אזווי א ניק פין אינזער פארום האט זיך אינטערגענומען צו פארענטפרן די אלטע קאנטעמפט קלאגעס אין א אנדערע אשכול ע''כ ברענג איך נאכאמל ארויף דעם אשכול, אין לאמיר הערן וואס ער האט צו זאגען,
היסטאריע, ווער האט געקלאגט קאנטעמפט? כ'האב דאס געזעהן אין כל העולם כולו, לדעתי איז ער זייער גערעכט, אוי: קאנטעמנט קאנטעמנט קאנטעמנט
עס טוט זיך הימל און ערד קאנטעמנט קאנטעמנט קאנטעמנט, דער שארמאשער וויינט אז ער האלט דאס נישט אויס, ר' מאיר יודא ברעטשעט, משה גבאי איז מוחה, אלטר משה וויינט, ר' משה בער קויפמאן שרייט, יוסף וואלדמאן מאכט קולות, ר' מנשה פילאפף פארפירט, וכו'. אבער איין מינוט! לאמיר צוריק מישען די היסטאריע, ווען די זעלבע מענטשן האבן אריין געגבען קרימינאלע קאנטעמנט קלאגעס קעגן ראשי קהלתינו, און קעגן פאריוואטע מענטשן. די חילוק צווישען איצט און די, איז: קהלתינו הק' אין קרית יואל ובראשם רבי דוד עקשטיין שליט"א, שרייבן קלאר אז זיי ווילן קיינעם נישט איינזעצען, און בעטן דעם ריכטער קיינעם נישט קיין תפיסה געבן, און דאס געבן זיי בלית ברירה נאר נאכדעם וואס די שקצים ווילן זיך נישט שטעלן צו קיין דין תורה. אבער די אלע קאנטעמנטס וואס די מוסרים ומלשינים האבן אריינגעגבען האבן זיי דאס געגבען במזיד!! נישט וועלענדיג זיך צו שטעלן צו א דין תורה, און ביי יעדע באזינדער האבן זיי פארלאנגט אז מען זאל געבן תפיסה. 1990 האט דעס מסור און מלשין יוסף וואלדמאן אריין געבען א קאנטעמנט קעגן מרן רבינו שליט"א און הנהלת המוסדות קרית יואל ובראשם ר' מאיר הירש, ווייל מען האט ארויסגעווארפן זיינע קינדער פון די מוסדת. 19? האט זלמן לייב וואלדמאן, קלמן ווייס, מאיר דייטש און נאך, אריין געגבען א קאנטעמנט קעגן הנהלת הוויליטש דקרית יואל ובראשם ר' אברהם ווידער, פארן נישט לאזן חרדים. 2001 ביי שופט באראש האט שאול פערלשטיין, יעקב כהנא און די זאלי קהל, אריינגעגבען א קאנטעמנט קעגן ר' בערל פריעדמאן, ר' יצחק ראזענבערג, ר' אברהם מאיר פויגל, ר' שמואל דוד מארקאוויטש, און נאך 2002 ביי שופט באראש האט שאול פערלשטיין, יעקב כהנא, אביש וויינבערגער, אריינגעגבען א קאנטעמנט קעגן ר' יעקב יוסף בראך, ווייל ער האט געדאווענט אין ראדני ראש השנה, יום כיפור, וכו'. 2009 ביים בית החיים קעיס, האט יעקב כהנא, שאול פערלשטיין אריין געגבען א קאנטעמנט קעגן ר' יוסף ווייס, ר' יואל קויפמאן, ר' שמואל דוד מארקאוויטש, ר' דוד עקשטיין, און נאך. דאס איז נאר וואס איך דענק אויף די מינוט, ווער עס דענקט נאך זאל ביטע ברענגען דא, און ווער עס קען די פונקטליכע דאטום זאל ביטע עס צו ברענגען. און פון די אלע שרייערס איצט, האט מען דעמאלס קיין אות אחת נישט געהערט!!! נאר אדרבה זיי האבן דאס פולקאם געשטיצט, און אליין געהאט א חלק דערין, און געגבען חיזוק פאר די מוסרים!!!
 |
|
|