ס'שוין געווען גבאים וואס האבען מער געטרינקען די בלוט פין די רביים'ס קינדער ווי די פשעווארסקע שטוב מענטשן וד''ל
נשלח ב-2/12/2009 21:57
ווי נעכטען פארשפראכן זענען די אהרונים ווייט פון פארטיג מיט דעם ביטערן דורכפאל וואס דער סבלן האט געליטן נעכטען נאכט ביי די פשעווארסקע חתונה גייט נאך אסאך ספינס קומען צו בארואיגן די קליינע קעפ.
היינט אינדערפרי נאך וואס די מוח וואשערס האבן געזעהן אז די נעכטיגע דריי ספינס ארבעטן זיך נישט אויס איז ארויסגעקומען פרישע.
קודם איז גלייך אנטשטאנען אינערליכע קריגערייען אינעם פשעווארסקן הויף, און דאס איז די סיבה פארוואס ר' אהרן איז אנטלאפן.
נאך אפאר מינוט גייט פארביי הערט מען גאר אז ר' אהרן איז דארט געווען ממש אריין אין ארויס,ער האט זיך אזוי געיאגט אז ער האט אפילו נישט עספיעט אויסצוווארטן ר' לייבוש וואס איז אריינגעקומען א סעקונדע נאך וואס ער איז ארויס.
אט קומט א פרישע ספין: עס איז געווען א דירעקטע אקציע פון די גבאים, נאך דעם וואס די זאליס זענען געווען אזוי שוימיג אז שלמה ווערצבערגער האט אויסגערופן די כיבודים, האבן זיי זיך איבערגעבעטן מיט די זאליס און נישט אריינגעברענגט ר' לייבוש זיך צו באגריסן מיט ר' אהרן.
אה נישט פארגעסן אז דער נועם המידות דער געוועזענער אנטווערפענער רב האט מרוב קדושתו וענותנתו אוועקגעשאנקן די סידור קידושין מיט וואס מ'האט אים מכבד געווען פאר דעם פשעווארסקער רבי......
קודם קומט אן דער אומוויסענדער חיים נחום און צושטערט ארגינעלער'ס טעאריע:
אגב, כ'האב באקומען אין בילד ווי מען זעט יא די גבאים אויף סטעידש אונטערען רבי'ן.
ס'טייטש אז קיין אזויגערופענע רייבערייען איז נישטא.
חלה דעקל ענתיק טרייסט זיך:
דער שטן מישט זיך אייביג אריין, אפילו ביי שמחת צדיקים.על כל פנים איך הער אז ס'איז געווען זעהר א דערהויבענע שמחה.
פראפעסער יאנקעלע11 קומט מיט א פרישע ספין וואס איז נעכטען נאך בכלל נישט געווען ידוע פאר די אהרונים אויפן פארום.. ס'פארגעקומען נעכטען א סקווירא חתונה און ר' אהרן האט זיך שרעקעדיג אהינגעיאגט, און עס איז בכלל נישט געווען קיין רעדע אפילו אז מ'גייט טאנצן מיט ר' לייבוש, און ר' לייבוש זאל אים שענקען א וועלט מיט אטענטשאן:
נעבעך די צערידערטע זאליס, נאכן כאפן שמיץ פונעם קארט,דארפן זיי אביסעלע חיזוק, פארברעצירן זיי א אזויגערופענער פלאן,און טאנצן פאר שמחה אז ס'איז נישט געווען גענוי ווי זייער אויסגעטראכטער פלאן, איך בין דארט געווען, דער רבי שליט''א איז דארט געווען גאנצע 5 מינוט,ער איז צוריק געפארן צו די סקווערע חתונה, און בכלל איז נישט געווען ארעדע צו ווארטן אויף רבי לייבוש שליט''א (און אפילו אויב עס איז יא געווען א רעדע האט זיך נעבעך ר' לייבוש אויך נישט צוגעשטעלט...- באלאנד) וייל דער רבי האט זיך געיאגט.
וואלן סח איז ממש גערעכט... ער ווייסט שוין נישט פון וועלכע ר' לייבוש מ'רעדט, נאך מער, ר' אהרן איז מיטאמאל געגאנגען בכוונה צו טרעפן ר' לייבוש, ער האט גארנישט איינגעלייגט מיט אים (משוגע דארף ער זיין יא צו האבן...):
א געלעכטער אין א זייטרבינו שליט"א איז געגאנגען צו די חתונה צו ר' לייבוש..... נאכאמאל צו ר' לייבוש..... אבער איר ווייסט וועלכע ר' לייבוש, ר' לייבוש ט"ב, אלס קרוב משפחה, און אלס איינער פון דייני קהלתינו הק'.ער איז בכלל נישט געגאנגען צום פשעווארסקן רבין, פונקט ווי ער איז ביז היינט נישט געגאנגען צו זיינע שמחות, ווייל ער האט מיט אים גארנישט איינגעלייגט, אוודאי איז ער אים מעריץ, אבער דאס איז אים נישט מחייב צו גיין צו יעדע חתונה בפרט פון א אייניקל.יעצט אויב איז דער פשעווארסקער רבי אריינגעקומען א מינוט נאכדעם וואס דער רבי איז ארויס, איז דאך נישט מער ווי פארשטענדליך (99 פראצענט) אז דא איז געווען א אגענדע, האט דער רבי נישט מער ווי קלוג געטון אז ער האט נישט געווארט א מינוט לענגער צו קוקן אויב דער פשעוארסקער רבי קומט אריין, ווייל ער האט פארשטאנען אז אויב איז ער נאכנישטא האט עס א סיבה, בנוסף האט זיך דער רבי געיאגט צו די סקווירא חתונה.. (ואגב האב איך געהערט ער האט געהייסן איבערגעבן א מזל טוב)עכ"פ, די שאלה איז נאר, דער פשעווארסקער רבי איז דאך דער רבו המובהק פון רז"ל, וכל דבר הגדול והקטן יביאון אליו כמבואר באשכולות אחרות, נו, ווי איז ער געוועןאון נאכאמאל זאלי, דער פשעווארסקער רבי איז נישט אונזער פודאמענט (פאר א קנאפע פאר וואכן צוריק איז ער יא געווען ענקער שטארקע פונדאמענט צו צייגן פאר די ילדים אז ר' אהרן איז שוין היינט צוטאגס אנערקענט אין די גאנצע וועלט... -באלאנד), וואס ווען דאס פאלט פאלט אלעס, משא"כ ביי ענקנעבעך (וואס הייסט צופאלן? ר' אהרן דאווענט שוין אין ראדני זייט ר' לייבוש איז אים געקומען באזוכן??? – באלאנד)
ארגינעלער כתב:מען דארף נאר זעהן אז אלטר'ס מענטשן מיט ר' לייביש'ס מענשטן זאלן זיך נישט פראסקן מער................. ר' אלתר'ס מענטשן זענען נישט קיין פראסקערס
ר' יאנקל שפירט זיך עפעס זייער אפענסיוו ווען באלאנד דער קווינס בחור שרייבט... איך קען דיר אזויפיל זאגן איך קען דיך נישט, אבער עס איז זייער פישי אז די ווערסט אזוי ווילד אייביג ווען די זאליס שרייבן א גוטס כאילו עס קומט דא אריין... גענוג געזאגט וד"ל:
דוד כ'וואלט דיר זייער געראטען פאר די מאכסט א מעשה, שמיעס דיך גיט אפ מיט באלאנד, רוף אים אן קווינס ער הייבט זייער אפט אויף די טעלעפאן ענק זענען זיך סותר מיט יעדע דיטעל, וואס איז געווען, אין וואס די ארונים האבען 'געטראכט'
דער גרויסער פארשטייער איז דא מיט א ברייטן הסבר:
ר' וואלען'ס נקידה איז זייער צו דער זאך: די זאליבאנצעס וואס פארמאגען א רבי, וואס איז א גארנישט שבגארנישט, זענען קריטיש וויכטיג אנגעוויזען, אויף ר' לייבוש, ר' לייבוש האט געזאגט, ר' לייבוש איז געקימען, ר' לייבוש איז געגאנגען (ווער איז נאר געווען אזוי ביזי דא ווען ר' לייבוש איז געגאנגען באזוכן דיין רבי'ן, איינער געדענקט??? -באלאנד), וכו' וכו' משא''כ ביי אונז תלמידי וחסידי סאטמאר, איז לא מעלה ולא מוריד, וואס ר' לייבוש טראכט, וואס ער זאגט, און וואס ער טיט, רבינו שליט''א איז דער רשבה''ג, זיין צייט איז טייער (איך געדענק נאך אבער ווען ער האט נעבעך יא געהאט צייט און געווארט... שמיני עצרת צופרי אין הויז סטריט.... –באלאנד), יעדע מינוט איז ביי אים חשוב ( גערעכט גערעכט, אנגעהויבן פון פרייטאג צונאכטס האט מען שוין געזעהן אז די צייט איז אים גאר טייער ווען ער האט נישט געקענט אויסווארטן מיט בענטשען אויף הגר"י האגער... -באלאנד), ער איז נישט געווען מחיוב צו ווארטען קיין איין סקונדע, אויף ר' לייבוש, ער האט זיין סדר היום (סקווירא חתונה, דוין דערמאנט??? –באלאנד), און ער געפינט נישט פאר וויכטיג צו ווארטען אויפן פאטאגרעפער (איינער קען מיר העלפען לאכן???, איך זאג שוין גארנישט – באלאנד) וואס זאל קימען נעמען א בילד וואו ער גיט זיך די האנט מיט ר' לייבוש! און די זאליבאנעצעס וואס זענען אזוי צו פרידען מיט זייער סבא קדישא, און שרף אלקי, ר' זלמניו השזיגאני, זענען פארנימען א גאנצען טאג, צו שפאקעלירען, און פראבאצירען, באבקעס, מיט מעשיות, פאר וואס רבינו שליט''א, האט נישט געפינען פאר וויכטיג, צו שטיפען נאך א פאר מינוט, אז דער פטאגרעפער זאל קענען בליצען!
געדענק איז דא מיט א חידוש, אבער מיט אקסן האב איך נישט קיין געדולד צו רעדן:
גלייבטס מיר אז נישט ר' לייבוש און נישט די רבי שליט"א (מהר"א) האבען אפילו א אהנונג (וואס איז? ער האט שוין ווייטער געלערנט מתוך? ער ווייסט נישט וואס טוט זיך אפ ארום אים??? –באלאנד) אז דא איז עפעס געווען און מ'בויעט שוין דערויף גאנצע בנינים, דא איז זיך יעדער געגאנגען זיין וועג און ניטאמאל גאטראכט פון פאלטיק אויב עפעס, נאכאמאל נאר אויב -איך האלט נישט אז ס'איז אזוי- איז עס געווען ר' לייבוש'ס גבאים וואס האבען געוואלט צוווארטען מיט ר' לייבושס אריינקומען ביז די רבי גייט, און איך פארשטיי די זאליס פארוואס זיי שרייען אז מ'האט צוגעפיקסט רבינו שליט"א, דאס איז ווייל ביי זיי וואלט דעיס געהייסען גוט צוגעפיקסט! זאליס טייערע! ביי אונז איז אנדערש ווי ביי אייך, ביי אונז שפילט נישט די רבי קיין פאליטיק, און אונזער רבי האט נישט אינזין קיין בילדער (נאר וואס דען??? –באלאנד), און אויך איז ער נישט קיין ליידיגייער, אז ער שפירט אז ער דארף גיין צו א חתונה גייט ער, אריין און ארויס... ער ווארט נישט אויף קיין זיידעס (צו וועם ער איז נישט געקומען) און ווארט נישט אויפן פאטאגריפער, נישט ער און נישט זיינע חסידים זענען אינטערעסירט אז ער זאל געבן מזל טוב פאר ר' לייבושן און אוודאי נישט טאנצען מיט אים, אונז זעמיר זייער צופרידען מיט אונזער רבי, אונז דארף מיר ב"ה נישט גיין פאשען און פרעמדע פעלדער, און אונזער רבי איז צופרידען און פארנומען נאר מיט זיינע חסידים ער דארף נישט גיין זוכען פרישע חסידים.
רעב יאנקל איז שוין געווען געווען אין מקוה, זיך געטראפו מיטן רויטן בדחן רבי יונה און ער איז דא מיט א פרישקייט, עס איז אזוי, אין אמת'ן אריין איז נישטא קיין ריס צווישן די שטוב מענטשען נאר פשוט ר' אלתר האט אפגעשמועסט אז ר' לייבוש גייט אריינקומען 11 און צום סוף האבן אים די גבאים אריינגעברענגט 12 און צושטערט די גאנצע חתונה....:
עס גלייבט זיך שווער אז מענטשן ווערן אזוי נעריש, אבער אין מציאות זעהט מען עס לייוודי זאלי'ס זענען נאך אזוי ציקלאפט אז זייער לאנג יעריגע באלאן האט אזוי הילכיג געקראכט (וועמענס באלאן? די באלאן פון די פשעווארסקע באזוך האט געקראכט אין ווינציגער פון 4 וואכן...-באלאנד), ביי ר' לייבוש'ס לעצטע באזוך אין אמעריקע, אבער זיי געבן נישט אויף....אין נאכדעם וואס זיי האבען זיך געפילט זייער באטראפען פין די מעמד החופה (באטראפן פון וואס? פון דעם וואס דער געוועזענער אנטווערפענער האט אוועק געגעבן סידור קידושען פאר ר' לייבוש???...- באלאנד), האבען זיי זיך אליין בא.... מיטן אויפהאלטן ר' לייבוש ביז נאך 12:00 אין די קעלבעך זענען העפי אז ער האט נישט געטראפען סאטמערע רבי....... (זעהט אויס אז זיי האבען פין וואס מורא צו האבען...), אין די צייט וואס מ'האט אפגעשמיעס מיט ר' אלתר אז ער וועט אריינקומען ''11:00'' (ר' לייבוש מצדו איז זייער א פינקטליכער מענטש אין האלט זיך צום זייגער)די גרעסטע רשעות איז דא געטוהן געווארען קעגן די מחותנים פאר'ן אויפהלאטן די גאנצע חתונה, אבער וועס קען די זאלי'ס.............מיר איז בכלל שווער, אויב האט ר' לייבוש ציריק אנגעהויבן פיינט צו האבען מרה''א דאן פארוואס האט מען אים נישט געברענגט פריער, אין ער זאל ווייזן זיין שנאה.... אין אלע סאטמערע וועלן קראכען (א שאד...)זיי פראבירן נעבעך נאכמאל אויפצובלאזען דער ציבאסטע באלאן, אבער אן ערפאלג! סיי וויאזוי, וואלסען ס''ח האט ארויסגעברענגט א גיטע פוינט. אגב, קען איינער ברענגן די בילדער ווי ר' לייבוש באגריסט זיך אזוי ווארים מיט ר' יצחק ראזענבערג ראה''ק דקיט''ל. (הייסט דאס איז די תשובת המשקל פון ר' לייבוש פארן נישט אריינקומען טאנצן מיט ר' אהרן... גוט גוט- באלאנד) אדער פין די קבת פנים/חופה/חתונה
יקרבו איז דא מיט אן אפיציעלע רעפארט פון בית רבינו:
רבינו שליט"א האט נעכטן גענדיגט געזעגענן אזוי ווי יעדע וואך דינסטאג בערך 11:15, אין איז אנגעקומען בערך 11:30 צי די שבע ברכות פין כולל עצי חיים אין ער האט דארט געזאגט דברות קודש, בערך 12:00 האט ער האט ער זיך אויפגעשטעלט אין אריין צי די חתונה פין בן הגה"צ דומ"ץ ויואל משה שליט"א (ר' יאנקל רוף שנעל אן יקרבו... די גרסאות שטומען נישט-באלאנד), אין געגעבן לחיים אין אנגעווינטשען די חתן אין די מחותנים אין זיך אויפגעשטלעט ארויס צי גיין אין ר' לייבוש ט"ב האט אים געבעטן אז ער זאל טאנצען מיטן חתן רבינו שליט"א, האט געטאנצן מיט די חתן אין די מחותנים אין ער איז ארויס געגאנגען.
רבינו שליט"א איז נישט געקומען צי פשעווארסקע רבי צי די חתונה, רבינו שליט"א איז ביז היינט נישט געגאנגען צי זיינע חתונות אין נעכטען איז ער אויך נישט געגאגען צי אים ער האט גארנישט מיטן פשעווארסקער רבין, ר' לייבוש איז טאקע א גרויסע רבי, אבער רבינו שליט"א לויפט נישט ארום צי חתונות פין אלע גרויסע רביס, ווען וויל ווען דווקא גיין צי ר' לייבוש'ס חתונות וואלט ער געגאנגען 3 וואכן צריק ווען ער האט אים גערופן, אלא מאי ער איז געגאנגען צי די חתונה איינע פין זיינע דיינים ר' לייבוש טייטלבוים.
ער איז בכלל נישט אינטרעסירט פאר ער גייט צי א חתונה צי אלע זיידעס זענען דארט וכדומה, ווען ער גייט צי חתונה גייט ער צי וועם ער גייט דארט אין אז ר' לייבוש איז דארט הכל רווח (אוי עס טוט וויי!!!!!- באלאנד), רבינו שליט"א האט בעסער וואס צי טוהן מיטן טאג אין בעסעטרע דאגות ווי זיין ביזי צי ר' לייבוש איז דארט אדער נישט, ער גייט זיין וועג ווען עס איז אים באקוועם צי קומען צי די חתונה קומט ער אין דאס האט ער געטוהן.
המשך יבא.... די חברה זענען ווייט פון פארטיג, זיי וועלן אויפקומען מיט ספינס אז יעדער פון זייערע קינדערלעך זאלן נישט האבן קיין שום פראגן און זייערע קליינע מוחות....
נשלח ב-2/12/2009 22:04
שרייבן אהער און אהין, אהין און אהער.
ווי די אלטע באבע מיט די איי אין די הענט, בויעט גאנצע בנינים דעראויף, און טראך עס קנאקט אראפ אויף די ערד, און אלע חלומות פליען אוועק...
די זאליס כסדר געווען ביזי אז זיי האבן איין אמת'דיגער ערליכער איד רבי לייבוש, וואס האט פיינט רבינו שליט"א, ממש ער שעלט אים מיט טויטע קללות יעדן טאג... ער זאגט אז ער א ממזר... ער איז מתפלל די סוער זאל דארט בלייבן... די אהרונים זאלן שטארבן... סאשע איז א ציוני...
בנינים על גבי בנינים, און זיי האבן גוט פארקויפט דעם ליגענט, מיט פארקנייטשע אויגן, און די ריזיגע ביבער הוט אראפ געקוועטשט, מיט א דריי מיטן גראבן פינגער, רבי לייבוש, רבי לייבוש.
פון די אנדערע זייט האט אונזער בעבי ר' זלמן, פרובירט ווי מער זיך אריין צו ווישען און רבי לייבוש, צו ווייזן אז רבי לייבוש שטיצט אים, און ער האט אים ליב אהבת נפש, אזש אז רבי לייבוש איז חסיד נלהב פון ר' זלמן... ער ווייקט זיך און זיינע תורות... יעדעס מאל ווען רבי לייבוש איז דא געווען איז ר' זלמן געלאפן צו די חתונה, געריפען צו נישט געריפען איז ער געפלויגען אהין, געזיצן דארט ווי לענגער, געלאכט און געשמייכלט פאר די בילדער, אבער ר' לייבוש האט אים מכבד געווען גענוי ווי דעם זאבילטובער.
פלוצלינג טראך, ווי א אטאם באבע אויפגעריסען!! רבי לייבוש קומט אויף ווילי די ערשטע מאל אויף א גאנצע וואך, ער קומט באזיכן רבינו שליט"א די ערשטע פאר אלע רבנים, ער באזיכט רבינו שליט"א און שמועסט הערליך איבער 20 מינוט, די זאליס פאלען ווי די פליגען, דאס הארץ זייערע שטעלט זיך אפ, דרייען זיך ארום ווי אבלים, זעצן זיך שבעה נאך רבי לייבוש.
נאך אפאר טעג זיי כאפן אביסעלע פרישע לופט, קומען אביסעלע צו זיך, פאנגען זיי אן צו זינגען א פרישע ניגון, רבי לייבוש טוט שוין תשובה, און לאזט נישט ח"ו בשום אין אופן אז רבינו שליט"א זאל אים קומען צוריק באזיכען...
איצט רבי לייבוש מאכט חתונה איין אייניקל, די זאליס בלאזן זענען נאך ביטער אנגעזעצט, זיי זענען נאך אין די שלושים פון די אבילות, וואס רבי לייבוש איז געשטארבן ביי זיי... זיי קומען נישט צו די חתונה, ר' זלמן גייט צייטליך שלאפן.
די זאליס זיצן אינדערהיים צוזאמען מיט ר' זלמן שוימען פאר כעס, פלוצלינג זייער סעלפאנס קלינגען און פייפן, מען קען אנהייבן צו אטעמען... אז רבינו שליט"א איז געזיצען און געווארט און געווארט 2 שעה אז רבי לייבוש זאל אריין קומען אין זאל, אבער רבי לייבוש איז געשטאנען אפען טעלעפאן און גערעדט צו משה ווייזער, און ווילאנג ער האט אים נישט געזאגט אז רבינו שליט"א איז אוועק געפארן, האט רבי לייבוש בשום אין אופן נישט געוואלט קומען...
און די זאליס בויען שוין ווידער גאנצע בנינים, און שטייען שוין ווייטער ווי די אלטע באבע מיט די איי אין די האנט...
איי די ביסט דאך נאך אין די שלושים פון די אבילות, ווען רבי לייבוש איז געווען באזיכן רבינו שליט"א און צוריק, אה דעמאלס איז ער ליידער אפגעפארן און געווארן א גוי, אבער איצט איז ער משוגע געווארן...
נשלח ב-2/12/2009 22:17
דער באלאנד דרייט אראפ, דרייט ארויף, שרייבט נאך וואס יעדער שרייבער האט געשריבען בנוגע דעם נושא, איך בין שוין אונגאנצען צומישט,
פראגע? איר קענט אפשר אנווייזען אויף חסיד פון רבינו שליט''א, וואס איז א חסיד, וויייל עפעס א ר' לייבוש פון אנווערפען?
וואס איז די דעבאטע דא?
רבינו שליט''א האט נישט געווארט אויף ר' לייבוש? איז נישט! מן הסתם האט ער געהאט עפעס וויכטיגער, וואו זיך לאזען פיקטשערען מיט ר' לייבוש,
וואס ווייזט דאס, אז רבינו שליט''א האט נישט אויסגעווארט אויף ר' לייבוש?
אז ער איז א ערענסטע רב, וואס האט נישט קיין צייט צו קיין קינדערישקייטען? איז וואס?
נשלח ב-3/12/2009 00:42
באלאנד שרייב נאך, די ביזט נאר טאקע אין די שלושים פין געקראכטע באלאן כ'גלייך דיך צו זעהן אין די גיסטע (כ'האף אפטער, וועגן אזעלכע סיבות)
די זאלי'ס האבען אזוי געציטערט אז ר' לייבוש גייט נאכמאל טרעפן סאטמערע רבי שליט''א איז עס איז נישט געלונגען, אין זיי כאפען נישט ווי קינדיש זיי פירן זיך פאר דעם 'מעכטיגע' ניצחון (נעבעך!)
נשלח ב-3/12/2009 00:48
Satmar Rabbi Aron @ Pshevorsk wedding 12/1/09
* width="500" height="405">
<*
נשלח ב-3/12/2009 03:46
באלאנד, א גאנצע לאנגע מגילה, יעדן האסטו געטראפן עפעס וואס צו זאגן (כאטש לדאבונך האב איך יא גענומען די מיה דורכצוליינען די גאנצע אומבאטעמ'טע מגילה, און כ'מוז דיר זאגן, אין לו טעם וריח, אבער שוין).
נאר עפעס צוליב א מיסטעריעזע סיבה האסטו פון מיר פארגעסן.