קהל טענה'ט אז פינקט ווי זיי האבען די רעכט אפצושפארען די וואסער פין די סינק קעגן היכל רז''ב קענען זיי אפשפארען די וואסער פין די רעביצין'ס הויז, וואס איז זייער'ס זינט זיי האבען עס געבויט (לפי טענותם)
קהל טענה'ט אז עס באלאנגט פאר קהל, סוי הערט אויף צו צאלען די ביללס אין קימט אריבער צו קהל אין זייט מקיים והשיב את הגזילה, אין קהל זאל קענען דארט אויפבויען א אייגענע ביהמ''ד. אויב ווילן ענק נשיט טוען אזוי מאזיהו סיבה שהוא, קענט איר רופן קהל צו די''ת.
נשלח ב-1/12/2009 19:13
ווען בי"ד וועט פסק'נען אז די הויז גיהערט פאר קהל, קענען זיי אפשפארן די וואסער אזוי ווי די סינק פון קעגן היכל רז"ב!! וואס גיהערט פאר קהל,
אויב ענק טוען נישט אזוי מאיזה סיבה שהוא, קענט איר רופן קהל צו די"ת.
אונז האב מיר באקומען דעי הויז מיט א שטר מתנה פון די ראשי הקהלה וטובי העיר וואס האבן אגב אויך געבויט דאס הויז, (נישט מסור עקשטיין מיט וויינשטאק האבן עס געבויט), סא אינז האב מיר נישט קיין שום תביעה צו קהל פארוואס צו רופן צו די"ת, אויב קהל האט א תביעה זאלן זיי שיקן א הזמנה נישט האקן לעקטער מיט וואסער.
תוקן על ידי סעננדר ב- 01/12/2009 19:16:54
נשלח ב-1/12/2009 19:35
זאג נאר די פלאנסט צי געווינען דעם חלה דעקעלע?
נשלח ב-1/12/2009 19:42
דין תורה וועט דיין מגיד שיעור לאזט דיך ארויס פאר לאונטש, פליז זיי מסביר דעם עולם דא וואס די זאגסט,
אויב איינער וואוינט אין א הויז 30 יאר און א שכן באשליסט אז על פי זיין דעת תורה באלאנגט דאס הויז פאר אים, קען ער אים אפשפארן וואסער סוער אין לעקטער, און זאגן אין געריכט אז זיין דירה איז נישט אויסגעהאלטן לויט די ווילידש קאודס, און דערנאך בעטן דער קאורט זאל אים איינשפארן פאר דעם עבירה,
און אויב דער בעל הבית וואס וואוינט דארט 30 יאר האט עפעס טענות זאל ער אים רופן צו דין תורה,
נאכאמאל: נישט עקשטיין און נישט טייטלבוים האבן גערופן די רביצין אדער אירע מענטשען צו דין תורה די לעצטע דרייסיג יאר בנוגע דעם הויז, אבער אין קאורט האבן זיי יא גערופן און פארלוירן, און יעצט זאגט עקשטיין איך גיי דיך טעראריזירן מיט וואס איך קען און אויב די האסט טענות רוף מיך צו דין תורה,
יא, ווען א מענטש האלט אז יענער האט זיינס א חפץ מעג ער דאס צינעמען אין אויב גלייבסטי נישט קיק נאך אין חושן משפט סימן ד' סעיף א', אין אויב די האלסט אז יענער איז נישט גירעכט קענסטי עם ריפן צי דין תורה, דאס איז זייער פשוט, אין אויב גייסטי אין קארט ביסטי א מרים יד בתורת משה ונקרא רשע, אלזא די שליסעלע צים תפיסה איז אין אייערע הענטעלעך, בכלל זלמן לייב וואלדמאן מיט יאנקל טארעך וואוינען נישט דארט 30 יאר דארט האט גיוואוינט די רעבעצין אין זייט איר פטירה האט קהל מוחה גיווען, אויב האלסטי אז קהל איז נישט גירעכט גיב נאר אביסעלע טינט פאר א הזמאנעלע אין זאל א בית דין כשר בישראל מחליט זיין ווער סאיז גירעכט, יעדער פארשטייט אז איר האט מורה פין דין תורה ווייל ענקער גניבה וועט נתגלה ווערן, אבער איר האט נישט קיין ברירה ווייל אין ערכאות האט איר פארלוירן ביג טיים אין רבי דוד זאגט דאך אז ער איז גרייט צי גיין מיט ענק צי דין תורה לפנים משורת הדין, ער האט ענק גיט גיקארנערט, איר זעינט די הולכי לערכאות אין נאך דערצי פארלוירן, רבי דוד שטייט אין שמייכעלט, נאר א זבל''א קען ענק נאך העלפן, ווייל ענקערע קללות אין סטראשעס איז גארנישט ווערט, אויב קענט איר אראפ שטעלן רבי אברהם ווידער וואלט איר דאס שוין לאנג געטין, איר קענט נאר נישט, סא הערט אויף צי סטראשן, אפשר פרובירט איר ביי מעיאר שווימער אדער ביי X מעיאר באנדא אין פאלאקס לאט, פראבירט אין אויב גייט עס נישט, קימט צי דין תורה,
נשלח ב-1/12/2009 20:23
געלעכטער1 ס'איז געווען א שיינע דעבאטע ביז דו ביסט אנגעקומען, צו קינדערישע שרייבער האב איך נישט יעצט קיין צייט.
נשלח ב-1/12/2009 20:31
איך גיי איבער פרעגען מיין קשיא צום לעצטען מאל איך בעט דעם גאנצען עולם אויב קומען נישט די 3 אהרונים אויף מיט א ענטפער ווי נארמאל זאל מען ביטע פשוט אויפהערען זיי צי ענטפערען ווער האט לכתחילה געהאט טענות אויף די רעבעציס דירה ווער איז געגאנגען אן קארט אן א היתר צים ערשטן מאל ( נישט פארן דאך אדער ער קאנדשען) צים גאנץ ערשטע מאל מיר האבען שוין א קונטרס ארויס מיט אלע פאקטען די שקרנים העולמי דערווייל נאכנישט דאס מיינט אז זיי ווייסען גוט דעם אמת אבער זיי שרייען ווי אייביג דין תורה ווען אין פאקט איז עס נאך א טריק צי שטיפען צייט (מען קען זען אין בארא פארק איבער ווי אזוי זיי טאנען זיך ארים)
איז די דריי ידען ר יואליש ר מאיר יודא ר משה בער נישט קיין בי"ד כשר? פארוואס נישט? ווי שטייט אין וועלכע שולחן ערוך די הלכות פין א בי"ד אין וואס האט עטץ געזען איינעם פין די 3 עובר זיין פארוואס האט קהל געמעגט אפהאקען די וואסער אין לעקטער אן רשות פין א בי"ד ביטע. גערעכטער. דין תורה . סקאט מאלען .ענטפערען נאר מיט פאקטען נישט מיט אייגענע בויך סברות
נשלח ב-1/12/2009 20:56
סעננדר כתב:
געלעכטער1 ס'איז געווען א שיינע דעבאטע ביז דו ביסט אנגעקומען, צו קינדערישע שרייבער האב איך נישט יעצט קיין צייט.
סענדער, איך ענטפער אויך אזוי ווען איך האב נישט קאן נורמאלן ענטפער. (וואס איז זייער זייער זעלטן).
איך גיי איבער פרעגען מיין קשיא צום לעצטען מאל איך בעט דעם גאנצען עולם אויב קומען נישט די 3 אהרונים אויף מיט א ענטפער ווי נארמאל זאל מען ביטע פשוט אויפהערען זיי צי ענטפערען
ווער האט לכתחילה געהאט טענות אויף די רעבעציס דירה
ר' יאנקל הערש שענפעלד ווער איז געגאנגען אן קארט אן א היתר צים ערשטן מאל ( נישט פארן דאך אדער ער קאנדשען)
צים גאנץ ערשטע מאל
ר' יאנקל הערש מיט א היתר פינעם ראב''ד ר' ישראל חיים מנשה מיר האבען שוין א קונטרס ארויס מיט אלע פאקטען
די שקרנים העולמי דערווייל נאכנישט דאס מיינט אז זיי ווייסען גוט דעם אמת
דע קינטרס רעד בכלל נישט פינעם יעצטיגן קעיס, סי רעד נאר פין עפעס אלטע היסטארי וואס קיינער איז נישט אינטרעסירט אין איז בכלל נישט נוגע צים יעצטיגן קעיס. אבער זיי שרייען ווי אייביג דין תורה ווען אין פאקט איז עס נאך א טריק צי שטיפען צייט (מען קען זען אין בארא פארק איבער ווי אזוי זיי טאנען זיך ארים)
רבי דוד עקשטיין איז אוחז ביד, ער איז נישט תובע גארנישט, (גלייבסט נישט? פרעג דעם דשאדש), אויב האלסטי אז רבי דוד איז נישט גירעכט אין האסט עפעס א תביעה (אזוי וי די האסט תובע גיווען אין קארט) שיק א הזמנה, אין לאמיר זען אויב ער וועט נישט וועלן גיין, ביז דעמאלטץ האט רבי דוד א חזקת כשרות אין איר זענט רשעים והולכי לערכאות, איז די דריי ידען ר יואליש ר מאיר יודא ר משה בער נישט קיין בי"ד כשר? פארוואס נישט?
זיי זענען פינקט אזא בית דין ווי דער לאשוונאצער, בראדער אין זענטער, אדער בעסער גיזאגט ווי סקאטמאלען,דין תורה אין גערעכטער, אין בכלל א בית דין איז נאר מחייב צי ענטפערן אויב מע שיקט א הזמנה אין מע שראבט אינטער שטרי ברירין, אויב זאגן זיי נאר א מיינונג, איז פינקט אזוי פיל ווערט ווי מאיר יודלס קללות זינטיג באנאכט, ווי שטייט אין וועלכע שולחן ערוך די הלכות פין א בי"ד אין וואס האט עטץ געזען איינעם פין די 3 עובר זיין
מע דארף נישט עובר זיין אויף גארנישט, זייערע נארישע סברות איז קיינעם נישט מחייב, אפשר איז אשת חיל אויך אסור? פארוואס האט קהל געמעגט אפהאקען די וואסער אין לעקטער אן רשות פין א בי"ד
ווייל סאיז אינזער, איר האט דאס בגניבה אין אויב האלט איר אנדערשט ריפט צי דין תורה. ביטע. גערעכטער. דין תורה . סקאט מאלען .ענטפערען נאר מיט פאקטען נישט מיט אייגענע בויך סברות
דאס אלעס איז קלארע אמעתע פאקטן אין קיין מארגענשטערן טענענבוים קויפמאן בויך סברות.
נשלח ב-1/12/2009 21:32
בעל דמיון אחד אינו דוחה שלשה עשר דאקומענטן עם הארץ אחד אינו דוחה שלשה מורי הוראה
נשלח ב-1/12/2009 21:38
הג"ה, גם רויטע טינט אינו דוחה שווארצע טינט...
נשלח ב-1/12/2009 21:42
דער סך הכל פון עקשטיין'ס תירוצים זענען ער האט א טענה אויפן הויז פון די רביצין אז דאס באלאנגט פאר קהל דעריבער איז ער בארעכטיגט צו טיען אלע שייגעץ שטיק אפילו מסירות ומשלינות,
גערעכטער דין תורה סקאטמאלען האבן אלע געפסק'נט פה אחד אז על פי הלכה עביד איניש דינא לנפשיה אפשפארן א שכן'ס יוטיליטיס און מסר'ן אז ער האט אומלגעאלע געשפעטן דארט, און אז ער ניצט די דירה נישט לויט חוקי הווילידש, וכדו' אלעס ווייל ער האלט די דירה באלאנגט פאר אים,
עס איז גאנץ א שיינער פשעטל, אבער איז דער דיון איבער בעלות פון דעם הויז נאכנישט געווען בבית משפט?
זענט איר נישט געגאנגען תובע זיין דאס הויז בערכאות - נישט קיין חילוק צו דער אינטרשרייבער האט געהייסן עקשטיין אדער שענפעלד, עקשטיין האט עדות געזאגט אין געריכט אז ער איז געווען דער וואס איז געשטאנטען אינטער די תביעה פון די רביצין,
פארוואס זאל מען זיך בכלל מעגן מזדקק זיין מיט אזא הולך בערכאות בלי רשות בית דין, און נאכדערצו נאכדעם וואס דעם דיון פארוועס דעס הויז באלאנגט האט איר דאך שוין פארלוירן אין קאורט, וויאזוי ווילסטו יעצט זאגן אז די ווילסט גיין צו דין תורה אויפן הויז,
און אויב איז יא דא א היתר אין טאש אדער אין לעדעל כאטשיק פון א מליחה ואילך פעיראל דיין שטעל עס ארויס פאר'ן ציבור,
נשלח ב-1/12/2009 21:52
דער זעלבער קארט וואס די פאריפסט דיך אז סי באלאנגט פאר דיר זאגט קלאר אז די קענסט דארט קיין בית המדרש נישט האבן, סא, האסט נישט קיין ברירה, אדער גייסטי צי דין תורה, אדער שפארסטי דאס אפ, אבער איין זאך איז קלאר אז דער אלטער קעיס האט גארנישט ציטין מיטן נייעם קעיס, אויב האסטי נישט וואס נורמאלס צי ענטפערן קענסטי ענטפערן אופן פערדישן שפראך ווי כל הנערים אין סענדער.
וועט מען עס מאכן צוריק פאר א דירה, ווי דער סאטאמר רבי שליט"א מהרי"י וועט האבן זיין ביתו נאוה קודש,
די צווייטע ברירה וועט מען לכאורה אפיר נעמען דעם אלטן קעיס אין פעדעראלע קאורט וואס מען האט גענוצט ווען עטס האטס נישט געוואלט געבן קיין פערמיט פאר חרדים,
איך האב נאך אסאך ברירות אבער איך וויל דיר געבן צייט
און ביי די וועי - איך פארפיר נישט אז דער קאורט באלאנגט פאר מיר, דאס איז די ארונישע ניגון אז ארענדש קאונטי קאורט ביילאנגט פאר יענקל פריינד אין גדלי' סעגעדין,
און איין זאך איז קלאר אז די גאנצע טענה וואס דוד עקשטיין זאגט א גאנצע צייט איז אז דער הויז באלאנגט פאר קהל, אויב אזוי איז דאך דער תביעה יא די זעלבע אלטע תביעה ווי די ערשטע קעיס, וואס קהלה האט תובע געווען די הויז און נעבעך מיאוס פארלוירן,