בית פורומים כל העולם כולו

שמחת בית פשעווארסק - שינאווע, הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2009 08:00 לינק ישיר 

SatmarHQ : beeshas now 4d savlon! aron was @Pshevorsk wedding sitting there long time waiting pshevork rabbi 2come in but he came in when aron left

תוקן על ידי SatmarBum ב- 02/12/2009 07:54:23




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:03 לינק ישיר 

דער סבלן וקדוש הר' אהרן טייטלבוים איז געקומען צו די גרויסע פשעווארסקע חתונה וואס קומט פאר היינט נאכט אין ראז קעסיל, זיין פלאן איז געווען צו באקומען די פולע אטענטשאן פון דעם פשעווארסקען רבי'ן אזוי ווי להבדיל דער רבי שליט"א האט באקומען ביי די פאריגע חתונה, און אזוי געבן א פולקאמער ריק פאר די זאליס אז ר' לייבוש איז זיינס.

אבער נעבעך ס'איז ביטערליך דורכגעפאלן, ר' אהרן דינן איז אנגעקומען צו די חתונה מיטן גרויסן שטריימעל אויף זיין קליינע קאפ, א שמייכעל פון איין באק צו די צווייטע ווי ביים שלום געבן פאר יענקל אשר ראש העיר פון ב"ב, היינט איז זיין נאכט, מ'גייט האפקען מיט ר' לייבוש עד לב השמים, זיך רוימען פון אויער צו אויער, און די זאליס וועלן פייגערן פאר כעס, ער שפאצירט אריין צו די חתונה מיט זיין אויפגעהויבן קעפל, זעצט זיך ארויף אויפן אויבענאן אבער.... ואיננו דער הויפט מחותן ר' לייבוש איז נישטא צום האבן, די מצב ווערט זייער אומבאקוועם, ער הייבט זיך אן דרייען פון רעכטס אויף לינקס, ווינטשט פאר דעם זיידן און יענעם פעטער, אבער ר' לייבוש איז נאך אלץ נישטא, די פונק אויף זיין פנים הייבט זיך אן פארלעשן, אבער פלוצלינג קומט א מעסעזש פון אויבן אז ר' לייבוש איז אויפן וועג, ס'פנים ווערט אים היבש צוריק לעכטיג, הייבט אן מאכן א לאנגע ברכה אויף די טארט וואס ליגט אינפארענט פון אים, טרינקט פאמעליך א לחיים, הייבט אן אודך וואונטשען פארן גאנצן אויבענאן לחיים, דער עולם אונטען אין זאל הייבט זיך אן אונטערשמייכלען, ר' לייבוש דער חצוף האט זיך נאך אלץ נישט באוויזן (און פארגעסט נישט, דאס איז שוין נאכדעם וואס ביי די פאריגע באזוך האט אים ר' אהרן געלאדענט צו די חתונה, {דארט ווי דער טעיפ האט זיך אפגעהאקט וד"ל} און אים ערווארטעט "פערזענליך" צו באגריסן...) נאך ל-א-נ-ג-ע און איך זאג די לאנגע צוואנציג מינוט וואס דער ר' אהרן דינן איז געזיצן דארט האט מען שוין געזעהן אז ס'איז כלתה אליו הרעה, ער איז אנטלאפן מיט די נשמה אין די הענט, ווען די בזיונות האט זיך ארויסגעשטעקט לעיני כל ישראל, און דאס געלעכטער איז געגאנגען עד לרקיע...

יעצט לעבעדיג שרייט אלע אהרונים ביינאזאם... ר' לייבוש איז אויס "הרה"ק" מפשעווארסק, ער איז דער "לייזער פון אנטווערפן", "באבלאזענער לייבוש" וכו'!!!

 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:14 לינק ישיר 

נא וואס האב איך אייך געזאגט???

ארגינעלער קומט ס'ערשטע און זאגט אז פשוט ר' אהרן האט נישט "אויסגעווארט" דעם פשעווארסקער רבי (איין מינוט, ווי איז זיין סבלנות???), און ער איז אוועקגעגאנגען נאכן טאנצן מיט ר' לייבוש ט"ב... און דא קומט די באמבע ווייל (מיט די גראבע פינגער אויף ארויף) ער האט געזעהן (ער ליינט היידפארק? פון ווי האט ער שוין געוויסט וואס וויינשטאקל האט געמאלדן אז עס גייט פאר עפעס??) אז ס'טוט זיך רייבערייען צווישן די שטוב מענטשען אין פשעווארסק, און זייענדיג דער גרויסער שונא מחלוקת איז ער פשוט אנטלאפן...
איינער לאכט  נאך?? ווייל איך נישט




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:17 לינק ישיר 

פשוטע שקרים,
כ'האב יעצט גערעדט מיט 2 יונגעלייט וואס זענען אין זאל די גאנצע צייט
כ'האף מ'וועט קענען האבען די קליפס פין די צייט וואס מהר''א איז דארט געווען אין יעדער וועט זעהן ענקערע פשוטע געבעקסען
מהר''א איז דארט געווען קארגע מיניטן געזיסען א מיניט אויבן אן אין געטאנצען מיטן חתן אין מחתנים אין געגאנגען, ער גייט נישט שפילן קעטש מיט פשעווארסקער רבי'ס גבאים,
אין פארשטייט זיך אז ווי נאר די זאלי'ס האבען זיי געלזאט וויסען אז ער קען קומען איז ער גלייך אנגעקומען מיט א אינטערשייד פין געציילטע מיניטן.
סיי וויאזוי איז די געים אווער נאך דעם באזוך פאר די פאריגע חתונה, סוי כ'קוק אן די גבאים (אין פאר וועם זיי ווילן געפעלן) זייער נעריש
מ'האט קלאר געזעהן אז זיי האלטן אויף פשעווארסקע רבי ביז מהר''א איז געגאנגען,

פין די אנדערע זייט פארשטיי איך אביסל די גבאים, ווייל כ'הער אז די זאליס זענען געווען זייער ברוגז אז ר' שלמה שמש האט אויסגערופן די חופה אין מכבד געווען ר' מענדל מיט די ערשטע 2 ברכות (אויסרופענדיג דער רב שליט''א), וואס דאז איז לכאורה א שווערע קלאפ פאר זיי

תוקן על ידי דיןתורה ב- 02/12/2009 08:27:18




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 08:22 לינק ישיר 

אין ווי הגז"ל געווען ביי די חתונה

שוין ווייטער אין קאנטרי  ?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:22 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר אז די סיבה פארוואס צד מהרי''י פירן זיך אויף אזוי קינדיש
איז ציליב דעם וואס עס טוט זיי זייער וויי אז די חתונה איז פארגעקומען אין ראוז קעסיל אין פראבירן צו פירן א מערכה קעגן דעם זאל ציליב אירע בעלי בתים די באקאנטע תורה פילאנטראפען די ראזענבערג ברודער וועלכע זענען פין די שטערקסטע שטיצער פין צד מהר''א
(ביי רבי צבי מאיר זילבערגער האט מען אים געלייגט גרויס לחץ פאר'ן וועלן פירן די שבת דארט אזש ער האט ג'קענסלט דעם גאנצען שבת אין וומ''ס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 08:23 לינק ישיר 

מען דארף נאר זעהן אז אלטר'ס מענטשן מיט ר' לייביש'ס מענשטן זאלן זיך נישט פראסקן מער.................



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:27 לינק ישיר 

די רבי שליט"א איז נישט געווען ביי די חתונה קיין 5 מינוט
נאר בלאנאד'ס מעשה דארף שטימען אזוי ווי פארמעגליך'ס מיט דוד46  ליגענטס אזוי ווי אייביג

דעס אויס ריפן ביי די תופה אז מען איז מכבד דעם רב מיט סידור קידושין אין ער האט ע איבער געגעבן פאר פעשווארסקער רבי האט צישרויפט די זאליס



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2009 08:32 לינק ישיר 


סיי וואיזוי פארוואס די סיבה זאל נאר נישט זיין, איז עס א נערי'שער מאוו פין די גבאים, אין האבען אויב עפעס נאר זיך אליין'ס פארשעמט, ווייל קיינער האלט נישט אז פשעווארסקע רבי האט אויסגעווארט אז מהר''א זאל אוועקגיין (חוץ אפאר נאאיווע היידפארק בחורים)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 08:47 לינק ישיר 

און יעצט א קורצע חזרה אויף די געהויבענע ימי השמחה....

רעב יאנקל ברעכט די נייעס פאריגע וואך:

שמחת בית פשעווארסק - שינאווע, הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מדי וואך שבת קומט פאר דער אויפריף בבית פשעווארסק - שינאווע, דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ, די חתונה וועט אי''ה פארקומען קומענדיגע וואך אין וומ''ס מיט די השתתפות פינעם גרויסען (ער איז נאך אלץ גרויס? - באלאנד) זיידען מפשעווארסק שליט''א


עס קומט א אפדעיט:
‫
עס וועט גייט אינטער די חופה החתן בן הרה''ג ר' לייבוש ט''ב דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה ד'סאטמאר - וומ''ס בן הרה''ג ר' אלחנן ז''ל חתן האדמו''ר משינאווע שליט''א‬ ‫מיט די כלה בת האבד''ק בית יעקב פשעווארסק שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מפשעווארסק שליט''א ‬‫ווער עס האט סיי וועלכע דעטאלען אדער פרטים פין די שמחה בבית צדיקים זאל ביטע פאוסטען‬


אה, ר' לייבוש דער שונא הזאלונים קומט, און אט הערט דעם באריכט:
די לעצטע פאר יאר מאכט דער שמיציגער צייטונג א גרויסע העדליין ביי יעדע פשעווארסקע חתונה, אין פראבירט איינצורעדן די קעלבעך ער איז דאך משלנו..... אבער היינט נאכדעם וואס דער גרויסער באלאן האט געפאלצט (געפלאצט פאר וועם אין פנים? איך הער נישט! - באלאנד) האט ער עפעס א פאשטופטע נייעס'ל                 

האלטס אייך רואיג, ארגינעלער האט אויך עפעס צו זאגן:
זייט דער וויזיט צים רבי'ן שעלטן (ווער שעלט? און וועמען שעלט מען? הויעך זאג...- באלאנד) די זאליס ר' לייביש'ן אן א אויף הער.                    


די אפדעיטס פאלגן נאך:
א גרויסער עולם אנ"ש האבן זיך משתתף געווען ביים קידוש לכבוד'ן דיין שליט"א.
די חתונה איז דינסטאג אין די פראכטפולע זאל פון ראוז קעסל.

יעקב שמשון פרעגט דאך גוט:
גייט מהרז"ל קימען צי די חתונה (ער דארף נאך קומען? ר' לייבוש האט ענק נישט גוט צוגעפיקסט סתם אזוי? -באלאנד) ?


אפדעיט:
היינט קומט פאר די גרויסע חתונה אין די ראוז קעסיל זאלען, אויבן וועלן זיין די מענער אין אונטען די פרויעןקול רנה וישועה באהלי צדיקים


אה! ר' יענקל (דער אפיציעלער רעפארטער פאר כה"כ אין ראדני שוהל) שיסט א באמבע:
אגב, כ'הער אז אין ראדני האט מען היינט ארויסגעווארפן די זייער אייגען שמיץ בלעטעל ווייל ער האט אריינגעלייגט די שמחה (די רופסט דאס נאך א שמחה??? אתמהה! - באלאנד) א רחמנות אויף אזעלכע...


פאראלעל פרעגט מיט נייגער:
איך בין נייגעריג צי נח אהרן וויינבערגער טוט זיך ביי די חתונה אויך אן א שטריימל (א ספק דערינען? ער וויל געבן חיזוק פאר ר' לייבוש'ן פארן נישט אויפנעמען ביום שמחת לבו דעם גס רוח פון קר"י- באלאנד) ?                 

אפדעיט:
יעצט איז פארטיג געווארן די חופה. סידור קידושין איז געווען דער גרויסער זיידע כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א. קריאת הכתובה די זיידע פון די כלה שליט"א מיט די ערשטע צוויי ברכות איז מכובד געווארן הגה"צ רב דקהלתינו שליט"א פון וויליאמסבורג די איבעריגע איז צוטיילט געווארן צווישן הרב שמואל חיים וואגשאל  מלאנצוהט הרב יחזקאל שרגא וואגשאל מלאנצוהט הרב יוסף טייטילבוים אב"ד נעפלעמיץ הרב משה שמואל ראטענבערג ברכה אחריתא די זיידע כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א


וויינשטאקל פלאסטערט אויס דעם וועג פאר ר' אהרן'ס דורכפאל:
חיים_נחום וואס איז פארגעקומען היינט צווישן דיין רבינ'ס זאלי גבאי י.ל. פערלמוטער מיט דעם היינט נאכטיגן מחותן ר' אלתר???? איך הער אז עס איז געגאנגען טישן אויף בענק... י.ל. האט געשוואוירען נקמה אין ר' אלתר. וואס גייט פאר??? (פארגעסן צו ענדיגן, און צוליב דעם האט דער רבי געמוזט ארויסגיין פון זאל פאר ר' לייבוש איז אריינגעקומען. - באלאנד)


רעב יאנקל ברענגט אויסצוגן פון זיין אישי:
פין אישי מי שלא ראה.... זו לא ראה .... מימיו פארוואס זענען די פאר אנוועזענדע זאלי'ס געווארען אזוי שוימיג ווען ר' שלמה וועצב''ג - משמש האט אויסגערופון ''הגה''צ אב''ד קהילתינו שליט''א די ערשטע 2 ברכות'', (פרעג יענעם פון אישי, זענען זיי געבליבן שוימיג א גאנצע נאכט, אדער די אהרונים האבן אינמיטן איבער גענומען די שוים???- באלאנד) ווען ביי די חתונה אפאר וואכען ציריק האט דאסקאהל נישט געקענט פועלן אז רז''ל זאל באקומען כאטש 1 ברכה ביי די חופה (און יעצט האט שלום אליעזר פרענקל נישט געקענט פועלן אז ר' לייבוש זאל כאטש אריינקומען געבן די הענט פאר ר' אהרן, כ'רעד שוין נישט פון טאנצן...-באלאנד) ס'האט אויסגעקוקט שרעקליך (עכט שיין פין די פאר זאלי'ס וואס גייען צו דעם זאל, וואס מ'קען ווערן פארקילט.....) אגב, כ'הער אז ר' שלום אליעזר פרענקל איז געווען פין די עדי קידושין (און איך הער אז ר' לייבוש איז נישט אריינגעקומען צו די חתונה ווילאנג ר' אהרן איז דארט געווען... - באלאנד). 

ר' יענקל קראכט א וויץ:
כ'הער איז ביי די חתונה גייען זיך נאר באטייליגען ערליכע יודען (ווען ר' לייבוש וועט זיין אין זאל...- באלאנד), אין רז''ל גייט נישט ווער פארקילט ב''ה (ניין ב"ה, אבער ר' אהרן איז ארויף מיט א שטארקע היץ איינער ווייסט פארוואס?- באלאנד)                  


ס'איז ביטער... ארגינעלער פרובירט שוין צו פארגלעטן דעם דורכפאל:
די רבי שליט"א האט זיך קודם באטיילגיט ביי די שבע ברכות פין הג"צ ר' חיים הערש שליט"א נאכדעם איז די רבי אריין געקומען אין זאל געטענצען מיטן חתן אין מיטן מחותתן הגה"צ ר' לייביש טייטלבוים די רבי האט נישט אויס געווארט פעשווארסקער רבי שליט"א ווייל ער האט באמערקט אינעליכע ראבארייען מע ןהאט נישט געלאזט אריין ביים טיר פעשוארסקער רבי'ס מענטשן וד"ל

 

עס איז נאך דא וואס מוסיף צו זיין חוץ די פאר ווערטער "בור כרה ויחפרהו"????




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 09:02 לינק ישיר 

די זאליס האבן ערנסט געדראפט פעשווארסקער רבי.

אביש וויינבערגער מיט געצעלע בן חצאקל בערגער זענען נישט געווען אויבן אן
ליפא קרויס איז געשטאנען אין די בעק אויף די סטעפיס א גאנצע חתונה אין געזאגט אז ער איז געקמען צי אלטר ווייל ער דאוונעט ביי אים שול

דער לא יבא ממזר וואלי לעפקאווישט מיט יחזקאל וויינשטאק ובניו האבן נישט אריין געטרעטן ביי די חתונה
אין ווידעראום נח אהרן וויינבערגער איז ווייטער נישט געווען

הקיצור די זאליס קומען צים שכל. אין נפתלי בלומפעלד האט ווייטער אויס געפירט אז פעשוואסקער רבי דינט נישט די זאלי אינטערעסן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2009 09:11 לינק ישיר 

די לצים זאגן אז פארדעם איז ר' זלמן לייב נישט געועון ביי חתונה, ווייל ער האט נישט געוואלט אויס קוקן ווי די פארטי קרשערס אין ווייסן הויז וואס זענען געקומען אימגעריפן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 11:41 לינק ישיר 

א שטורעם אין א גלעזל וואסער..

כ'בין געווען דארט, כ'ווייס נישט ווי מענטשן קענען לייקענען א מילתא דעבידי לגלויי.

רבינו שליט"א איז געווען אין ראוז גארדן ביי א מסיבת שבע ברכות לכבודו פון הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א צוגעשטעלט דורך הנהלת כולל עצי חיים.

דערנאך איז די רבי שליט"א אריינגעקומען צו די חתונה אין ראוז קעסל, ווי די רבי האט געווינטשן לחיים אין געטאנצן מיטן חתן אין די מחותנים אין די רבי איז ארויס. הכל בכל מכל האט גענומען גענוי פינעף מינוט!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 16:51 לינק ישיר 

באלאנד, און אלע אנדערע זאליס. כ'וויל פארשטיין איין קלייניגקייט:

פארוואס האט לשיטתכם פשעווארסקער רבי נישט געוואלט ארויסקומען?

איז עפעס געשען אין די צוויי וואכן אז ער וויל זיך מער נישט טרעפן מיט אים?

א ברעקל שכל ביטע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 16:56 לינק ישיר 

לויטן פלאן האט דער פשעווארסקר רבי שליט"א געזאלט אריינקומען 11:30 בערך א האלבע שעה פארן בענטשן, ווי ער טוט ביי די אייניקלעך חתונות.


לויטן אהרונישן פאן האט דער צדיק פון מאנראו געדארפ אנקומען צום בענטשן וואו ער וועט מכובד ווערן מיט שבע ברכות און דערנאך טאנצן מצוה טאנץ.

בשעת די חתונה איז דער מאנראוער צדיקל געווען אינעם דערנעבנדיגן ראוז גארדן זאל וואו עס איז פארעקומען א שבע ברכות פאר ר' חיים הערש מייזליש. מען האט אוסיגעצויגן יענע שבע ברכות אז עס זאל פיטן מיט די חתונה פלאן. אינצווישן ווערט אבער קרוב צו 12 אזייגער און פשעווארסקער רבי שליט"א איז נאכנישט אריינגעקומען, וואס טוט מען? האט דער צדיקל באשלאסן אריינצוקומען צו די חתונה און אינצווישן וועט שוין דער פשעווארסקער רבי שליט"א אנקומען.

ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן כמעט ליידיגן אויבן-אן וואו עס איז געזעסן דער זיידע שינאווער רב שליט"א פון איין זייט מיטן חתן, און דער צדיקל האט מען געזעצט פון די אנדערע זייט. ער איז געזעסן עטליכע מינוט אבער האט נישט געהאט מיט וועמען אויסצוטוישן קיין 2 ווערטער, ווייל נעבן אים איז געזעסן דער שאפראנער רב שליט"א (א מחותן מיט פשעווארסק) וואס איז שוין זיין אלטע שונא.

דער צדיקל האט געגעבן לחיים און זיך געוואלט אויפהייבן און אנטלויפן, אבער דער אונטערפירער פישער האט אים געזאגט אז ער מוז טאנצן מיטן חתן. אפטאנצנדיג האט ער געהויבן פיס און פארלאזט וויליאמסבורג.

און א פלא, א מינוט-צוויי דערויף איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א ערשינען אין זאל.


תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 21:43:21




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > שמחת בית פשעווארסק - שינאווע, הגה''צ דומ''ץ ביהמ''ד ויוא''מ
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.