בית פורומים כל העולם כולו

אנקעטע!!! זאל מען בלאקן ווידיאוס פון יו-טוב אויפן פארום?!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/12/2009 21:28 לינק ישיר 
אנקעטע!!! זאל מען בלאקן ווידיאוס פון יו-טוב אויפן פארום?!

  אויפמערקזאם!!! ביטע ליינט עס אדורך רואיגערהייט!!!

אל כבוד אונזער טייערער חשובער הויכגעשעצטער מנהל און אלע שרייבערס

איך וויל דא שרייבן איבער אביסל (אפשר) א אנגעווייטאגטע ענין וואס שטערט מיר און נאך אסאך שרייבער / ליינער שוין זייער לאנג, און עס דארף ווערן שטארק אויסגעשמועסט דא.

ווי יעדער איינער ווייסט נישט קיין חילוק פון וועלכע חסידות דאס איז [דרך אגב וויל איך טאקע בעטן אז צוליב די ערענסקייט פונעם נושא זאל מען נישט אריינמישן דא קיין שום פאליטיק, מנהל ביטע אינפארסירן] אז אינטענעט איז א פלאץ וואס איז א געוואלדיגע בדיעבד, נאר אזוי ווי לויט די היינטיגע אומשטענדן איז נישט מעגליך אנצוגיין אנדעם האט מען דאס נישט ג'אסר'ט נאר פארלאנגט ארויף צולייגן דערויף די גרעסטע שמירה וואס איז נאר פארהאנען.

איינע פון די "גרעסטע דורכבראכן" אין די נושא איז דאס עפענען אן אייגענע פראוויידער פארן אינטערנעטJ-NET וואס טוט בלאקירן פון אלע ערליי סייטס וואס קען חלילה געזעהן ווערן דארט רח"ל, אזוי אויך זענען ב"ה פארהאנען עטליכע ערליי פילטערס וואס טוען נישט צולאזן צו קענען אנקומען אויף נישט גיטע פלעצער.

ב"ה איך און אזוי אויך נאך טויזענטער אנדער האבן ב"ה דזשעי-נעט, און אזעלכע וואס קענען משום איזה סיבה דאס נישט האבן, האבן כאטש א פילטער.

עס לאזט זיך זאגן אז נאך א גרויסע דורכברוך איז, די סייטס ווי מען קען פארברענגן און זמנים וואס מען איז ליידיג בשעת די ארבעט, און עס איז הונדערט % אויסגעהאלטן ווי למשל יודעלע .COM און אזוי אויך IVELT.COM און אוודאי קען מען אויכעט צולייגן אונזער פארום "כל העולם", עס איז אמת אז דאס איז אנדערש ווי די אויבערשטע צוויי ווייל דא ווערט ארומגעטענהט אסאך פאליטיק, אבער סוכ"ס ווען נישט דעם פארום וואלטן אסאך פון אונז משום בטילה שמביא לידי שימא, געקראכן זוכען מיט וואס מען קען פארברענגן די צייט..... וד"ל........

אבער!!!

לדאבונינו זענען דא אריינגעקומען עטליכע שרייבער וואס הייבן אן דא אראפצוברענגן לינקס פון חזר-טריפה'ענע סייטס, וואס איה"נ אז איך און נאס אסאך קענען טאקע נישט אנקומען דארט, אבער מאכט דאס א גרויסער נסיון צו וועלן דאס קוקן אין מען פרובירט דורך ווייערלעס (WI-FI) צו קענען דאס זעהן, און אשוי אויך אסאך פילטערס לאזן דארט אנקומען.

דער סייט איז די באקאנטע טריפה'ענע סייט YOUTUBE וואס איז פיל מיט כל ערליי ארגסטע ווידיאוס רח"ל....... איה"נ אז דער וואס ברענגט דאס אראפ דא מיינט נאר צו לינקען צו א "היימישע" ווידיאו פון א שמחה בבית רבו, אדער סתם א אינטערסאנטע אידישע ווידיאו, אבער איינמאל מען גייט דארט אריין קומט מען שוין [אומ]וועלנדיג אן צו אנדערע טריפה'ענע רח"ל.....

אפי' דער וואס וואס ברענגט עס דא אריין נאר דורך אן HTML אזוי אז מען דארף נישט גיין צו יענעם סייט, אבער נאכן ענדיגן זעהן קומט דא ארויף עטליכע לינקס צו אנדערע ווידיאוס וואס זענען עפעס ענדליך צו דעם, און דאס ברענגט צו א צווייטע און יענע צו אן אנדערע ביז .......

איך וואלט פארגעשלאגן אז עס כדי אונזער פארום זאל בלייבן "ריין" זאל דער מנהל דאס אינפארסירן און אריין לייגן אין די תקנות אז מען טאר נישט דא לינקן צו יענעם סייט, און אזוי אויכעט אז טאמער וועט דאס איינער טון זאל ער פארלירן רשות כתיבה.

אדרבה לאמיר הערן די מיינונג פונעם עולם (אבער געדענקט!!! אז צוליב די ערענסקייט פונעם נושא זאל מען נישט אריינמישן דא קיין שום פאליטיק, מנהל ביטע אינפארסירן)

איך וואלט געוואלט בעטן די מנהל, אז אויב מעגליך זאל מען לייגן א פין אויף דעם אשכול פאר א וואך, כדי "יעדער" זאל דאס קענען כסדר מיטהאלטן, און קענען זאגן מיינונגען.

נאך א וואך זאל מען באשליסן לפי דעת הציבור (האנישי) וואס צו טוען ווייטער ייש"כ



תוקן על ידי בשמחה_תמיד ב- 02/12/2009 21:41:01




דווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-2/12/2009 21:40 לינק ישיר 

א דאנק פארן אויפברענגען די טעמע.

באמת האב איך זעלבסט שוין געקלערט וועגן וואס דו זאגסט, און אדרבא, איך און די אנדערע חברי ההנהלה ווילן הערן וואס דער עולם האלט.

ווער עס וויל קען מיר אויך ענטפערן אין אישית.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 22:10 לינק ישיר 

איך וואלט געזאגט אז מען זאל מאכן א פשרה אז HTML זאל מען יא לאזן   



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/12/2009 22:17 לינק ישיר 

איך האב שוין אמאל געשריבן אז www.frumtube.com האט מער ווייניגער אלע היימישע קליפס, און אז נישט קען מען עס דארט ארויף לייגן.

און מ'דארף נישט ברענגן פון YOUTUBE גארנישט, און אויב א זאך קען נישט זיין אויף frumtube מיין איך האט עס נישט קיין פלאץ אין דעם פארום



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/12/2009 23:30 לינק ישיר 

הונדערט פראצענט גערעכט, אלע רבנים ואישי ציבור וויינען וועגן דעם חורבן וואס דער
כלי מאכט אן, און פאדערן צו נוצן דייקא זשעי נעט און מען טוט זיך אליין א טובה
עכ''ז זענען נאך דא אויבער חכמים וואס טראכטן אז נישט זיי מיינט מען
באמת וואלט מען זיי געדארפט קנסנ'ן פארן זיין אזוי לייכטזיניג און האלטן א אפענעם טיר
צום שאול תחתית אבער קנסנ'ן די ערליכע אידן פארן האבן זשעי נעט זיי זאלן נישט קענען זעהן
קיין קליפס אויף חרדישע סייטס איז נישט קיין יושר



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 00:32 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/12/2009 01:53 לינק ישיר 

גם אני מצטרף בבקשה נמרצה

איכא דרכא אחרינא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 02:29 לינק ישיר 

האטמעיל זאל מען יא לאזן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 17:52 לינק ישיר 

html זאל מען ביטע יא לאזן

_________________




תוקן על ידי elmonsey ב- 03/12/2009 17:53:14

  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-3/12/2009 21:38 לינק ישיר 

מזאל נאר לאזן די קאלירטע html וואס צום סוף קומט נישט ארויף אנדערע ווידיאוס מקען נאר שפילן די ארויף געלייגטע אליינס



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/12/2009 22:14 לינק ישיר 

עס איז כדי פאר אלע JNET ניצער אז אנשטאטס ניצען די טריפנה YOUTUBE איז דא די אידישע וועב סייט מה נישמה לייגט אלעס ארויף אין אויב מען שיקט עם סיי נאר וועלעכער YOUTUBE לינק וועט ער עס ארויף לייגען! איוך קען יעדער איינער אליינס ארויף לוידען ווידיאס אליינס. עס איז אזוי ווי א אידישע יוא טוב.

http://www.mahnishmah.com





צי אפ לוידען א ווידיא: http://mahnishmah.com/user/s/modules/upload_video


תוקן על ידי SatmarBum ב- 03/12/2009 22:19:32




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/12/2009 01:43 לינק ישיר 

איך האלט אויך אז מדארף עס בלאקן און נישט נאר פארוואס ענק האבן געשריבן, איך האלט סאיז דיסקרימינעישען קעגען ווער סהאט זשעי נעט.

למשל אין די אשכול http://www.bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_id=4&topic_id=2714090&forum_id=16386 קען איך נישט זען איין איינציגע קליפ!!!!!!!!!!!!!!!!!1



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/12/2009 04:33 לינק ישיר 

הודו לה' כי טוב!!!

איך זעה אז דער עולם האט זייער שטארק אויפגענומען מיין הערה!

 

איך וויל מיר דא באציען צו די וואס זאגן אז מען זאל יא לאזן HTML, לדעתי פארשטיי איך בכלל נישט וואסערע פשרה דאס איז, ווייל וואס א חילוק צו מען לייגט א געהעריגע לינק אדער א HTML, ווייל יעדע HTML, איז דאך אויך א לינק, דורך קליקן אינטן WATCH ON UTUBE, ע"כ פארשטיי איך בכלל נישט די פשרה, די זעלבע מיט די קאלירטע HTML, אפי' נאכן זעהן קומט טאקע נישט ארויף קיין אנדערע ווידיאוס אבער א לינק איז דאס נאך אלץ

איבערהויפט אז עס איז איכא דרכא אחרינא!!! מיטן ניצן די אנדערע ווי דערמאנט.



תוקן על ידי נוטראלער ב- 04/12/2009 04:26:25




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/12/2009 07:15 לינק ישיר 

נוטראלעראפשר וויל איינער אמאל לייגן א קליפ פין פאליטיק וואלן וכדומה אין נאר יוטוב האט עס וועגן דעם האלט איך  אז HTML זאל מען יא לאזן

_________________

  




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/12/2009 18:39 לינק ישיר 

רעזולטאטען פון די אנקעטע!!!

אזוי ווי עס איז שוין אדורך א וואך פון ווען די אנקעטע האט זיך אנגעהויבן, און די לעצטע טעג האט שוין קיינער נישט מגיב געווען, ע"כ איז צייט צו מאכן א ס"ה זעהן וואס עס איז די רעזולטאטען.

געשטומט אויף נישט לאזן, (לפי סדר התגובות)
1) נוטראלער
2) בשמחה תמיד
3)גאסט
4)העלד
5)rebyankel
6)וואלן סח
7)SatmarBum
8)מבני בניו
 
געשטומט אויף יא לאזן, (לפי סדר התגובות)
1)ישעי געציל
2)מישמאש
3)elmonsey
4)לעקסינגטאן

דאס איז א ס"ה פון 8 קעגן 4
33% קעגן 66%

טייערער מנהל: ביטע מעלדן וואס איז געבליבן:



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-8/12/2009 18:43 לינק ישיר 

נוטלראער ביסט מן הסתם אפגעפראפרן פין שטיין אזוי לאנג מיט ספרי תורות אויפן גאס
האבן נישט יעצט איניזן יו טוב, גיי כאפ ענדערש א ווארימע גלעזעל טיי אין מיט אביסל צי בייס
קום צי דיינע כוחות אין הערשט דערנאך זארג דיך איבער יו טוב.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > אנקעטע!!! זאל מען בלאקן ווידיאוס פון יו-טוב אויפן פארום?!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext