מזל טוב
דער עולם האט דא באקומען וויזניצער שוואגערס אז ס'גייט א נחת.
איך פארשטיי נישט איין זאך "נפל", פארוואס האט דיין טאטע אדער שווער זיך געמעגט משדך זיין מיט וויזניץ און דער ברך משה נישט? (אגב ווער ס'ווייסט האבן זיך 75 פראצענט פון בני יואל שוין משדך געווען מיט וויזניץ מאנסי)
ווידער א קשיא, לשיטת הזאלונים בני יואל איז דאך וויזניץ חזיר טרייף, דא אין אנדערע אשכול ווערט ארויסגעברענגט זייער דעת תורא אז מען דארף מוחה זיין אפילו קעגן א פריוואטן יחיד אויך, איז מה כל הרעש, דער רבי האט איגנארירט זיין שוואגער (לשיטתכם) ווייל ער גייט צו די בחירות וכו' וכו'.
ס'קאסט א לאך צו זען ווי "סאטמאר באום" דער באקלאגט זיך אז ווען ר ישראל איז אריינגעקומען האט אים דער רבי נישט געגעבן די הענט, אפשר זאגסטו מיר ווי קומט דא אריין הענט געבן, ס'איז עפעס היום באתי מען דארף אים שלום געבן.
און וואס הייסט ער האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט, אז ער האט אים מכבד געווען מיט קה רבון עלם מיינט זיך נישט וויסנדיג געמאכט.
נאר וואס, מען קייט דא וואסער על לא דבר