בית פורומים אידישע געדאנק

מסור שווימער ארעסטירט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/11/2009 20:14 לינק ישיר 

וויכטיג כאפ א שלינג ציווישן איין ווארט אין צווייטן ווייל קענסטיך נאך חלילה דערשטיקן, קודם כל בין איך נישט גראב ווייל איך וועג נישט מער ווי א קארגע 115 פונט, צווייטענס איך בין נישט א שקרן ווייל איך האב נישט גישריבן אז מען האט נאכגישריגן רבי יצחק מאשקאוויטש כאטש סאיז אמת ויציב, דריטענס איז ר' ישראל מיילך שוויממער שליט''א נישט קיין מסור, נישט ווייל רבי יצחק מאשקאוויטש האט גיזאגט אז ער איז נישט קיין מסור, נאר ווייל קיין שום ערענסטער רב האט נישט גיזאגט אז ער איז יא א מסור, ער איז נישט א מסור ווייל ער איז נישט א מסור, ווען רבי יצחק מאשקאוויטש זאגט אז דער עירוב איז פסול, אין רבי פישל הערשקאוויטש מיטן אודווארי רבי זאגן אז דער עירוב איז כשר, קען מען אריין קלערן ווער סאיז גירעכט, יעדער צד האט אוף וואס זיך סומך זיין, איך טראג נישט ווייל מיין רבי שליט''א האט גיזאגט מע זאל נישט טראגן, אבער ער האט קיינמאל נישט גיזאגט אז דער עירוב איז פסול, אין וועגן דעם שרייען מיר נישט נאך די וואס טראגן יא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 20:19 לינק ישיר 

גראדע בין איך פריער געוואר געווארן פון איינעם אז מ'האט דעם מסור שווימער אנגעשייגעצט אין בראשובער ביהמ"ד א קורצע צייט נאך די מסירה, און בראשוב'ער רב שליט"א האט זיך אנגענומען פאר אים, ביז איינער איז אים צוגעגאנגן פארציילן די גאנצע מעשה האט ער זיך אפגעשאקעלט פון דערפון.

און זייט דעמאלטס טרעט דער מסור מער נישט אריין דארט.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/11/2009 23:40 לינק ישיר 

וויכטיג כתב:
גערעכטער, דו ביסט א גראבער שקרן, מ'האט רבי יצחק מאשקאוויטש קיינמאל נאכגעשריגן, די סאטמארער בחורים פון וומסב"ג זענען נישט געוואקסן מיט די ארונישע חינוך וואס שרייען נאך רבנים און ווארפן שאלעכץ, צינדן אונטער בנינים און זינגען "פאסיגע" הקפה ניגונים ביי אידישע לויות..

אויך וואלט איך געוואלט זייער וויסן, אויב איז רבי יצחק מאשקאוויטש אזא גדול אז זיין מיינונג בנוגע די מוסרים איז אזוי שטארק טראץ וואס ער איז געווען א "איינציגער יחיד" אקעגן אלע רבנים און דיינים, און ער האט מיט קיין שום רב אדער עסקן נישט געוואלט רעדן די ענין, און דא פלוצלינג ווען די ארונים האלטן נישט פון קיין איין ערליכע איד, און דא איז רב מאשקאוויטש ווען ער קאווערט פאר די מוסרים אזוי שטארק ביי ענק, אפשר זאגטו מיר, פארוואס ווען דער זעלבער רב מאשקאוויטש זאגט און פסק'עט אז ווער ס'טראגט שבת אין וויליאמסבורג איז חייב סקילה, פארוואס איז דעמאלס זיין מיינונג קיין מיינונג?

חלה דעקל.


די לייקעסט פשוט פאקטען????
פרעג יעדע נייטרא מתפלל, זיי געדענקן עס זיייער גיט, ווי מ'האט אים נאכגעשריגען אויף בעדפארד אין אויף ראדני, ענקערע בחורים האבען טאקע נישט די ארונישע חינוך זיי האבען אבער (א סאך א ערגערער) 'די זאלונישע חינוך' (א טעמע וואס פארלאנגט א באזינדערע אשכול)

די טעראר וואס ר' יצחק איז דורך פארלאנגט א באזינדערע אשכול, ענק האבען מזל אז ר' יצחק איז א איידעלער מענטש....

אין בעיקר: די שרייבסט ר' יצחק איז א איינציגער יחיד קעגן אלע רבנים, אפשר ברענגסטו מיר איין ערנסטע רב וואס האט אינטערגעשריבן קעגן די חשובע שלעזינגער משפחה?

נאר וואס דען, דער בילדינג אויף ווייט עוו' וואס איז געווען אריינגצויגען אינעם סוכסוך, אין איז געווארען פארקויפט נאך דורך איין שותף פאר איינעם וואס איז פין ענקער מנהיגים, אין יענער האט אנגעהויבן א מערכה מיט די שלעזינגער משפחה כדי ער זאל קענען בלייבן מיט דעם בילדינג, אין אפי' ארומגעשיקט 2 קונטריתם מיט שקרים כדרכו, ביז די שלעזניגער משפחה האט זיך צאמגעזעצט אין צאמגעשטעלט א קלארע הערליכע באשרייבונג מיט פאטען אין דאקומענטן, אין אויפגעדעקט די היסטאריע פין די צייטונג ארומשיקער, אין ווינדער: דארט האט זיך די צייטונג שיקעריי אפגעשטעלט.....



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/12/2009 00:01 לינק ישיר 

דאס איז אמת


קיין שום רב פון די אוסרים קעגן עירוב האט נישט גערעדט אזוי שארף ווי הגה"צ אב"ד ניייטרא וומס"ב שליט"א, וועלכער האט געזאגט אז מען מוז שרייען קעגן די מחללי שבת!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מסור שווימער ארעסטירט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.