די סיבה פארוואס מוהרי"א מספינקא שליט"א איז געווארן אזוי גרויס די לעצטע פאר יאר איז וועגן צוויי טעמים: 1) זיין פערזענליכקייט, איינער וואס קען עם פון די נאנט ווייסט וואס ער פארקויפט, ער איז א גאון עצום, ער איז געווען דיין ביי זיין טאטן זי"ע זייט איך געדענק, ווער עס האט נאר געהערט א דרשה פון עם קומט עם שוין נאכאמאל הערן (חוץ איינער וואס איז נישט אינטערעסירט צו הערן קיין דרשות), די של"ס תורות יעדע וואך מיט בכיות נוראות אפגערעדט פון די שובבי"ם תורות וואס עס איז כמעט נישט דא קיין טריקן אויג דארט, איך ווייס פון יודן וואס קומען אריין יעדע וואך שובבי"ם פון אנדערע פלעצער, אמאל פון בארא פארק, פון קרית יואל וכו', די פלאם פייער פון חסידות וואס ברענט אין אים, אלע ספרי תלמידי בעש"ט זענען רגיל על לשונו. בקיצור ער לעבט מיט די תורה הקדושה. זיין ווארימע דאווענען, זיין עבודת השם, ווער עס האט נאר געזען זיינע הקפות ווי ער טאנצט שעות אן א אויפהער ממש נישט צום גלייבן. בערך די זעלבע זאך האט מען געזען ביי די מצוה טאנץ ביי די חתונה די וואך. איינער וואס איז נאר אריין מיט א קוויטל צו אים זעט זיין געוואלדיגע אהבת ישראל ער הערט אויס יעדן איינעם איז זיך מצער מיט יענעם, זאגט א גיט ווארט, ער מאכט יענעם גיט פילן. זיין איידלקייט מידות טובות גיט אבאכט נישט צו באליידיגן קיין מענטש. בקיצור א רבי מיט אלע מעלות אין נאר דאס האב אים אויפגעבויט. 2) ער איז ארומגענומען מיט די אחים שפיטצער בפרט יצחק ברוך אין נאך אנדערע עסקנים איך קען נישט אלע נעמען וואס זיי שטייען שוין ארום אים שוין זייט זיין טאטע זי"ע איז נסתלק געווארן. זיי האבן אים געהאלפן מיט די נייע שיל וואס ווען נישט זיי וואלט ער נאך אלץ געווען אינעם בעסמענט אויף בעדפארד עוו. איך האב געזאגט מיין מיינונג איינער וואס ווייסט בעסער קען אראפנעמען אדער צילייגן.
 |
|
|