בית פורומים אידישע געדאנק

היסטאריע, ווער האט געקלאגט קאנטעמפט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/12/2009 21:30 לינק ישיר 

איך האב נאכנישט גערעדט פון קיין געווינער - דערווייל האב איך נאר גערעדט פון פארלירערס - ווער האט געהאט דעם גרעסטן דורכפאל,

איך האלט אז ר' אהרן איז דער גרעסטער דורכפאל, אז נאך 25 יאר וואס ער רופט זיך מרא דאתרא איז ער ביזי זיך ארומשלאגן מיט א קרעטשמע פון ווערעמיגע מטורפים,
נאך 25 יאר וואס ער רופט זיך מרא דאתרא קומען ארויס טויזנטער אידן לרחובה של עיר און שרייען די ביזט אן עוכר ישראל ווי קוק ימ"ש,
נאך 25 יאר וואס ער רופט זיך מרא דאתרא איז דא 50 בתי מדרשים וואס ער האט נישט קיין דריסת הרגל,
נאך 25 יאר וואס ער רופט זיך מרא דאתרא דארף מען גיין פתיחת ארון קודש פאר מנחה צו זעהן אויב ער גייט נישט האבן קיין גילויים אינמיטן שמונה עשרה
נאך 25 יאר וואס ער רופט זיך מרא דאתרא האט ער נישט קיין פתח ווי ער זאל מדליק זיין די מנורה
נאך 25 יאר ער האט נאכנישט קיין אייגענע בית הכסא וואס ער דארף אזוי שטארק,
נאך 25 יאר ווואס ער שלאגט זיך איבער דעם הויז נישט ביין דין תורה נאר אין גויאישן געריכט, און ער בלייבט מיטן אלטן בית הכסא און די מנורה ביים ברעט אימיטן שול,





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 22:13 לינק ישיר 

פישמאן די פארדרייסט די נושא
איך בין נישט נייגעריג אזוי שטארק צו דיסקאסען ווער איז א געווינער אין זשענעראל (כ'וואלט דיר געראטען זאלסט לייגען דיין תגובה אין כל העולם כולו, ווייל די שרייבסט נישט צו די זאך, אין דאס וועט זיין פאר צד מהר''א א פעט ביינדל)

די איינציגע סיבה פארוואס כ'באריר די לוזערישקייט פין בני יואל, איז ווייל זיי זענען 'הולכים בערכעות'

ציריק צו די נושא, ווער האט געקלאגט קאנטעמפט אין די היסטאריע?

האבען יענע קלעגער בכלל געהאלטען ביים גיין צו די''ת?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 22:30 לינק ישיר 

איך בין בכלל נישט נייגעריג וואס די ביסט נייגעריג צו דיסקאסען - און אזויווי די ווילסט סאמערייזען ווער סאיז דער דורכפאל אין דעם קעיס, האב איך צוגעשריבן צום ליסטע נאך א פאר זאכן וואס דער דורכפאל פון דעם יעצטיגן אפשפארן דעם שול איז פאר ר' אהרן

און לעצם הענין האב איך מודה געווען צו דיר, אז ווען ר' אהרן וואלט נישט געגאנגען אין קאורט אויפן הויז קעגן די רביצין ע"ה נאר וואלט געגאנגען צו דין תורה וואלט ער לכאורה בעסער אפגעשניטן,

עס איז זייער מעגליך אז ווען ער רופט ווען דעמאלס צו א דין תורה וואלט ער אפשר געצינדן חנוכה לעכט דעם חנוכה אין יענע דירה, און ער וואלט אפילו געקענט דארט גיין אין בית הכסא לעת הצורך,

ועכשיו שלא זכינו און ר' אהרן האט נישט גערופון צו דין תורה נאר איז געגאנען צו די גוים זיך דן זיין במשפטיהם און האט מחלל געווען שם שמים ווען א איד רופט זיין מומע אלמנת רביה"ק צום גויאישן געריכט, און האט אויפגעהויבן א האק אויף די הייליגע תורה, האט ער נעבעך נישט ווי צו צינדן קיין חנוכה לעכט

אין ראדני לאזט מען אים נישט אריין און ביי די מומעס הויז אויך נישט,

אזוי קוקט מען אויס ווען מען איז א מרים יד בתורת משה,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 23:10 לינק ישיר 

דיןתורה כתב:


ציריק צו די נושא, ווער האט געקלאגט קאנטעמפט אין די היסטאריע?

האבען יענע קלעגער בכלל געהאלטען ביים גיין צו די''ת?


בי"ד האט שוין געשריבן דע נושא, יעצט איז צייט אנציהייבן א נייע ניגון ווייל די גאנצע וועלט זעט אז אינז האמיר א בריוו פין בי"ד אז אינז זעמער אויסגעהלטן אין ענק מיט דעם וואס יעדער וואס רעדט זיך איין אז ער קען א פאר ווערטער אין שלחון ערוך ווערט ביי ענק א פוסק מפורסם קענט עטץ נישט האבן קיין בריוו פין א בי"ד



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/12/2009 23:21 לינק ישיר 

פישמאן כתב:
איך בין בכלל נישט נייגעריג וואס די ביסט נייגעריג צו דיסקאסען - און אזויווי די ווילסט סאמערייזען ווער סאיז דער דורכפאל אין דעם קעיס, האב איך צוגעשריבן צום ליסטע נאך א פאר זאכן וואס דער דורכפאל פון דעם יעצטיגן אפשפארן דעם שול איז פאר ר' אהרן

און לעצם הענין האב איך מודה געווען צו דיר, אז ווען ר' אהרן וואלט נישט געגאנגען אין קאורט אויפן הויז קעגן די רביצין ע"ה נאר וואלט געגאנגען צו דין תורה וואלט ער לכאורה בעסער אפגעשניטן,

עס איז זייער מעגליך אז ווען ער רופט ווען דעמאלס צו א דין תורה וואלט ער אפשר געצינדן חנוכה לעכט דעם חנוכה אין יענע דירה, און ער וואלט אפילו געקענט דארט גיין אין בית הכסא לעת הצורך,

ועכשיו שלא זכינו און ר' אהרן האט נישט גערופון צו דין תורה נאר איז געגאנען צו די גוים זיך דן זיין במשפטיהם און האט מחלל געווען שם שמים ווען א איד רופט זיין מומע אלמנת רביה"ק צום גויאישן געריכט, און האט אויפגעהויבן א האק אויף די הייליגע תורה, האט ער נעבעך נישט ווי צו צינדן קיין חנוכה לעכט

אין ראדני לאזט מען אים נישט אריין און ביי די מומעס הויז אויך נישט,

אזוי קוקט מען אויס ווען מען איז א מרים יד בתורת משה,



דער תובע אינעם קעיס פין 12 יאר ציריק האט קלאר געשיקט א בקשה פאר די רעביצין ע''ה זיך צו שטעלן צו די''ת, פאר מער דעטאלען קענט איר ליינען אינעם בריוו וואס קהל  האט ארויסגעשיקט.

משא''כ דא אין דעים קעיס האט דער 'תובע' - די בני יואל, געקלאגט אן קיין שום הזמנה אין אפי' יעצט ווען קהל האט זיי געגבן דעם אפשען צו קומען צו די''ת לפנים משורת הדין (דא קען דאך קהל קלאר זאגען אין נזקקין, ווייל דאס איז זיכער אז זיי האבען נישט געהאט קיין היתר צו גיין אין קארט) ווילן זיי נאך יעצט נישט קומען ווייל זיי ווייסען אז זיי וועלן פארלירן ע''פ תורה.

למעשה, לאמיר זיך איינרעדן אז ר' דוד עקשטיין איז דער תובע אין ער מסרב לדין, אין אז ער האט נישט געבעטן די געריכט אז מ'זאל קיינעם נישט איינזעצן (די געריכט האט אליינס אפגעמאכט אזוי, אין געגבן 5 טאג...) וויאזוי קענען די 3 שרייען אויף אים מסור, ווען זיי זענען עפענטליך מחזק מענטשן וועלכע האבען בעבר שוין אסאך מאל געקלאגט יודן אין קאנטעמפט, אין ביי איין פאל זענען ארויסגעקומען ארום 200 רבנים קעגן יענעם מסור???



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/12/2009 23:44 לינק ישיר 

דער תובע פון דעם קעיס האט קלאר געשיקט פאר די רעבעצין א הזמנה דעס איז נישט קיין נייעס יעדער האט געזען א קאפי פון דעם אין בית צדיקים יעמוד, נאר פון אן הזמנה אליינס קען מען נאכנישט וויסן וועלעכע צד ס'האט ארומגעשלעפט... דעס קען מען נאר זען ווער ס'ברענגט א היתר בכתב... און דאס איז וואס אונז האב מיר נאכנישט זוכה געווען צו זען.

איך האב שוין ערגעץ געשריבן, אויב איז בית יואל הולכי ערכאות צוליב מחזק זיין מענטשן וואס האבן געקלאגט קאנטעמפט (עכ"פ כלשונך) דעמאלט איז דיין רבי, דער באקאנטער מכניס אורח לכל צרי וכל זב פון איזריעל, אויכט א.......

 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 00:04 לינק ישיר 

וואס הייסט יוסל וואלדמאן איז נישט קיין בני יואל?

(ביטע  זיך האלטן צו די נושא פין 'קאנטעמפט' וועגן ערכעות זענען פארהאן אנדערע אשכולות)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 21:14 לינק ישיר 

אין מיינע ערשטע 4 שורות האב איך נאך יא גערעדט פונעם נושא, און אויף דעם האסטו מיר נאכנישט געענפערט נאר אויף די נעקסטע שורות וואס באלאנגט נישט אין דעם אשכול..



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-9/12/2009 21:37 לינק ישיר 

לויט ווי איך זע איז יעדער מודה אז ביים יעצטיגן קעיס זענען די בני יואל די קלעגערס, מע קען דאך נישט לייקענען קיין מציאות, סע שטייט דאך קלאר אויף די פעיפערס ווער עס קלאגט אין ווער סאיז דער גיקלאגטער, זענט איר מסכים מיט דעם? איך מיין אז יא! ווייל דאז איז דאך זייער קלאר. אויסער אויס איינס אין איינס איז....

די מחלוקה איז נאר: די בני יואל שרייען אז זיי האבן זייער א גיטן תיריץ פארוואס זיי האבן דאס גיטין, ווייל לויט זיי איז דאס איין קעיס מיט 12 יאר בעפאר ווי קהל האט זיי גיקלאגט במילא איז איין נזקקין, קהל שרייט אז דאס איז א נייע קעיס אין דאס האט נישט ציטין מיט די אלטע אין די בני יואל זענען פשוטע הולכי ערכאות, אין מין הדין דארפן זיי שוין נישט גיין מיט די בני יואל צי דין תורה וועגן אין נזקקין, אבער לפנים משירת הדין זענען זיי נאך אלץ גרייט.

יעצט צים פוינט: דאס איז אויך זיכער אז די בני יואל האבן גיכאפט א מעכטיגן פליק פינעם קארט, אפגעזינדערט ווער עס איז שילדיג, זיי האבן פארלוירן (לאמיר זאגן לעת עתה) זייער בית המדרש, אין זענען ארויס פין דארט כאבילים, דוד עקשטיין האט גארנישט פרלוירן, ער האט ווייטער זיין בית המדרש, זיין מקוה, זיין בית הכסא, זיין קאוע, אלעס איז גיבליבן ביים אלטן, די בני יואל זענען דעי וואס זענען געצווינגען צי גיין אין גלות, פרעג איך אייך, האט איר שוין אמאל גיזען אז איינער קימט מיך באגאנבענען אין איך זאל זיכן א תירוץ פארוואס עם נישט צי ריפן צי דין תורה?, יא נזקקין, נישט נזקקין, מע גנבעט מיר מיין בית המדרש וואלט מיין ערשטע שריט גיווען אריבער צי לויפן צי א בית דין אין עם שיקן א עיקול, אין נישט צי זיכן א תירוץ פארוואס איך דארף דאס נישט טין, יא איך פארשטיי אז מיט א גנב גייט מען צי די פאליציי אדער אין קארט, אבער דארט האט איר דאך פארלוירן ביג טיים, אין די אזוי גיריפענע גנבים שרייען אז זיי זענען גרייט צי גיין אין פאלגן וואס א בית דין וועט זיי הייסן, סא איז אינגאנצן נישט פאשטענדליך פארוואס זיי זיכן נארישע תיריצים אין נישט פראבירן זיך צי העלפן,

איך האב גישריבן נישט פארשטענדליך, אבער באמת איז דאס יא זייער פארשטענדליך, זיי מיינען אז די וועלט איז צידרייט, אין אז מע כאפט זיך נישט, יעדער פארשטייט אין וייסט אז זיי זענען די הולכי לערכאות, אין פארוואס זיי ווילן נישט גיין צי דין תורה, ווייל א דין תורה וועט תיכף אופדעקן די זיופים אין גניבות וואס דא איז פארגעקימען, אין דארט האבן זיי זייער א גיטן שענס אלעס צי פארלירן, דעריבער קימען זיי מיט נארישי תיריצים, זיי שמאלצן ציזאמען יעקב הערש שענפעלד מיט דוד עקשטיין, זיי שמעלצן ציזאם די יעצטיגע קעיס ווי זיי זענען קלאר די קלעגער מיט א אלטן קעיס וואס די דייני הקהלה האבן מתיר גיווען צי מאנען אין ראטעווען נכסי הקהלה אין קארט, אלעס וועלן זיי טין נאר חלילה וחלילה נישט גיין אין קארט.

אלזא איז זייער רעכט איר זאלט טאקע אלעס פארלירן ווי עס פאסט פאר הולכי לערכאות, אין איר קענט בלאבן מיט ענקער זייער גיטן תירוץ. קיינער שוינט ענק נישט, נישט די זאליס, נישט זייער בית דין הגדול, אין נישט קיינער פין די רבנים וגדולי ישראל, אין אוודאי נישט די אהרונים, יו גאט וואט יו דיזערוו.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/12/2009 22:07 לינק ישיר 

ס'איז נאך ווייטער נישט פארענפערט מיין קשיא, פון ווי קען מען וויסן וועלעכע בעל דין ס'שלעפט ארום דע דין תורה בעפאר איינער פון דע צוויי ברענגט א היתר בי"ד........?! בלויז שיקן א הזמנה קאסט אינגאנצן 35 דאללער... 

נאכדעם וועלמיר גיין ווייטער.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 03:43 לינק ישיר 

סי עקזעסטירט נישט א היתר בית דין אן א הזמנה לדין תורה, אין ווען איינער שפירט זיך באעוולעט פין א צווייטן שיקט ער א הזמנה לדין תורה, אין אויב האלטן די בני יואל אז רבי דוד האט זיי באעוולט זאלן זיי עם שיקן א הזמנה לדין תורה, שרייען, שעלטן, פאשקעווילן, אין וויינען וועט זיי נישט העלפן, אין אויב זענען זיי אליין זיך נישט אינטרעסירט צי העלפן, האט קיינער אוף זיי נישט קאן רחמנות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 04:04 לינק ישיר 

טענו חיטין והודו שעורין, איך בעט א היתר בי"ד פון דוד עקשטיין'ס הרמת יד בתורת משה תשנ"ה, וואס ענפערט מען, אויב בני יואל שפירט זיך יעצט באעוולט זאלן זיי שיקן א הזמנה...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 05:46 לינק ישיר 

זייט ווען דארף א מרא דאתרא פון א שטאט רופן צו דין תורה אויף א פירצה פון זיין שטאט
א רב האט א כח התורה למגדר מלתא צו פסק'נען אז מען איז מחיוב צו פארשפארן א מקום וואס איז א מערת פריצים וד"ל
און ער האט רעכט צו אינפארסן זיין פסק דין אפילו בחוקי הממשלה
ר' דוד עקשטיין האט אסאך פירצות אפגעשטעלט מיט געוואלד אין קרית יואל, די וועד הצניעות רופט נישט צו דין תורה מען טוט זיך דערזאך, ווייל מען דארף ראטעווען דורות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 08:25 לינק ישיר 

נאר נישט דאס! יעדער ווייסט וויפיהל דורות ס'זענען שוין חרוב געווארן אדאנק די איבערמידליכע ארבעט פון ועד הצניעות אין מאנרא! בעסער ברענג אנדערע הסברים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 20:08 לינק ישיר 

זיבענבירגען שפילסט מיט די געים פין דעם העלד וואס איז געלונגען דעם מעכטיגען שטיקעל נאכצומאכען די ניק פין ארגינעלער פין כל העולם כולו אין רעדט כאילו ער איז א חסיד פין מהר''א
קוק ביי הצג הודעת משמתש וועסטו זיין ער זיין ניק איז קוים געבוירן,
ער איז נישט די ערשטע ניק וואס וועם מ'מאכט נאך, ס'איז זייער א קינדערישע בייפאל
אין כ'ווינדער מיך אז דער מנהל לאזט דאס צו, חוץ אויב ער דער וואס מאכט עס...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היסטאריע, ווער האט געקלאגט קאנטעמפט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext