בית פורומים אידישע געדאנק

היסטאריע, ווער האט געקלאגט קאנטעמפט?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-10/12/2009 20:11 לינק ישיר 

גערעכטער1 כתב:
לויט ווי איך זע איז יעדער מודה אז ביים יעצטיגן קעיס זענען די בני יואל די קלעגערס, מע קען דאך נישט לייקענען קיין מציאות, סע שטייט דאך קלאר אויף די פעיפערס ווער עס קלאגט אין ווער סאיז דער גיקלאגטער, זענט איר מסכים מיט דעם? איך מיין אז יא! ווייל דאז איז דאך זייער קלאר. אויסער אויס איינס אין איינס איז....

די מחלוקה איז נאר: די בני יואל שרייען אז זיי האבן זייער א גיטן תיריץ פארוואס זיי האבן דאס גיטין, ווייל לויט זיי איז דאס איין קעיס מיט 12 יאר בעפאר ווי קהל האט זיי גיקלאגט במילא איז איין נזקקין, קהל שרייט אז דאס איז א נייע קעיס אין דאס האט נישט ציטין מיט די אלטע אין די בני יואל זענען פשוטע הולכי ערכאות, אין מין הדין דארפן זיי שוין נישט גיין מיט די בני יואל צי דין תורה וועגן אין נזקקין, אבער לפנים משירת הדין זענען זיי נאך אלץ גרייט.

יעצט צים פוינט: דאס איז אויך זיכער אז די בני יואל האבן גיכאפט א מעכטיגן פליק פינעם קארט, אפגעזינדערט ווער עס איז שילדיג, זיי האבן פארלוירן (לאמיר זאגן לעת עתה) זייער בית המדרש, אין זענען ארויס פין דארט כאבילים, דוד עקשטיין האט גארנישט פרלוירן, ער האט ווייטער זיין בית המדרש, זיין מקוה, זיין בית הכסא, זיין קאוע, אלעס איז גיבליבן ביים אלטן, די בני יואל זענען דעי וואס זענען געצווינגען צי גיין אין גלות, פרעג איך אייך, האט איר שוין אמאל גיזען אז איינער קימט מיך באגאנבענען אין איך זאל זיכן א תירוץ פארוואס עם נישט צי ריפן צי דין תורה?, יא נזקקין, נישט נזקקין, מע גנבעט מיר מיין בית המדרש וואלט מיין ערשטע שריט גיווען אריבער צי לויפן צי א בית דין אין עם שיקן א עיקול, אין נישט צי זיכן א תירוץ פארוואס איך דארף דאס נישט טין, יא איך פארשטיי אז מיט א גנב גייט מען צי די פאליציי אדער אין קארט, אבער דארט האט איר דאך פארלוירן ביג טיים, אין די אזוי גיריפענע גנבים שרייען אז זיי זענען גרייט צי גיין אין פאלגן וואס א בית דין וועט זיי הייסן, סא איז אינגאנצן נישט פאשטענדליך פארוואס זיי זיכן נארישע תיריצים אין נישט פראבירן זיך צי העלפן,

איך האב גישריבן נישט פארשטענדליך, אבער באמת איז דאס יא זייער פארשטענדליך, זיי מיינען אז די וועלט איז צידרייט, אין אז מע כאפט זיך נישט, יעדער פארשטייט אין וייסט אז זיי זענען די הולכי לערכאות, אין פארוואס זיי ווילן נישט גיין צי דין תורה, ווייל א דין תורה וועט תיכף אופדעקן די זיופים אין גניבות וואס דא איז פארגעקימען, אין דארט האבן זיי זייער א גיטן שענס אלעס צי פארלירן, דעריבער קימען זיי מיט נארישי תיריצים, זיי שמאלצן ציזאמען יעקב הערש שענפעלד מיט דוד עקשטיין, זיי שמעלצן ציזאם די יעצטיגע קעיס ווי זיי זענען קלאר די קלעגער מיט א אלטן קעיס וואס די דייני הקהלה האבן מתיר גיווען צי מאנען אין ראטעווען נכסי הקהלה אין קארט, אלעס וועלן זיי טין נאר חלילה וחלילה נישט גיין אין קארט.

אלזא איז זייער רעכט איר זאלט טאקע אלעס פארלירן ווי עס פאסט פאר הולכי לערכאות, אין איר קענט בלאבן מיט ענקער זייער גיטן תירוץ. קיינער שוינט ענק נישט, נישט די זאליס, נישט זייער בית דין הגדול, אין נישט קיינער פין די רבנים וגדולי ישראל, אין אוודאי נישט די אהרונים, יו גאט וואט יו דיזערוו.



זייער גיט געזאגט
אמת'ע ווערטער אין צו דער זאך - פאקטן וואס יעדער ווייסט אבער אסאך לייקענען עס פאר 'אנדערע'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-10/12/2009 22:52 לינק ישיר 

לויט דין תורה קומט אויס אז זלמן לייב וואלדמאן האט זיך תובע געווען בערכאות פאר קאטנפעמט,
בית יואל האט געבעטן דעם געריכט זאל צושפארן דאס בית המדרש
בית יואל האט געבעטן דעם געריכט זאל איינשפארן אין תפיסה די ממונים פון בית המדרש

דאס וואס דוד עקשטיין האט אריינגעגעבן אין געריכט איז געווען נאר אלס נתבע - וואס ער בעט דעם געריכט מען זאל נישט פארשפארן דאס בית המדרש און נישט מעניש זיין די ממונים פארן עובר זיין אויפן ריכטערס באפעל

און ווער עס זאגט פארקערט קען פשוט נישט קיין ענגליש , און דארף קויפן א דיקשאנערי,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 23:04 לינק ישיר 

דאס זענען געווען קאנטער-קלעימס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-10/12/2009 23:08 לינק ישיר 

קאונטער קלעימס איז נישט קיין תביעה בערכאות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 00:00 לינק ישיר 

יא עס איז א תביעה, אבער די סארט תביעה'ס קען נאר א נתבע טאן, פארדעם הייסט עס "קאונטער"



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 01:09 לינק ישיר 

א נתבע מעג עובר זיין אויף איסורים דאוריתא'ס ווייל מען האט אים תובע געווען בערכאות?

למשל ווען די קינדער פון ר' אהרן האבן תובע געווען הרב ר' ליפא טייטלבוים בערכאות אין פעמילי קאורט, האט ער געהאט רעכט צו קאונטער קלעימען אז ר' אהרן'ס קינדער נעמען סעקשען 8 אויף זייער אייגענע הייזער, און בעטן מען זאל זיי ארויסווארפן פון די הייזער און באשטראפן מיט עונשים הראוי להם פאר זייער עבירה פון נעמען רעגירונגס פראגראם בגניבה?

איך נוץ דאס אלס א משל אז קאונטער קלעימס איז נישט מתיר מסירה און אפילו נישט קיין תביעה חדשות בערכאות,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 15:57 לינק ישיר 

ווארט נאר וואס די קאונטער קלעימס אין פעדעראל קאורט וועט זיין, וועסטו געוואויר ווערן וואס א נתבע קען און מעג טוען ווען מען רופט אים בערכאות בלי רשות בית דין,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 19:22 לינק ישיר 

דא האט איר די אשכול ווי מ'זעהט די קול קורא'ס פין די רבנים הגאונים הצדיקים פין פריעדיגען דור קעגן די הולכים בערכעות ביי זייערע קאנטעמפט קלאגעס
http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2731674&forum_id=21016



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2009 19:54 לינק ישיר 

קודם כל איז דעמאלס נישט געווען קיין קאנטעפט קלאגע, נאר א סיוויל רייטס קלאגע קעגן דעם ווילידש, פאר דיסקרימינירן קעגן אן עדה אידן, וואס איז אריינגעגעבן געווארן דורך אפאר יחידים תושבי קרית יואל, און אדאנק דעם קלאגע האט חרדים באקומען א פערמיט מיט געלט צו פארענדיגן דעם שול,

און זייט דעמאלס האט דיין רבי מיט זיינע שלוחים תובע געווען אידן בערכאות אן ערך פון צען מאל אן קיין שום היתר

און אודאי אויב איז אסור געווען צו גיין בערכאות דעמאלס איז כל שכן וכל שכן תובע זיין א גויאישן געריכט אפצושפארן א שול און אריינזעצן אידן אין תפיסה פאר דעם חטא פון דאווענען און שול, דאס איז סאך א גרעסערער איסור,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/12/2009 20:24 לינק ישיר 

פישמאן
דער בי''ד הגדול פין ירושלים שרייבט נישט ווי די זאגסט

צד מהר''א האט געשיקט א הזמנה פאר זיי זענען אריין אין קארט אין זענען פאקטיש נאך יעצט גרייט צו גיין צו די''ת, זיי האבען א בפירוש'ע היתר בי''ד נאכען סירוב פינעם נתבע.
דיינע ווערטער זענען ווי דער קאזאק הנגזל וועלכע האט שוין צענדליגע מאל געקלאגט אין ערכעות אין אינעם ציוניסטישע ערכעות ר''ל ''אן קיין שום הזמנה פין פאראויס'' אין די גאנצע וועלט

וועגן דיינע לעצטע ווערטער,
ווי שוין צענדליגע מאל געשריבן, איז בני יואל דארט אריין אין קארט אין זיי האבען זיך אליין באגאסען דערמיט,
אבער, די האלט אין איין איבערזאגען אז קיט''ל איז אריין אין קארט קעגן בית יואל ביז אפשר וועסטו עס אליין שוין גלייבן..



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/12/2009 21:02 לינק ישיר 

אדרבה זאג וואס שרבייט דער בית דין אנדערש ווי איך?
זיי שרייבן אז דער סכסוך איז יא בנוגע בית יואל בית המדרש, און על פי תורה טאר מען נישט דעווענען אין א שול וואס האט נישט קיין סייט פלען און מען איז מחיוב צו פארלאנגן בדיני דמלכותא אריינצושפארן אין תפיסה פארן דאווענען דארט?

צד מהר"א האט געשיקט הזמנה פון בית דין בית יוסף נאווארדאק, און זיי האבן געגעבן היתר ערכאות, אויף וואס דער ראב"ד ירושלים הגרי"י פישר האט געשריבן בשעתו אז דער היתר פון נאווארדאק איז שלא על פי תורה, און צד מהר"א טאר נישט גיין לערכאות,
נאכדעם וואס צד מהר"א איז  ווייטער געגאנגען בערכאות האט דער נאווארדעקער בית דין געשריבן א כתב אז צד מהר"א האט אריינגעלייגט מסירות ומלשינות און די תביעות און אויך האבן זיי נאר געגעבן א היתר אויף עיקול בערכאות בלי תביעה בערכאות, נאווארדאקער בית דין ציט צוריק און שרייבט אז צד מהר"א איז בערכאות בלי רשות בית דין

בנוגע ציוניסטישע ערכאות, האט צד מהר"א אריינגעגעבן א קודם א דעקלערשעאן אן קיין הזמנה אן קיין היתר בית דין, און ווען צד מהרז"ל האט דאס געואלט מבטל זיין האבן זיי געהאט רשות פון צוויי בתי דינים בכתב איינס פון ירושלים און איינס פון ניו יארק,
אפילו דיין רבי האט באשלאסן אז די רבנים זענען שלושה רועי בקר ווערן זיי נאכנישט קין עמי הערצים,

דער פאקט איז אז צד מהרז"ל האט געהאט היתר בכתב אויף יעדע זאך, און צד מהר"א זאגט אז זיי האבן א היתר אין אלעדל, אבער האט דאס קיינמאל נישט מפרסם געווען, וואס איז לכאורה א שקר,

דער פאקט אז קיט"ל איז אריין אין קאורט אויף די רביצין'ס הויז האב איך גראדע געהערט פון דוד עקשטיין אבער איך בין נישט היינט געבוירן איך געדענק נאך וואס איז געווען פיפצען יאר צוריק, די ביזט נאך מסתם געווען אין די ווינדעלך דעמאלס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2009 03:14 לינק ישיר 

דין תורה וואס שפילט ווי א חסיד פון צד מהר"א דא, אבער ער מאכט זיכער אז זיין צווייטער ניק פישמאן זאל אים מנצח זיין, ער שרייבט זייער שוואך פאר צד מהר"א - אפגערעדט אז ער ווייסט נישט קיין פאקטען און ווייסט נישט וואס ער רעדט, שרייבט ער איבער די זעלבע שטותים ככלב ששב אל קיאו נאכאמאל און נאכאמאל, און בסוף איז ער זיך מנצח מיט זיינע צד מהרז"ל ניקס,




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2009 22:04 לינק ישיר 

אזוי ווי די ארונים רעדן זייער בקיצור, וויל איך דא שרייבן א שטיקל כראנאלאגיע פונעם קרעטשמע בית יואל אין די גוטע צייטן,אז מ'זאל בעסער פארשטיין פון וואס מ'רעדט, אנגעהויבן 8 אזייגער אזוי ווי מ'ענדיגט דעם כולל בוקר, קומט אריין די צוויי מורי הוראה הרה"ג ר' ירמי' בראווער ור' נפתלי דייטש שליט"א זיי ברענגן אריין איינער א פלאש וויסקי איון איינער א שליבאוויטץ, מיט א צוואנציג דרייסיג שיסלען פאר די גאנצע מנין יעדער באקומט א שיסל מ'קען זיך וועלן כרצון איש ואיש, נאכן אויסזיפן עטליכע טעלערס פאלט דער עולם אויף דער ערד שיכורים, נאך דע מנין קומט אריין דער שארמאשער רב שליט"א מיט א אמפער וואדקע אין איין הענט און פעקל זיפ טעלערס אין די אנדערע האנט, ר' יואליש גאנץ מיט ר' הערשל ווייס שו"ב טיילן אויס פאר יעדן א טעלער מיט וואדקע דער עולם כאפט דעם טעלער מ'שאשקעט ביז מ'פאלט אויף דער ערד, נאך דעי מנין קומט אריין דער טשאטה'ער רב שליט"א מיט א גאנצע וואגן פלעשלעך שנאפס ר' יחזקאל לויפער פארט ארום מיטן וואגן און לייגט אראפ אויף יעדן'ס פלאץ צוויי פלעשער דער עולם כאפט זיך צו מיט ביידע הענט זיפט מען אויס פון די פלעשער דערנאך פאלט מען צו דער ערד שיכור, נאך אלע מנינים ווען דער גאנצער עולם וואלגערט זיך שוין אויף דער ערד, קומט אריין דער שמש ר' זושא טירנויער ער גייט ארום אויפוועקן דעם עולם יעדער נעמט זיך צאם כולל יונגעלייט בעלי בתים רבנים דיינים איינער אויפן טיש איינער אויפן באנק און מ'כאפט א רקידה כאפט אריין א וואדקע ווי לאנג מ'וועט נאך לעבן, א עקסטערע חן צו זען די זקנים פונעם ביהמ"ד ר' אלי' בערקאוויטש ר' שמואל אברהם ברייער ר' לייבוש שווארטץ ווי זיי לויפן ארום דעם קרעטשמע איינער מיט זיין וואקער איינער מיטן ווילטשעיר און שרייען און הוליען ווי צעלאזטע פויערן, אזוי ציט זיך די קרעטשמעריי ביז 4-3 נאכמיטאג בערך, אשרי עין ראתה כל אלה, אבער ליידער זענען דע גוטע צייטן געקומען צו א ענדע, פארגאנגאנעם זונטאג וישב איז דע קרעטשמע געווארן פארשלאסן, און די קרעטשמעריסטן האבן געמוזט ארויסגיין מיט די ספרי תורות זוכן א נייע קרעטשמע......



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/12/2009 23:35 לינק ישיר 

אדרבה זאג וואס שרבייט דער בית דין אנדערש ווי איך?
לייען איבער די קול קורא פין די עדה החרדית וועסטו זעהן (די ווייסט זייער גיט אז כ'רעדט נישט פין בריוו פין די בני יואלער רבנים, זיי קענען נישט מחייב זיין יענעם)
זיי שרייבן אז דער סכסוך איז יא בנוגע בית יואל בית המדרש, און על פי תורה טאר מען נישט דעווענען אין א שול וואס האט נישט קיין סייט פלען און מען איז מחיוב צו פארלאנגן בדיני דמלכותא אריינצושפארן אין תפיסה פארן דאווענען דארט?
זיי מסביר בעסער וואס די מיינסט, ווייל יענע קול קורא איז ארויסגעקומען נאך פאר בני יואל האט געקלאגט קהל אין אין ק''י, ס'רעדט זיך נאר פין די זעלבע קלעגער ווי אינעם יעצטיגען קעיס.

צד מהר"א האט געשיקט הזמנה פון בית דין בית יוסף נאווארדאק, און זיי האבן געגעבן היתר ערכאות, אויף וואס דער ראב"ד ירושלים הגרי"י פישר האט געשריבן בשעתו אז דער היתר פון נאווארדאק איז שלא על פי תורה, און צד מהר"א טאר נישט גיין לערכאות,
ס'איז קלאר אז הגר''י פישער איז געווען א גדול בתורה, אבער ער קען נישט מחייב זיין צד מהר''א ווילאנג זיי שרייבען נישט אינטער קיין שטרי בירורין ביי אים, ספעציעל ווען צד מהר''א זאגען אז הג''ר מאיר בראנסדארפער אין הגר''מ האלבערשטאם זענען געווען פין די רבנים וואס האבען שטארק געשטיצט זייער 'פארשטענדליכע' שיטה אז א דיין וואס האט אזא שטארקע נגיעה אין האט שוין געשריבן קעגן איין צד פאר ער האט אויסגעהארט די אנדערע צד, קען נישט זיין פין די דיינים ביי אזא די''ת,
אין פאקט האבן צד מהר''א מזמין געווען צד מהרז''ל ביי א בי''ד, אין יענער בי''ד האט אויך (ווי יעדער נארמאלע  דעת תורה אין דעת בעה''ב) געשטיצט זייער טענה
, נו! פארוואס זאלען זיי בלינדערהייט נאכגיין ענקער סברה (וואס ענק האבען באקומען פין הגר''י פישער דורך זיין גבאי אפרים שטערן)?
סיי וויאזוי האבען שוין צד מהר''א געזאגט אזוויפיל מאל, אז לאמיר זיך זעצן ביי 3 חו''מ דיינים בזבל''א אין לאמיר הערן אלע ענקערע תנאים אין טענות פארוואס ענק זענען מסרב לדין,  אויב ע''פ שו''ע אויב ס'האט סיי וועלכע קראפט, אין אויב לויט דעם וועט מען באשטומען אויב אין וואס פאר בי''ד זאל פורן די די''ת.


נאכדעם וואס צד מהר"א איז  ווייטער געגאנגען בערכאות האט דער נאווארדעקער בית דין געשריבן א כתב אז צד מהר"א האט אריינגעלייגט מסירות ומלשינות און די תביעות און אויך האבן זיי נאר געגעבן א היתר אויף עיקול בערכאות בלי תביעה בערכאות, נאווארדאקער בית דין ציט צוריק און שרייבט אז צד מהר"א איז בערכאות בלי רשות בית דין
צד מהר''א האט דאן קלארגעשטעלט אז זיי האבען נאך אלס א היתר בי''ד אין בהסכמת הצדדים האט עס ווינער רב באשטעטיגט. ווי באקאנט

בנוגע ציוניסטישע ערכאות, האט צד מהר"א אריינגעגעבן א קודם א דעקלערשעאן אן קיין הזמנה אן קיין היתר בית דין, און ווען צד מהרז"ל האט דאס געואלט מבטל זיין האבן זיי געהאט רשות פון צוויי בתי דינים בכתב איינס פון ירושלים און איינס פון ניו יארק,
אפילו דיין רבי האט באשלאסן אז די רבנים זענען שלושה רועי בקר ווערן זיי נאכנישט קין עמי הערצים,
אין א''י האט זיך אנגהויבן, אז צד מהרז''ל האט געמאכט שינוים אין די קארפערעישאן אין ארויסגעשטויסען אלע בארד מעמבערס פין צד מהר''א, אין צד מהר''א האט אריינגעגבן א עירעור ביים דעפארטמענט אויף דיד'ס (כ'געדענק נישט וויאזוי מ'רופט עס דארט) - די זעלבע זאך וואס צד מהרז''ל האט געטוהן ווען צד מהר''א האט איבערגעשריבן די ביה''ח א' שמות תשס''א,
דאס איז קלאר אז לויט די ארטיגע געזעץ עפנט זיך נישט קיין קעיס ווען מ'גיבט אריין א עורעור (כ'מיין אז אין אמעריקע איז אויך אזוי), נאר עס שטערט די נייע בעה''ב צו בעל'בת'ווען אויף די איבערגעשריבענע נכסים,
אין ווען די הנהלת המוסדות אין בני ברק האט 'באקומען א פערמיט' צו קענען בויען פרישע דירות אין שיכון, איז צד מהרז''ל געגאנגען אין ציוניסטישען ערכעות אין געקלאגט די שטאטראט היתכן זיי געבן א פערמיט פאר די מענטשן וואס זענען לשיטתם נישט די בעלים, (לויט זייער נייע דיד) אין די ציוניסטישע שופט האט דאן געזאגט אז וויבאלד די בעלות פין צד מהרז''ל איב געבויט אויף א דיד מיט א עורעור דערויף, מיזן זיי אראפנעמען די עורעור אין ווערן דערקלערט אלס בעלים פינעם פלאץ כדי צו קענען שטערן די הנהלת המוסדות פין באקומען א פערמיט, ''אין דאס אימגלויבליכע האט טאקע פאסירט, אן קיין שום פריעדיגע הזמנה לדי''ת האט מען געקלאגט די הנהלת המוסדות אין ציוניסטישע געריכט אויפן בעלות פינם קארפארעישאן'' ווי עס געפינט זיך נאך ליידער עד היום הזה. א בושה אין א חרפה.
יעצט זאג די מיר, וואס פאר היתר קען צד מהרז''ל באקומען אויף אזא זאך ווען זיי האבען אפי נישט פראבירט צו רופן צו די''ת? אין ווען די הנהלת המוסדות האט אפי' שוין אינטערגעשריבן שטרי בירורין פאר די בד''ץ פין הגר''נ קרליץ? שלושי רועי בקר (א לשון הגמ') איז א טיטול...., (דרך אגב, כ'וואלט דיר נישט געראטען זאלסט רעדן פין די בי''ד פין נ''י,  ווייל די 10 גרעסטע בתי דינים אין אמעריקע האבען אינטערגעשריבן אז זיי האבען נישט קיין שום תוכף)
יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס די גערעסטע רבנים פין ארה''ק - ובתוכך הג' פוסק הדור בעל שבט הלוי זענען אזוי שארף ארויסגעקומען קעגן צד מהרז''ל מיט אזעלכע שארפע לשונות???


דער פאקט איז אז צד מהרז"ל האט געהאט היתר בכתב אויף יעדע זאך, און צד מהר"א זאגט אז זיי האבן א היתר אין אלעדל, אבער האט דאס קיינמאל נישט מפרסם געווען, וואס איז לכאורה א שקר,
ווי פאר אזעלכע היתרים... אפשר ווייסטו אויך וויאזוי איר האט געמעגט אין ב''פ געהעריג קלאגען ווען אין פאקט איז געווען געשריבן אינעם היתר אז ענק מעגן נאר מעקל זיין, אין וויאזוי האבען ענק דארט געמעגט רופן צו א בי''ד וואס האט לכל הדעות נישט קיין שום ידיעה אין תהליכות הקהילה, אין וויאזוי האבען ענק בכלל געקענט קלאגען ווען די הנהלת המוסדות האט שוין אינטערגעריבן שטרי בירורין כפי עדותם פין טארטיקאווער בי''ד?
אפשר ווייסטו וואס פאר א היתר איר האט צו קלאגען די חברה קדישא? (ברענג מיר נישט קיין געדרייטע לשונות כ'וויל א קלארע היתר) אין וויאזוי קענט איר בכלל האבען א היתר ווען צד מהר''א זאגט קלאר אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די''ת טראץ וואס זיי קענען שרייען אין נזקקין אויף די ביה''ח.
אפשר ווייסטו וויאזוי ענק האבען געמעגט קלאגען געוויסע עסקנים אין מאנטריאל?
וויאזוי קען מען אפי' האבען א היתר ווען די נתבע זאגט כ'בין גרייט צו גיין צו די''ת?
אין אפי' די היתר פין א באצאלטע דיין האט קלאר נאר מתיר געווען א עיקול (ווען ער האט עטליכע יאר פריער מוחה געווען ווען צד מהר''א האט אריינגעבן די זעלבע מין עיקול בהיתר בי''ד...) אין מיט וואס פאר א היתר האט צד מהרז''ל געפענט א געהעריגע קעיס?
כהיינו וכהיינו.....

דער פאקט אז קיט"ל איז אריין אין קאורט אויף די רביצין'ס הויז האב איך גראדע געהערט פון דוד עקשטיין אבער איך בין נישט היינט געבוירן איך געדענק נאך וואס איז געווען פיפצען יאר צוריק, די ביזט נאך מסתם געווען אין די ווינדעלך דעמאלס
עס איז אבער נישט געווען קהל פין ק''י, קוק די 'פאפירן וועסטו זעהן', אין אפי' יא, איז עס געווען נאך רופן צו די''ת, אין יעצט רעדט מען פין א צווייטע קעיס וואס די בני יואל האבען געפענט אין 04 למספ'



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/12/2009 18:23 לינק ישיר 

איינער זאגט מיר אז ס'איז שווער צו ליינען מיין לעצטע תגובה,
כ'האב ארויסגענומען פישמאן'ס ווערטער אין איבערגעלאזט נאר מיין טעקסט

לייען איבער די קול קורא פין די עדה החרדית וועסטו זעהן (די ווייסט זייער גיט אז כ'רעדט נישט פין בריוו פין די בני יואלער רבנים, זיי קענען נישט מחייב זיין יענעם)


זיי מסביר בעסער וואס די מיינסט, ווייל יענע קול קורא איז ארויסגעקומען נאך פאר בני יואל האט געקלאגט קהל אין אין ק''י, ס'רעדט זיך נאר פין די זעלבע קלעגער ווי אינעם יעצטיגען קעיס.


ס'איז קלאר אז הגר''י פישער איז געווען א גדול בתורה, אבער ער קען נישט מחייב זיין צד מהר''א ווילאנג זיי שרייבען נישט אינטער קיין שטרי בירורין ביי אים, ספעציעל ווען צד מהר''א זאגען אז הג''ר מאיר בראנסדארפער אין הגר''מ האלבערשטאם (וועלכע זענען אויך חברי הבד''ץ) זענען געווען פין די רבנים וואס האבען שטארק געשטיצט זייער 'פארשטענדליכע' שיטה אז א דיין וואס האט אזא שטארקע נגיעה אין האט שוין געשריבן קעגן איין צד פאר ער האט אויסגעהערט די אנדערע צד, קען נישט זיין פין די דיינים ביי אזא די''ת,
אין פאקט האבן צד מהר''א מזמין געווען צד מהרז''ל ביי א בי''ד, אין יענער בי''ד האט אויך (ווי יעדער נארמאלע  דעת תורה אין דעת בעה''ב) געשטיצט זייער טענה
, נו! פארוואס זאלען זיי בלינדערהייט נאכגיין ענקער סברה (וואס ענק האבען באקומען פין הגר''י פישער דורך זיין גבאי אפרים שטערן)?
סיי וויאזוי האבען שוין צד מהר''א געזאגט אזוויפיל מאל, אז לאמיר זיך זעצן ביי 3 חו''מ דיינים בזבל''א אין לאמיר הערן אלע ענקערע תנאים אין טענות פארוואס ענק זענען מסרב לדין,  אויב ע''פ שו''ע אויב ס'האט סיי וועלכע קראפט, אין אויב לויט דעם וועט מען באשטומען אויב אין וואס פאר בי''ד זאל פורן די די''ת.



צד מהר''א האט דאן קלארגעשטעלט אז זיי האבען נאך אלס א היתר בי''ד אין בהסכמת הצדדים האט עס ווינער רב באשטעטיגט. ווי באקאנט



אין א''י האט זיך אנגהויבן, אז צד מהרז''ל האט געמאכט שינוים אין די קארפערעישאן אין ארויסגעשטויסען אלע בארד מעמבערס פין צד מהר''א, אין צד מהר''א האט אריינגעגבן א עירעור ביים דעפארטמענט אויף דיד'ס (כ'געדענק נישט וויאזוי מ'רופט עס דארט) - די זעלבע זאך וואס צד מהרז''ל האט געטוהן ווען צד מהר''א האט איבערגעשריבן די ביה''ח א' שמות תשס''א,
דאס איז קלאר אז לויט די ארטיגע געזעץ עפנט זיך נישט קיין קעיס ווען מ'גיבט אריין א עורעור (כ'מיין אז אין אמעריקע איז אויך אזוי), נאר עס שטערט די נייע בעה''ב צו בעל'בת'ווען אויף די איבערגעשריבענע נכסים,
אין ווען די הנהלת המוסדות אין בני ברק האט 'באקומען א פערמיט' צו קענען בויען פרישע דירות אין שיכון, איז צד מהרז''ל געגאנגען אין ציוניסטישען ערכעות אין געקלאגט די שטאטראט היתכן זיי געבן א פערמיט פאר די מענטשן וואס זענען לשיטתם נישט די בעלים, (לויט זייער נייע דיד) אין די ציוניסטישע שופט האט דאן געזאגט אז וויבאלד די בעלות פין צד מהרז''ל איב געבויט אויף א דיד מיט א עורעור דערויף, מיזן זיי אראפנעמען די עורעור אין אויפווייזען זייער בעלות אין ווערן דערקלערט אלס בעלים פינעם פלאץ כדי צו קענען שטערן די הנהלת המוסדות פין באקומען א פערמיט, ''אין דאס אימגלויבליכע האט טאקע פאסירט, אן קיין שום פריעדיגע הזמנה לדי''ת האט מען געקלאגט די הנהלת המוסדות אין ציוניסטישע געריכט אויפן בעלות פינם קארפארעישאן'' ווי עס געפינט זיך נאך ליידער עד היום הזה. א בושה אין א חרפה, אין קיין איינס פין די רבני מהרז''ל זענען נישט מוחה דערויף.
יעצט זאג די מיר, וואס פאר היתר קען צד מהרז''ל באקומען אויף אזא זאך ווען זיי האבען אפי נישט פראבירט צו רופן צו די''ת? אין ווען די הנהלת המוסדות האט אפי' שוין אינטערגעשריבן שטרי בירורין פאר די בד''ץ פין הגר''נ קרליץ? שלושי רועי בקר (א לשון הגמ') איז א טיטול...., (דרך אגב, כ'וואלט דיר נישט געראטען זאלסט רעדן פין די בי''ד פין נ''י,  ווייל די 10 גרעסטע בתי דינים אין אמעריקע האבען אינטערגעשריבן אז זיי האבען נישט קיין שום תוכף, אין כ'האב מורא אז דער א''י בי''ד איז נישט בעסער {דאס איז בכלל די ערשטע מאל וואס כ'הער פין אזא בי''ד})
יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס די גערעסטע רבנים פין ארה''ק - ובתוכך הג' פוסק הדור בעל שבט הלוי זענען אזוי שארף ארויסגעקומען קעגן צד מהרז''ל מיט אזעלכע שארפע לשונות???




ווי פאר אזעלכע היתרים... אפשר ווייסטו אויך וויאזוי איר האט געמעגט אין ב''פ געהעריג קלאגען ווען אין פאקט איז געווען געשריבן אינעם היתר אז ענק מעגן נאר מעקל זיין, אין וויאזוי האבען ענק דארט געמעגט רופן צו א בי''ד וואס האט לכל הדעות נישט קיין שום ידיעה אין תהליכות הקהילה, אין וויאזוי האבען ענק בכלל געקענט קלאגען ווען די הנהלת המוסדות האט שוין אינטערגעריבן שטרי בירורין כפי עדותם פין טארטיקאווער בי''ד, אין וויאזוי האט איר געמעגט קלאגען נאך פאר די הנהלה האט אפי' באקועמן די הזמנה?
אפשר ווייסטו וואס פאר א היתר איר האט צו קלאגען די חברה קדישא? (ברענג מיר נישט קיין געדרייטע לשונות כ'וויל א קלארע היתר) אין וויאזוי קענט איר בכלל האבען א היתר ווען צד מהר''א זאגט קלאר אז זיי זענען גרייט צו גיין צו די''ת טראץ וואס זיי קענען שרייען אין נזקקין אויף די ביה''ח.
אפשר ווייסטו וויאזוי ענק האבען געמעגט קלאגען געוויסע עסקנים אין מאנטריאל?
וויאזוי קען מען אפי' האבען א היתר ווען די נתבע זאגט כ'בין גרייט צו גיין צו די''ת?
אין אפי' די היתר פין א באצאלטע דיין האט קלאר נאר מתיר געווען א עיקול (ווען ער האט עטליכע יאר פריער מוחה געווען ווען צד מהר''א האט אריינגעבן די זעלבע מין עיקול בהיתר בי''ד...) אין מיט וואס פאר א היתר האט צד מהרז''ל געפענט א געהעריגע קעיס?
כהיינו וכהיינו.....


עס איז אבער נישט געווען קהל פין ק''י, קוק די 'פאפירן וועסטו זעהן', אין אפי' יא, איז עס געווען נאך רופן צו די''ת, אין יעצט רעדט מען פין א צווייטע קעיס וואס די בני יואל האבען געפענט אין 04 למספ'




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היסטאריע, ווער האט געקלאגט קאנטעמפט?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.