עקיבא וויינשטאק צו רבנים: איך וועל ענק לייגן אין ח' !!!
נישט קאנפירעמד:
עקיבא וויינשטאק האט געשיקט א בריוו פאר די רבנים וועלכע האבן ארויפגעלייגט די טיטול מסור אויף דוד עקשטיין און אויף זיין זין, אויב זיי צוען
נישט צוריק וועט ער זיי אריינלייגן אין ח'.
ווער ס'ווייסט מער דיטעילס ווערט געבעטן זיך צו לאזן הערן.
נשלח ב-1/12/2009 16:59
סאיז אמת ויציב, ער האט שוין באשטעלט די שחורים וואס זאלן אנפירן מיטן ח' אויפן ארון הקודש אין ראדני, און ער מיט עמרם כהן גייען טאנצען אן די קאפלעך אויפן באלעמער אין ראדני, חסדי ה' משה יוסף ווערטהיימער וועט שפריצן מיטן פייער עקסטיגנטיטשער אויף די רבנים - יענקעל יאקאבאוויטש מיט וועלץ וועלן ארויסטראגן די עמודים פון די רבנים, געטער מיטן טלית וועט געבן אינסטראקשען'ס,
נשלח ב-1/12/2009 17:18
זייער קינדיש
נשלח ב-1/12/2009 17:30
וואס אז קינדיש? דעס אז הק' באמת יעקב עקיבא וויינשטאק ( אזוי שרייבט ער זיך אינטער אויף דע בריוו) איז ענקער ענפער? נא מקען יא פארשטיין דע מוסרים אז קיין רב אדער דיין וויל נישט זיך אנעמען נעמט מען אזא טיפש אזוי ווי דער מעכטיגער גאון מעדאף הארוויץ האט גענפערט פאר ר' אברהם ז"ל אז דע פאבליק סקול איז יא מותר
איך האב די בריוו אז איינער וויל עס ארויף לייגן זאל מיר געבען זיין אימעל אין אישי איך וועל עם עס שיקן איך ווייס נישט ווי אזוי עס ארויף צי לייגן א PDF
נשלח ב-1/12/2009 17:35
ווער עס וויל קען איך עם עס אימעל'ן שיקט מיר א אימעל אויף [email protected] אין איך וועל עם עס טרייען צי שיקן בל"נ
נשלח ב-1/12/2009 17:44
הער אויס דעם קינדישע מהלך האט מען ביי ענק אין טענט אויסגערופן שמיני עצרת אויפדערנאכט, און אלע ענקערע קינדערלעך האבן אנגענומען דעם קינדישען מהלך, יעצט ווילסטו ווערן ערוואקסן פלוצלינג?
נשלח ב-1/12/2009 18:16
איך הער אז עקיבא'ס ווייב איז אויך אינטערגעשריבן אויפן התראה צו די רבנים, איינער ווייסט צו ס'איז קראנט?
נשלח ב-1/12/2009 18:20
סעננדר
נשלח ב-1/12/2009 18:57
זעט אויס אז דעי התראת חרם וואס משפחת וויינשטאק האט געשיקט צו די דיינים, איז אויך פשוט ווייל זייער פסק דין איז נישט מעלה ומוריד קיינער צוקראצט זיך נישט דערפון...
ווייסט איינער וואס ס'איז געווארן מיט די חרם דרבי עקיבא, האבן די רבנים צוריקגעצויגן? אדער גייט מען זיי טאקע מנדה זיין?
ס'דאך שוין מיטוואך.....
תוקן על ידי PARRKIST ב- 02/12/2009 21:21:50
נשלח ב-3/12/2009 19:39
נשלח ב-3/12/2009 19:41
כ'האב יעצט געזעהן די בריוו פין ר' עקיבה אין כ'האב עס ארויף געלייגט
כ'זעה נישט ווי ער רעדט פין לייגען אין ח'
סיי וויאזוי ער שרייבט זייער גיט, אין כ'גלייב נישט אז די 3 א''ג רבנים וואס זענען מחפה אויף די הולכים בערכעות האבען אים וואס צו ענטפרן ווען יא, וואלט א תשובה שוין געווען.
נשלח ב-3/12/2009 19:50
די ערשטע פעיזש קען איך נישט שאפען, קען איינער מיך ארויסהעלפן?
אגב, כ'זיך נאך אלס ווי ער סטראשעט מיט ח'
נשלח ב-3/12/2009 20:20
חסידים און תלמידים פונם גרויסן תלמיד חכם קענען נישט פארשטיין אפאר שורות פשוטע לשון הקודש?
ער שרייבט דאס אויף פעידש 3 הארט פאר זיין חתימה...
נשלח ב-3/12/2009 20:23
ביים סוף פונעם בריוו שרייבט דער-וואס טאנצט הקפות אינאיינעם מיט שחורים אין ביהמ"ד, וזל"ט, ועוד מבואר ביו"ד סי' של"ד סעיף מ"ג שמנדין המבזה שלוחי בי"ד! איינמעניט נאכנישט פערטיג, אין די נעקסטע שורה שרייבט ער, לזה הנני מתרה לכ"ת שאם עד יום ד' וישלח ט"ו כסליו תש"ע לא תבטל הפסק שלך אז אהי' מוכרך לעשות כדת וכדין כמבואר בש"ע, נו חלה דעקלע, האסט שוין געטראפן ווי דער בור ס'טראשעט ?