אתמול בשעות הצהריים פנה אלי עיתונאי וסיפר לי כי קיבל מגורמים המקורבים לחקירה במשרד המשפטים, הפנתי תשומת לבו כי השימוע נקבע לפני זמן רב, ושוב בכוונה לפגוע ישירות בייצוגו של המשיב. זה מעשה בריונות משפטית ונבלות ברשות התורה. שום הודעה מלשכת עורכי הדין ברוח דברי חברי לא הועברה לידיעתי. מה שנעשה אתמול היה בזוי ויכול לבוא בגדר סחיטה באיומים מטעם המדינה ולי אין כוונה לפגוע בלקוח על-מנת שיצמחו לי טובות הנאה".
השופט יצחק שמעוני דחה את בקשת המדינה לפסול את עטרי וכתב כי אינו רואה כל מניעה שעטרי ייצג את הרב חן. "חזקת החפות חלה לא רק לגבי עבריינים אלא גם לעורכי דין באשר הם. לא הובא בפני כל הליך המתנהל בוועדת האתיקה של לשכת עורכי הדין ובוודאי שבאין הליך כזה רשאי עו"ד עטרי לייצג כל נאשם ובכלל זה הרב חן".
בהמשך העיד בא-כוח המדינה בנוגע לסעיפי האישום שיכללו בכתב האישום. זאת על-רקע פרסומים לפיהם המשטרה מתכוונת לכלול באישום סעיף של ניסיון לרצח. בא-כוחו של חן, עו"ד עטרי, שאל את נציג המינה האם חן יכול לעמוד לדין "אך ורק בעבירות לגביהן אישר בית המשפט בברזיל הסגרתו". המפקח אישר את הדברים ואמר, "כך נודע לי". הוא גם אישר כי במהלך חקירתו של חן לא נאמרלו כי הוא חשוד בניסיון לרצח. בהקשר לכך מסר משרד המשפטים כי "ההכרעה בשאלת סעיפי האישום תתקבל רק לאחר העברת חומר החקירה לפרקליטות ובהתאם להחלטת ההסגרה של בית משפט בברזיל"
בא כוח המדינה ביקש כי בית המשפט יורה על מעצרו של חן למשך 9 ימים נוספים כדי שהמשטרה תתחיל בחקירה ותבצע אותה "בצורה ראויה על-מנת להגיע לחקר האמת".
עו"ד עטרי טען כי התקשורת כבר הרשיעה את מרשו לפיכך הוא מתפלל כי מרשו "יידון בפני שופט שלא נחשף לסיקור התקשורתי... אנו עושים אבחנה ברורה בין המערכת המשפט למשטרת ישראל שכן המשטרה הודעה ברורות שלא משנה מה יאמר בחקירתו, מבחינתם הוא אשם יועמד לדין".
כאמור בית המשפט האריך את המעצר בשמונה ימים נוספים. השופט כתב כי הובא בפניו חומר חקירה רב "בו נפרשה פרשייה הנוגעת למעלליו הנוראיים והאכזריים של חן. על יסוד חומר זה אני קובע כי קיים יותר מחשד סביר שחן ביצע עבירות אלה וכי קיימת עילה למעצרו לצרכי חקירה...ראויי לאפשר למדינה לבצע את פעולות החקירה בהיות חן במעצר שכן החקירה נמצאת בראשיתה. שוכנעתי כי קיים חשש ממשי לשיבוש הליכי חקירה וכן חשש להמלטות מאימת הדין".
ווי איר זעט דא נישט נאר אז זיי האבן זיך גענומען צו זיינע ביינער נאר זיי זאגן אים קלאר ארויס ברחל בתך הקטנה
אז אויב לאזט ער אפ די קעיס פון חן הערן זיי אויף מיט די משפט קעגן אים.
בעצם האבן זיי אויך אריינגעלייגט זייער א מיסע באשרייבונג קעגן אים אין 'מעריב' ווי זיי מאכן אים דארט
פאר א ביליגע אדוואקאט וואס זוכט פשוט אביסל אטענשן, נאר א פלא אז די למעשה אין די סייט פון מעריב
איז עס שוין נישט דא צו טרעפן, זעט אויס אז זיי האבן זיך געכאפט אז ס'איז א חוזק אז זיי פראבירן אזוי
אפיציעל אים אראפצורייסן, אבער למעשה קענט איר דאס טרעפן אין אנדערע פלעצער וואס האבן בשעתו
אראפגעברענגט די באשרייבונג און דא האט איר איינע פון זיי.
כתב אישום הוגש הבוקר (יום ג') לבית המשפט המחוזי בירושלים נגד "הרב המתעלל" אליאור חן, הנאשם במסכת התעללות הקשה בשמונה ילדים. חן נמלט במרס 2008 לברזיל והוסגר בחודש שעבר לישראל בתום הליך משפטי ארוך.
פרקליטו של חן, עו"ד אריאל עטרי, ביקש בדיון לדחות את תשובת מרשו לסעיפי האישום נגדו. לבקשת השופט, יורם נועם, קם חן על רגליו והצהיר גם כתב הדין נקרא באוזניו והוא הבין את העבירות המיוחסות לו. בדיון נידונה שאלת המשך ייצוגו של חן בידי עו"ד עטרי, והשופט הודיע כי עליו להחליט בסוגייה עד ל-10 בדצמבר
- אחרת, ימונה לחן עורך דין מטעם הסניגוריה הציבורית.
בית המשפט קבע עוד כי ב-3 בינואר תשיב ההגנה לכתב האישום, ותעלה טענות מקדמיות, שלדברי עו"ד עטרי - אינן קשורות לראיות עצמן בכתב האישום. עוד קבע השופט שמשפטו של חן יתנהל שלושה ימים החל מ-15 בפברואר.
עו"ד עטרי אמר ל-ynet בתום הדיון: "עניין הייצוג לא נפתח מחדש, יש כמה פרטים טכניים שצריך לסדר. ביקשנו לדחות את הדיון כדי ללמוד את חומר החקירה".
במהלך משפטו של חן אמורה להעיד מ', אמם של הילדים בהם התעלל חן. האישומים הקשים מופנים גם נגד המעורבים האחרים בפרשה אברהם אסקלצ'י, שמעון גבאי ודוד קוגמן, אשר הפלילו את חן בחקירתם. מ' עצמה הגיעה להסדר טיעון עם הפרקליטות, שלפיו ייגזרו עליה חמש שנות מאסר בתנאי שתעיד נגד חן. המשפט צפוי להימשך כחודשיים.
חן מואשם בעבירות של התעללות בקטין חסר ישע ובתקיפת קטין בכמה מקרים. לפי האישום, היכו חן וחברי הקבוצה במספר רב של הזדמנויות את אחד הילדים, בן 3, בחוזקה באמצעות פטיש מעץ ומקל עץ בידיו. הם גם שרפו את אצבעותיו של הילד וכן איברים אחרים בגופו באמצעות מצית.
"בן אדם כזה עקום, ששורף ילדים, איזה עונש אתה יכול לתת לו? איזה עונש אתה יכול לתת לנאצי? זה מה שהוא עשה, שיחיה עם זה", הוא אמר. לדבריו, "יש לי הרבה דברים בחיים מלבד המשפט, אין לי הרבה זמן להתפנות אליו. מה שחשוב הוא שהאמת תתגלה".
האב הוסיף ואמר כי "חן מנסה להפיץ שמועות כאילו הכל עלילה. השקרים האלה הם הדברים הכי מכעיסים. אנחנו מקווים שהפרקליטות תעשה את עבודתה כמו שצריך. אין נחמה למה שהוא עשה. העונש הטוב ביותר לאדם שפוגע בצורה כזו, הוא שיהיה בריא ושתהיה לו דעת כך שיידע מה שעשה", סיכם.
עו"ד דוד הלוי, המייצג את המשפחה, אמר: "מעבר לפגיעות הפיזיות והנפשיות, יש כאן אדם שלא לקח אחריות, נמלט לחו"ל ועושה כל מהלך אפשרי כדי לנסות ולסכל את הליך מיצוי הדין עמו. המשפחה מצפה להליך מהיר ושאליאור חן יקבל עונש הולם למעשים שביצע ובאופן כזה שלא יוכל לסכן משפחות אחרות בעתיד".
זיי שרייבן קלארע ווערטער אז אויב עטרי זאגט זיך אפ וועלן זיי צושטעלן א אדוואקאט, וואס הייסט זיי וועלן צושטעלן? ווער האט זיי געבעטן? די ערשטע אפציע איז אז די משפחה וועט נעמען א צווייטער אבער זיי זאגן שוין אז זיי וועלן שוין דאס באזארגן בנדבת לבם און דאס איז זייער גאנצע מטרה כדי מ'זאל קענען טוהן אלע רשעות ואין פוצה פה ומצפצף.
אידן וועקט אייך אויף טוט עפעס פאר דעם אומשולדיגן איד, וואס מוטשעט זיך שוין אזוי לאנג, זיין ווייב און קינדער זענען נעבעך אין אנטווערפן אן קיינער וואס זארגט זיך פאר זיי, ווייל אין אנטווערפן האט די בריוו פון ר' משה שאול אזוי שטארק אויפגעטוהן
אז מאנכע האבן פארשפרייט דארט אז ר' משה שאול לאזט אפילו נישט העלפן די ווייב
און קינדער, און דער עולם האט עס אפגעקויפט, ה' ירחם!!!
תוקן על ידי מזלמזל ב- 06/12/2009 17:06:52
נשלח ב-6/12/2009 17:11
די אדרעס פון די סייט וואס איז געווען א קאפי פון די מיסע באשרייבונג אויף עטרי פון 'מעריב' איז נישט ארויסגעקומען אינגאנצן איך ווייס נישט פארוואס, אפשר ווייל יענע סייט איז א קונקורענט מיט 'בחדרי חרדים', ממילא וועל איך אין די נעקסטע מינוטן ארויפלייגן א קאפי פון די באשרייבונג, ווי מ'זעט קלאר ווי די פרקליטות ארבעט שווער אים צוזעהן אינדרויסן פון די קעיס ווי זיי שרייבן דארט קלאר ארויס אז אויב ער איז קלוג וועט ער אפלאזן די קעיס, דאס איז דאך זייער שאיפה.
נשלח ב-6/12/2009 17:19
למעשה זעה איך אז ס'איז זייער זייער א לאנגע באשרייבונג, פשוט אלע בויך ווייטאג פון די פרקליטות האבן זיי דארט אויסגעגעבן, ממילא אז איך וועל עס יעצט ארויפלייגן וועט עס מאכן די בלאט צו לאנג בפרט אז ס'איז שוין דא אפאר קאפיס פון באשרייבונגען אין די בלאט, איז למעשה וועל איך צוווארטן ביז מ'וועט האלטן ביי בלעטל 4 און דאן וועל איך עס בל"נ ארוייפלייגן. ואתכם הסליחה!