|
|
| נשלח ב-2/12/2009 17:18 |
|
| |
[quote]לויטן פלאן האט דער פשעווארסקר רבי שליט"א געזאלט אריינקומען 11:30 בערך א האלבע שעה פארן בענטשן, ווי ער טוט ביי די אייניקלעך חתונות.
לויטן אהרונישן פאן האט דער צדיק פון מאנראו געדארפ אנקומען צום בענטשן וואו ער וועט מכובד ווערן מיט שבע ברכות און דערנאך טאנצן מצוה טאנץ.
איך הער לעצטענס אז ר' שמואל הכהן, מיט ר' יושע מענדלאוויטש, מיט ר' חיים שלמה גבאי, רעדן זיך דורך מיט ר' דוד מ 46 די פלענער!
בשעת די חתונה איז דער מאנראוער צדיקל געווען אינעם דערנעבנדיגן ראוז גארדן זאל וואו עס איז פארעקומען א שבע ברכות פאר ר' חיים הערש מייזליש. מען האט אוסיגעצויגן יענע שבע ברכות אז עס זאל פיטן מיט די חתונה פלאן. אינצווישן ווערט אבער קרוב צו 12 אזייגער און פשעווארסקער רבי שליט"א איז נאכנישט אריינגעקומען, וואס טוט מען? האט דער צדיקל באשלאסן אריינצוקומען צו די חתונה און אינצווישן וועט שוין דער פשעווארסקער רבי שליט"א אנקומען.
אדער קען מען זאגען אז רבינו שליט''א איז געקימען באשיינען די שמחה פון איינעם פון די חשוב סטע דיינים פון סאטמארע קהלה, און עס פעלט נישט אזוי וויכטיג אויס צו זיצען און ווארטען אויף דעם אנדערע זיידע ר' לייבוש, בלויז פאר א פיקטשער, אזוי בעבי ברידער ר' זלמניו, משתתתף געווען ביי די שמחה, געגאנגען, מארגען דארף מען שוין זיין און די ישיבה 8:00 אזייגער,
ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן כמעט ליידיגן אויבן-אן וואו עס איז געזעסן דער זיידע שינאווער רב שליט"א פון איין זייט מיטן חתן, און דער צדיקל האט מען געזעצט פון די אנדערע זייט. ער איז געזעסן עטליכע מינוט אבער האט נישט געהאט מיט וועמען אויסצוטוישן קיין 2 ווערטער, ווייל נעבן אים איז געזעסן דער שאפראנער רב שליט"א (א מחותן מיט פשעווארסק) וואס איז שוין זיין אלטע שונא.
ווער האט פיינט וועמען? עס איז שווער צו גלייבען אז רבינו שליט''א ווייסט בכלל אז דער מחותן הגדול משאפראן, איז אים א שונא, א רעבל וואס מעט הערט נישט כמעט, פון אים קיינמאל נאר ווען ער טיט ווידער א שידוך מיט איינעם פון די זרע קודש פון ר' זלמניו, דאס איז בערך 10 מאל א יאר,
דער צדיקל האט געגעבן לחיים און זיך געוואלט אויפהייבן און אנטלויפן, אבער דער אונטערפירער פישער האט אים געזאגט אז ער מוז טאנצן מיטן חתן. אפטאנצנדיג האט ער געהויבן פיס און פארלאזט וויליאמסבורג.
דאס אלעס האט מורינו ר' דוד, צו געזען מיט די אייגענע אויגען, וואויל איז צו די אויגען וואס האבען געזען אויגען
און א פלא, א מינוט-צוויי דערויף איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א ערשינען אין זאל.
ויהי לפלא!!!!!!
[/quote]
תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 21:44:15
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 17:28 |
|
| |
דוד, מאכטס אפ די מעשה, כדי צו זיין אויף איין פעידש.. געזיצן לאנג? צו געווען אפאר מינוט?
----------------
אגב, כ'האב באקומען אין בילד ווי מען זעט יא די גבאים אויף סטעידש אונטערען רבי'ן.

|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 17:33 |
|
| |
דער שטן מישט זיך אייביג אריין, אפילו ביי שמחת צדיקים. על כל פנים איך הער אז ס'איז געווען זעהר א דערהויבענע שמחה.
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 19:11 |
|
| |
נעבעך די צערידערטע זאליס, נאכן כאפן שמיץ פונעם קארט, דארפן זיי אביסעלע חיזוק, פארברעצירן זיי א אזויגערופענער פלאן, און טאנצן פאר שמחה אז ס'איז נישט געווען גענוי ווי זייער אויסגעטראכטער פלאן,
איך בין דארט געווען, דער רבי שליט''א איז דארט געווען גאנצע 5 מינוט, ער איז צוריק געפארן צו די סקווערע חתונה, און בכלל איז נישט געווען א רעדע צו ווארטן אויף רבי לייבוש שליט''א וייל דער רבי האט זיך געיאגט, אגב, מיין ברודער איז א מתפלל ביי רבי אלתר האט ער מיר נאך געזאגט די פאריגע וואך ווען איך האב עהם געפרעגט וויאזוי עס גייט זיין ווען דער רבי וועט זיצן אויבן אן מיט רבי לייבוש, זאגט ער מיר אז רבי אלתר האט עהם געזאגט אז רבי לייבוש קומט קיינמאל נישט ביי די חתונות פון זיינע אייניקלעך פאר די מצוה טאנץ, ווייל ער האלט אז מיט זיין אריין קומען נעמט ער צו דעם אטענשן פונעם חתן, (ביי זיין אייגן קינד האט ער נישט געהאט קיין ברירה), און דאס האט מיר מיין ברודער נאך געזאגט די פאריגע וואך, קומט דער דוד46 און שרייבט מיט א בלעכן פנים אז רבי לייבוש זיצט ביי די אייניקלעך ביי די חתונות. נאר ווי געשריבן, דוד טראכט און דו אהרונים לאכט.
זאליס, לאמיר שוין טראכטן אויף היינט נאכט, לעטס גא, היינט נאכט מאכט חתונה הגאון הגדול רבי משה פריעדמאן שליט''א דיומ''ץ דקהלתינו בבארא פארק, מיט נכד כ''ק אדמו''ר מסעקולען שליט''א שמועסט מען אז דער סעקולענער רבי האט געזאגט אז אויב קומט ר' אהרן קומט ער נישט אריין צו די חתונה, און מען האט געהייסן ר' אהרן זיצן אינדערהיים. יעצט, אויב קומט ער נישט, שטימט דאך די געבאקענע מעשה, זאלי געווינס!, אויב קומט ער יא, איז ער א מחוצף פון די ערשטע קלאס, איז אויב וועט דער סעקולענער רבי נישט טאנצן מיט רבי אהרן וועט איר שרייען איר זעהט, ער האט נישט געוואלט טאנצן מיט עהם, טאמער וועט ער יא טאנצן מיט עהם, קענט איר שרייען אז דער סעקולענער רבי ברוב ענוותונותו האט געטאנצן מיט דעם מחוצף, אבער באמת קען ער עהם נישט סובל זיין, קאמאן זאליס, וואס שלאפט, אנגעהויבן מיט די בעקעריי...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 19:38 |
|
| |
א געלעכטער אין א זייט
רבינו שליט"א איז געגאנגען צו די חתונה צו ר' לייבוש..... נאכאמאל צו ר' לייבוש..... אבער איר ווייסט וועלכע ר' לייבוש, ר' לייבוש ט"ב, אלס קרוב משפחה, און אלס איינער פון דייני קהלתינו הק'.
ער איז בכלל נישט געגאנגען צום פשעווארסקן רבין, פונקט ווי ער איז ביז היינט נישט געגאנגען צו זיינע שמחות, ווייל ער האט מיט אים גארנישט איינגעלייגט, אוודאי איז ער אים מעריץ, אבער דאס איז אים נישט מחייב צו גיין צו יעדע חתונה בפרט פון א אייניקל.
יעצט אויב איז דער פשעווארסקער רבי אריינגעקומען א מינוט נאכדעם וואס דער רבי איז ארויס, איז דאך נישט מער ווי פארשטענדליך (99 פראצענט) אז דא איז געווען א אגענדע, האט דער רבי נישט מער ווי קלוג געטון אז ער האט נישט געווארט א מינוט לענגער צו קוקן אויב דער פשעוארסקער רבי קומט אריין, ווייל ער האט פארשטאנען אז אויב איז ער נאכנישטא האט עס א סיבה, בנוסף האט זיך דער רבי געיאגט צו די סקווירא חתונה.. (ואגב האב איך געהערט ער האט געהייסן איבערגעבן א מזל טוב)
עכ"פ, די שאלה איז נאר, דער פשעווארסקער רבי איז דאך דער רבו המובהק פון רז"ל, וכל דבר הגדול והקטן יביאון אליו כמבואר באשכולות אחרות, נו, ווי איז ער געווען
און נאכאמאל זאלי, דער פשעווארסקער רבי איז נישט אונזער פודאמענט, וואס ווען דאס פאלט פאלט אלעס, משא"כ ביי ענק נעבעך
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 19:51 |
|
| |
| ארגינעלער כתב: |  | מען דארף נאר זעהן אז אלטר'ס מענטשן מיט ר' לייביש'ס מענשטן זאלן זיך נישט פראסקן מער................. |
|
ר' אלתר'ס מענטשן זענען נישט קיין פראסקערס
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 19:59 |
|
| |
| דוד46 כתב: |  | | לויטן פלאן האט דער פשעווארסקר רבי שליט"א געזאלט אריינקומען 11:30 בערך א האלבע שעה פארן בענטשן, ווי ער טוט ביי די אייניקלעך חתונות.
לויטן אהרונישן פאן האט דער צדיק פון מאנראו געדארפ אנקומען צום בענטשן וואו ער וועט מכובד ווערן מיט שבע ברכות און דערנאך טאנצן מצוה טאנץ.
בשעת די חתונה איז דער מאנראוער צדיקל געווען אינעם דערנעבנדיגן ראוז גארדן זאל וואו עס איז פארעקומען א שבע ברכות פאר חיים הערש מייזליש. מען האט אוסיגעצויגן יענע שבע ברכות אז עס זאל פיטן מיט די חתונה פלאן. אינצווישן ווערט אבער קרוב צו 12 אזייגער און פשעווארסקער רבי שליט"א איז נאכנישט אריינגעקומען, וואס טוט מען? האט דער צדיקל באשלאסן אריינצוקומען צו די חתונה און אינצווישן וועט שוין דער פשעווארסקער רבי שליט"א אנקומען.
ער האט זיך ארויפגעזעצט אויפן כמעט ליידיגן אויבן-אן וואו עס איז געזעסן דער זיידע שינאווער רב שליט"א פון איין זייט מיטן חתן, און דער צדיקל האט מען געזעצט פון די אנדערע זייט. ער איז געזעסן עטליכע מינוט אבער האט נישט געהאט מיט וועמען אויסצוטוישן קיין 2 ווערטער, ווייל נעבן אים איז געזעסן דער שאפראנער רב שליט"א (א מחותן מיט פשעווארסק) וואס איז שוין זיין אלטע שונא.
דער צדיקל האט געגעבן לחיים און זיך געוואלט אויפהייבן און אנטלויפן, אבער דער אונטערפירער פישער האט אים געזאגט אז ער מוז טאנצן מיטן חתן. אפטאנצנדיג האט ער געהויבן פיס און פארלאזט וויליאמסבורג.
און א פלא, א מינוט-צוויי דערויף איז דער פשעווארסקער רבי שליט"א ערשינען אין זאל. |
|
דוד כ'וואלט דיר זייער געראטען פאר די מאכסט א מעשה, שמיעס דיך גיט אפ מיט באלאנד, רוף אים אן קווינס ער הייבט זייער אפט אויף די טעלעפאן
ענק זענען זיך סותר מיט יעדע דיטעל, וואס איז געווען, אין וואס די ארונים האבען 'געטראכט'
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 20:10 |
|
| |
ר' וואלען'ס נקידה איז זייער צו דער זאך:
די זאליבאנצעס וואס פארמאגען א רבי, וואס איז א גארנישט שבגארנישט, זענען קריטיש וויכטיג אנגעוויזען, אויף ר' לייבוש, ר' לייבוש האט געזאגט, ר' לייבוש איז געקימען, ר' לייבוש איז געגאנגען, וכו' וכו'
משא''כ ביי אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, איז לא מעלה ולא מוריד, וואס ר' לייבוש טראכט, וואס ער זאגט, און וואס ער טיט,
רבינו שליט''א איז דער רשבה''ג, זיין צייט איז טייער, יעדע מינוט איז ביי אים חשוב, ער איז נישט געווען מחיוב צו ווארטען קיין איין סקונדע, אויף ר' לייבוש, ער האט זיין סדר היום, און ער געפינט נישט פאר וויכטיג צו ווארטען אויפן פאטאגרעפער וואס זאל קימען נעמען א בילד וואו ער גיט זיך די האנט מיט ר' לייבוש!
און די זאליבאנעצעס וואס זענען אזוי צו פרידען מיט זייער סבא קדישא, און שרף אלקי, ר' זלמניו השזיגאני, זענען פארנימען א גאנצען טאג, צו שפאקעלירען, און פראבאצירען, באבקעס, מיט מעשיות, פאר וואס רבינו שליט''א, האט נישט געפינען פאר וויכטיג, צו שטיפען נאך א פאר מינוט, אז דער פטאגרעפער זאל קענען בליצען!
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 20:17 |
|
| |
גלייבטס מיר אז נישט ר' לייבוש און נישט די רבי שליט"א (מהר"א) האבען אפילו א אהנונג אז דא איז עפעס געווען און מ'בויעט שוין דערויף גאנצע בנינים,
דא איז זיך יעדער געגאנגען זיין וועג און ניטאמאל גאטראכט פון פאלטיק
אויב עפעס, נאכאמאל נאר אויב -איך האלט נישט אז ס'איז אזוי- איז עס געווען ר' לייבוש'ס גבאים וואס האבען געוואלט צוווארטען מיט ר' לייבושס אריינקומען ביז די רבי גייט,
און איך פארשטיי די זאליס פארוואס זיי שרייען אז מ'האט צוגעפיקסט רבינו שליט"א, דאס איז ווייל ביי זיי וואלט דעיס געהייסען גוט צוגעפיקסט!
זאליס טייערע! ביי אונז איז אנדערש ווי ביי אייך, ביי אונז שפילט נישט די רבי קיין פאליטיק, און אונזער רבי האט נישט אינזין קיין בילדער, און אויך איז ער נישט קיין ליידיגייער,
אז ער שפירט אז ער דארף גיין צו א חתונה גייט ער, אריין און ארויס... ער ווארט נישט אויף קיין זיידעס (צו וועם ער איז נישט געקומען) און ווארט נישט אויפן פאטאגריפער,
נישט ער און נישט זיינע חסידים זענען אינטערעסירט אז ער זאל געבן מזל טוב פאר ר' לייבושן און אוודאי נישט טאנצען מיט אים,
אונז זעמיר זייער צופרידען מיט אונזער רבי, אונז דארף מיר ב"ה נישט גיין פאשען און פרעמדע פעלדער, און אונזער רבי איז צופרידען און פארנומען נאר מיט זיינע חסידים ער דארף נישט גיין זוכען פרישע חסידים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 20:42 |
|
| |
עס גלייבט זיך שווער אז מענטשן ווערן אזוי נעריש, אבער אין מציאות זעהט מען עס לייוו די זאלי'ס זענען נאך אזוי ציקלאפט אז זייער לאנג יעריגע באלאן האט אזוי הילכיג געקראכט, ביי ר' לייבוש'ס לעצטע באזוך אין אמעריקע, אבער זיי געבן נישט אויף.... אין נאכדעם וואס זיי האבען זיך געפילט זייער באטראפען פין די מעמד החופה, האבען זיי זיך אליין בא.... מיטן אויפהאלטן ר' לייבוש ביז נאך 12:00 אין די קעלבעך זענען העפי אז ער האט נישט געטראפען סאטמערע רבי....... (זעהט אויס אז זיי האבען פין וואס מורא צו האבען...), אין די צייט וואס מ'האט אפגעשמיעס מיט ר' אלתר אז ער וועט אריינקומען ''11:00'' (ר' לייבוש מצדו איז זייער א פינקטליכער מענטש אין האלט זיך צום זייגער) די גרעסטע רשעות איז דא געטוהן געווארען קעגן די מחותנים פאר'ן אויפהלאטן די גאנצע חתונה, אבער וועס קען די זאלי'ס............. מיר איז בכלל שווער, אויב האט ר' לייבוש ציריק אנגעהויבן פיינט צו האבען מרה''א דאן פארוואס האט מען אים נישט געברענגט פריער, אין ער זאל ווייזן זיין שנאה.... אין אלע סאטמערע וועלן קראכען (א שאד...) זיי פראבירן נעבעך נאכמאל אויפצובלאזען דער ציבאסטע באלאן, אבער אן ערפאלג!
סיי וויאזוי, וואלסען ס''ח האט ארויסגעברענגט א גיטע פוינט. אגב, קען איינער ברענגן די בילדער ווי ר' לייבוש באגריסט זיך אזוי ווארים מיט ר' יצחק ראזענבערג ראה''ק דקיט''ל.?
אדער פין די קבת פנים/חופה/חתונה.
תוקן על ידי rebyankel ב- 02/12/2009 20:44:25
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 20:55 |
|
| |
רבינו שליט"א האט נעכטן גענדיגט געזעגענן אזוי ווי יעדע וואך דינסטאג בערך 11:15, אין איז אנגעקומען בערך 11:30 צי די שבע ברכות פין כולל עצי חיים אין ער האט דארט געזאגט דברות קודש, בערך 12:00 האט ער האט ער זיך אויפגעשטעלט אין אריין צי די חתונה פין בן הגה"צ דומ"ץ ויואל משה שליט"א, אין געגעבן לחיים אין אנגעווינטשען די חתן אין די מחותנים אין זיך אויפגעשטלעט ארויס צי גיין אין ר' לייבוש ט"ב האט אים געבעטן אז ער זאל טאנצען מיטן חתן רבינו שליט"א, האט געטאנצן מיט די חתן אין די מחותנים אין ער איז ארויס געגאנגען.
רבינו שליט"א איז נישט געקומען צי פשעווארסקע רבי צי די חתונה, רבינו שליט"א איז ביז היינט נישט געגאנגען צי זיינע חתונות אין נעכטען איז ער אויך נישט געגאגען צי אים ער האט גארנישט מיטן פשעווארסקער רבין, ר' לייבוש איז טאקע א גרויסע רבי, אבער רבינו שליט"א לויפט נישט ארום צי חתונות פין אלע גרויסע רביס, ווען וויל ווען דווקא גיין צי ר' לייבוש'ס חתונות וואלט ער געגאנגען 3 וואכן צריק ווען ער האט אים גערופן, אלא מאי ער איז געגאנגען צי די חתונה איינע פין זיינע דיינים ר' לייבוש טייטלבוים.
ער איז בכלל נישט אינטרעסירט פאר ער גייט צי א חתונה צי אלע זיידעס זענען דארט וכדומה, ווען ער גייט צי חתונה גייט ער צי וועם ער גייט דארט אין אז ר' לייבוש איז דארט הכל רווח, רבינו שליט"א האט בעסער וואס צי טוהן מיטן טאג אין בעסעטרע דאגות ווי זיין ביזי צי ר' לייבוש איז דארט אדער נישט, ער גייט זיין וועג ווען עס איז אים באקוועם צי קומען צי די חתונה קומט ער אין דאס האט ער געטוהן.
אבער די קשיא איז ווי איז הגז"ל געווען ביי די חתונה ער איז דאך יא ביזי א גאנצען טאג מיט ר' לייבוש ווי איז ער געווען?? איך הער אז ר' לייבוש האט געזאגט אז אויב קומט הגז"ל צי די חתונה אפילו ווען ער איז נישט דארט קומט ער בכלל נישט צי די חתונה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 21:00 |
|
| |
סאטמערע רבי ביי די חתונה
תוקן על ידי rebyankel ב- 02/12/2009 21:01:34
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 21:01 |
|
| |
|
|
|
|
| נשלח ב-2/12/2009 21:03 |
|
| |
די מחותנים אין א ריקוד
.jpg)
|
|
|
|
|