אנ"ש הכונו! סעודת הודאה לרגל נעילת ביהמ"ד בית יואל
מיט גרויס פרייד גרייט מען זיך אנשי שלומינו תלמידי רבינו שליט"א צום געהויבענען מעמד שמחת נעילת בית מדרש וואס וועט אי"ה געפייערט ווערן אין די נאנטע טעג אין א גרויסן שאטער, לרגל וואס נאך גרויס מיה און שווערע האראוואניע פון יארן הייבט מען ענדליך אן צו זען די פירות, מען זעט בחוש אז זכות אבותי מסעייתו מ'האט זוכה געווען מ'גייט ארויפלייגן שלעסער אויפן ביהמ"ד און עוקר זיין פון דארט דריי הונדערט מתפללים ברוך שהחיינו וקימנו לזמן הזה. סדר המעמד: די מסיבה גייט זיך אנהייבן, דוד עקשטיין גייט מאכן א סורפרייז ער גייט די ערשטע מאל רופן דעם מיסטעריען רב המכשיר זאל אויפטרעטן מיט א השתלתלות איבער אלע התירים ובפרט די לעצטערע מסירות , אבער פארשטייט זיך אויס מורא פאר טעראר גייט ער אריינקומען מיט א שווארצע מאסק אויפן געזיכט. דערנאך וועט עקיבא וויינשטאק אויפטרעטן מיט א טיפן פילפול איבער די סוגיא פון נעילת בתי כנסיות ובתי מדרשות, בתוך דבריו וועט ער שטארק מוחה זיין אויף די פירצה צו טאנצן אין איין רינג מיט יוסל וואלדמאן אינדער צייט וואס מ'קען ענדערש טאנצן הקפות אינאיינעם מיט שחורים אין ביהמ"ד. דערנאך וועט דער סבלן הנורא האלטן א פייערדיגע דרשה וואס וועט זיין אויך אויף הוקאפ, מתוך עניוותו גייט ער זיך אויפטון, ברוך השם מ'האט זוכה געווען צו נאך א מדריגה וואס אונזערע רבי'ס האבן זיך נישט געפירט... צום שלוס וועט זיך דער עולם ארויסלאזן אין א פייערדיגן חסדי השם כי לא תמנו אינאיינעם מיט די שחורים פון שמיני עצרת וואס וועלן זיך ספיציעל משתתף זיין און באשיינען דעם אויבן אן.
מער פרטים וועלן נאכפאלגן
|